English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

39 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1איז דאך כרגיל אז מ'פארבינדט זיך אויך א התוועדות מיט שיעורים בתורה פון יום הזה, וואס אזוי איז אויך מיוטות כסלו פון שנה זו איז דאך פארבונדן מיט פרשה וישב, און ווי דערמאנט אין התוועדות שלפני זה, אז ”בקיש יעקב לשוב בשלוה” פון וואנענט נעמט דאס רש"י?

2דערפאר וואס אין פשוטו של כתובים איז אז ס'שטייט וישב איז דאס דער טייטש א ישיבה ”שיש בה ממש”, ”וועלכי ישיבו ישבה” ממש?

3בשעת דאס איז בשלוה. דערנאך ווערט דאך די שאלה היתכן?

4וויבאלד אז אתה יבטחתא עטיב עטיב עמך איז ווי קען זיין ”בקיש יעקב לא שבשלוה וקבצא עליו רוגזיו רוגזו של יוסף וכו” איז רש"י אליין פארענטפערט דאס, אז פריער איז יעקב געווען ביקיש לשה בשלוה, און דאס איז געווען גלייך ווי ער איז געקומען פון בית לבן, פון פדן הרם,

5אין ”ארץ מגורי אביו, ארץ כנען”, איז גלייך איז דאס געווען אין אן אופן פון וישב, האט ער דעמאלט געבעטן לשה בשלוה, און רש"י איז דערנאך ממשיך, אז וואס האט געשטערט דעם לשא בשלוה איז דאס געווען רוגזא של דינא פריער, און דערנאך ”רוגזא של יוסף” לאחרי זה, ווי רש"י ברענגט אראפ בפסוק זה.

6וואס דערפון גופא איז פארשטאנדיק, אז דער פסוק אליין פארענטפערט דאס, אז ”וישב יעקב בית מגורי אבי בארץ כנען” און דערנאך איז דורכגעגאנגען א זמן וואס ער איז אזוי געווען,

7”בארץ מגורי אבי בארץ כנען” און דערנאך איז געווארן, ווען יוסף איז געווארן אלץ זיבעצן יאר-אט דעמאלט איז כבצל עליו זוכת של יוסף, אבער ביז דעמאלט איז ער געווען בשלוות, איז מקויים געווארן די בקשה.

8ועל דרך זה בכמה ענינים שבתורה, וואס די שאלה איז אויך על דרך זה, און אז מ'גיט א קוק אין רש"י זעט מען, אז רש"י אליין באווארנט דאס.

9וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת ”רוגזא של יוסף” איז נסתקן געווארן, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיטן שיעור פון יום זה, וואס דאס איז חמישי אין פרשה ויושב ביז ששי,

10וואס דארטן הויבט זיך טאקע אן ”ויוסף הורד מצרימה” דער תחילת השיעור, וואס דאס איז ”כפצה עליו, רוגזו של יוסף”, זאגט מען דערנאך גלייך, און מ'איז ממשיך בזה, ויהי יוסף איש מצליח.

11וואס דאס איז פונקט דער היפך פון ”רוגזו של יוסף”, ביז ווי רש"י אליין איז מסביר אין פשוטם של כתובים, אז עד כדי כך איז בא יוסף'ן ניט געווען קיין רוגזו, ביז וואנענט גאר א היו מסלפל בשעריו אין זיין הור, ביז וואנענט אז דאס האט געבראכט צו א דבר בלתי רצוי, אבער ווי ס'רעדט זיך אין היינטיקן שיעור,

12איידער מ'קומט צו דעם שיעור לאחרי זה איז טאקע געווען יוסף הורד מצרימ'ער ”רוגזו של יוסף” און גלייך איז דארט מקויים געווארן ויהי יוסף איש מצליח.

13ובפרט נאך לויט דעם ביאור פון צמח צדק על הכתוב, ווי שוין אפגעדרוקט אין אור התורה שלו, וכאמור לעיל איז א קוקן אין אינעווייניקער דאס וועט זען בדיוק אותיות מחקימות און אותיות מאירות, וואס נקודת הדבר בזה איז, און ווי ער זאגט דאס אויך אין לשון המדובר, אין אידיש,

14אז וואס הייסט אז אן איש מצליח הצלחה איז דאס ווי מ'זאגט אין אידיש א מזל'דיקער מענטש.

15וואס דאס איז געווען יוסף, וואס לכאורה איז דאס א פירוש פון ”היינו דאמרי אינשי”, און פארטייטשט דאס גלייך, אז דאס איז פארבונדן ווי יוסף איז על פי קבלה, וואס דאס איז מדת היסוד, וואס מדת היסוד באקומט עניני' פון ספירת הכסף,

16”אול עליון גומל חסדים טובים” ווי ער ברענגט דאס אויך דארט אראפ, און דאס איז נמשך געווארן ווי ס'שטייט אין כתר, וויבאלד אז דאס איז אין אן אופן של הצלחה, איז דעמאלט איז ”עד מהרה ירוץ דברות” ווערן בטל כל המניעות ועיכובים שבאמצע, און דאס קומט גלייך אראפ פון כתר ביז דא 'למטה מטה'.

17און ברענגט אויף דערויף א דוגמא, אז דאס איז פונקט אזוי ווי ס'ווערט אויפגעטאן דורך ברכת כהנים.

