עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-jdztaevx

kind
paragraph
order
S
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס ער איז דאך געווען בדוגמא ווי משה ואהרן גם יחד, כמבואר בארוכה בכמה מקומות, וואס דאס איז דאך ביי אים געווען ענינו וואס ער איז געווען דער וישב שם עד עולם עולם כפשוטו פון לשון נצחי וואס דאס איז אויך ווערט וועגן די אלע ענינים דערציילט לכל אחד ואחת, און אין אן אופן גלוי, וואס דאס גופא איז א הוכחה, אז דאס איז בכוחו של כל אחד ואחת, וואס דערפאר דערציילט מען דאס אים, אדער איר, בפרט לויט תורת הבעל שם טוב, אז פון יעדער זאך וואס א איד זעט אדער הערט, קענער און דארף ער אפלערנען, אן ענין אין עבודת ה', אני נבראתי לשמש את קוני ווי ס'איז געווען בא דעם ערשטן אדם, אדמה לעליון בא אדם הראשון, תיכף ביום ראשון להברא, און וואס ס'איז געווען א יום אחד, האט ער מגלה געווען אין כל הבריאה כולה, בבואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני הוי'יות און האט דאס אויפגעטאן בפשטות, אין גשמיות העולם, וואס דאס איז דאך דער ענין פון דירה לו יתברך בתחתונים, און דערנאך ווערט דאס דערנאך געגעבן צו יעדער אידן, וואס יעדער איד ווערט דאך אנגערופן בשם אדם על שם אדמה לי אדם העליון שעל הכסאו, עאכו כמה וכמה אז ער איז בדוגמא צו אדם הראשון, ווי די משנה און ברייתא זאגן אין מסכתא סנהדרין, וואס ענינו איז דאך פסקי דינים, אז דער אופן הבריאה של אדם הראשון איז באשטימט געווארן כדי יעדער איד זאל וויסן אז ער איז אן עולם מלא,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions