עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-jkvjac2h

kind
paragraph
order
vZ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מי נתן לדל איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז דער וואס האט דעם קעטשויקל באקומט פון די עשירים פון די אלע פערצן אידן, באקומט ער פון זייער עשירות, און דאס ווערט אין אן אופן פון נתן, וואס כל הנותן בעין יפה נותן און ס'איז ממשיך דערנאך, אז ס'ווערט א שנה עשירה, צוזאמען מיט א שנה תמימה, ביז וואנענט צו די תמימות הכי שלימה, דורך דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ובפרט אז מ'האט זיך אים באד דעם טאנץ צוזאמען איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז א זמן הכושר מעין כמוהו אנכאפן אים, דורך דערויף וואס ער כאפט-אן א צווייטן אידן, און זאגט אז ביים האנט אדער ביים גוף, און טראכט דערביי, אז אין דעם אידן איז דא דער ניצוץ פון משיח צדקנו, צדקנו, כמדובר כמה פעמים, און דער ניצוץ וואס אין צווייטן אידן צינדט אן נרות להאיר נאך מיט א גרעסערן פייער דעם ניצוץ פון משיח צדקנו וואס ער האט ביי זיך אין זיין נפשו פנימו, און ביידע צוזאמען מאכן א גרויסן פייער, און ס'ווערט פארברענט דער גלות בדרכי נועם ובדרכי שלום, און מ'טאנצט דער המשך פון דעם שמחת בית השואבה בארצנו הקדושה, ארץ אשר.. תמיד הן הוי'אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה, ביז בכל ארץ הקודש, אין אן אופן פון ירחיר הוי'את גאולך און דארטן גופא ירושלים עיר הקודש, והר הקודש, ובבית המקדש און אין קודש הקדשים, און במיוחד אין דעם בית השואבה, וואס דאס איז דאך א חלק פון דעם בית המקדש.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions