Paragraph
Paragraph rh-jefhn88k
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-at4awxq6
- order
- 8S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- די סדר פסוקים אין תורה וואס זיי זיינען פארבונדן מיט היינטיקן טאג, וואס דאס איז דער פערטער טאג אין פרשה וזאת הברכה, הויבט זיך גלייך אן פרשה רביעי מיטן פסוק פון שמח זבולון ביצותך אז דאס איז א ספעציעלע ברכה, וואס משה רבינו האט דעמאלט געזאגט צו דעם שבט זבולון, ער האט דאס אבער אריינגעשטעלט דערנאך, אין תורה, איז דאס געווארן אן אייביקע אנווייזונג פון דעם אידישן פאלק אויף אלע דורות, ביז צו אונזער דור און נאך אונזער דור. און די אנווייזונג איז פארבונדן מיט היינטיקן טאג במיוחד, אז זבולין איז דאך געווען אט דער שבט וואס ער האט זיך אפגעגעבן פון צווישן די צוועלף שבטים פון יעקב'ס קינדער, איז ער געווען אט דער שבט דער אפדיטייל פון דעם אידישן פאלק וואס האט זיך אפגעגעבן מיט מסחר, וואס צוליב דערויף האט מען געדארפט זיין בצאתך ווי ס'איז שוין געווען אין יענע צייטן, אז כדי צו מצליח זיין אין מסחר טאר מען ניט שטיין אין דעם זעלבן פלאץ און אין זעלבן צושטאנד, נאר אז מ'דארף אלץ ארויסגיין פון זיך, פון די אייגענע באגרענצונגען, און פון די באגרענצונגע
- proofread
- 0