18און דערנאך איז דאך מבואר דער 'מקום אחר', אין מדרשים אראפגעבראכט אין ספרי מוסר און אין ספרי חסידות, אט דאס וואס ס'שטייט אין פסוק ”נוהג כצון יוסף” וואס דאס גייט אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן,

19אז אלע אידן ”עד סוף כל הדורות” ווערן אנגערופן צון און אט דער צאן ווערט אנגערופן צאן יוסף איז דאס דערפאר וואס יוסף איז געווען דער זאן ומחלקל ווען ”יוסף אורד מצרימה”, און דאס האט געגעבן דערנאך דער קיום ”עד סוף כל הדורות”, ווערט יעדער איד אנגערופן אז ער איז צאן יוסף.

20וואס על פי דעם מאמר ביאור פון צמח צדק על הכתוב און אייניקן שיר ויהי יוסף איש מצריח, טייטשט ער אפ אויף זשארגאן, אז יעדער ראש זאל וויסן זיין,

21אז ער איז פון צונו של יוסף ובפרט נאך אז דאס ווערט נאך מודגש, אז דער יוסף נשיא דורנו איז דאך אויך דער שמו על שם אביר זקני וואס זיין שם איז געווען על שם די אביר זקני שלפני זה וכו' וכו ביז מ'קומט צו דעם ערשטן יוסף, וואס אויף זיין נאמען ווערט דערנאך אנגערופן יעדער איד ”עד סוף כל הדורות”,

22במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב יוסף זאגט מען אויף אים ”טוב עין הוא יבורך” אז ער איז געווען דער משביר בעל לכל הארץ ס'איז געווען פאר מתן תורה, על אחת כמה וכמה לאחר מתן תורה צו בני ישראל, צו אים קרובו, און די וואס שטאמען טאקע פון שבתו יד-קו בתוכם, פון יוסף'ן,

23וואס ער איז געווען בפשטות דער זען ומחלקל צו אלע י' א' שבטים-איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב ער האט זיי געגעבן מצרישע חטים, איז על אחת כמה וכמה אז ער האט אים געגעבן יעדערן פון זיי פון זיין הצלחה און פון זיין מזל.

24אויף דערויף איז ער געווען מער בעה"ב ווי אויף די חטים און שעורים פון די שדות פון די שדות וכרמים וואס זיינען פארבונדן מיט מצרים, וואס אויף דערויף דארף מען האבן א בירוש וזיחוך וכו משא"כ דא זאגט דער פסוק אין היינטיקן שיעור, אז ויהי ”יוסף איש מצליח” דער אויבערשטער האט אים אזוי געבענטשט,

25און ווי דער צמח צדק איז מבאר געבענטשטען אין אזא אופן, אז די אלע ענינים זאלן זיין אין אן אופן פון ”עד מהרה ירוץ” זברו און פון כתר זאל דאס אראפקומען ביז אין 'בקרב הארץ'

26וואס דאס איז דאך אויך בדוגמא אסתכל באורייתא ווערט דערנאך אזוי נשתלשל אין וועלט דערפון וואס אין תורה נעמט מען די מעיינות אליין און מ'ברענגט זיי אין דעם ”חוצה שאין חוצה” למטה הימן,

27חוצה מזה און דארטן איז ניט נאר מ'לאזט זיי דארט וכל הרותו יבוא ויתול נאר מ'זאגט יפוצו מ'איז אין מפיץ אין דעם ”חוצה שאין חוצה חוצה” הימנו.

28איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז ”עד מהרה ירוץ דברו” דאס דארף מען באווארענען, אז ס'דארף דורכגיין א ”סדר השתלשלות, בשעת” די מעיינות געפינען זיך אין דעם חוצה דארף דאס ניט דורכגיין קיין 'סדר השתלשלות' ער געפינט זיך דארטן, און ער געפינט זיך מיט יעדער אידן דער מעיין, און ניט מעיין אחד, נאר ריבוי מעיינות.

29ובפרט נאך אז ער האט דעם ”מי הדעת טהור” וואס דאס איז אן ענין פון מעיין חיים, ביז וואנענט אז דאס איז מטהר מכל הענינים, כמוזכר לעיל בנוגע צו הלכות הרמב"ם בזה וכו איז דאך פארשטאנדיק, אז דערמיט גיט אויך יוסף,

30דורך מסידורינו ששמו יוסף, אין אן אופן אז דאס זאל זיין הצלחה בפשטות, בגשמיות, און די הצלחה זאל אראפקומען גלייך אז מ'טוט עפעס, האט מען גלייך ווי דאס שטייט ברצון שלו, וואס דאס איז כתר שלו, קומט דאס גלייך אראפ אין מעשה שלו, וואס דאס איז בפועל שלו, און מ'זעט גלייך אין דערויף, אז פארוואס איז דאס ביי אים אזוי?

31ער זעט אין דערויף ג-טלעכקייט!

32ס'איז ניט כחו און ניט עוצם ידי, און מ'דארף ניט האבן קיין הסברות, און מ'דארף זיך ניט נאכפרעגן וואס זאגט דער און וואס זאגט יענער און ווי אזוי מ'איז דאס מסביר, ער זעט אז פונקט ווי דעמאלט האבן געזען מצרים בפשטות, אזוי זעט מען דאס אויב מ'זעט אליין, זעען דאס די גויים ארום אז דאס איז בפשטות ויהי יוסף איש מצליח, דערפאר וואס דער אויבערשטער בענטשטעלט.

33און בענטשטעלן, כאמור, אין אז אז ווי ס'שטייט אין די מאה ברכות במקורם, אין כתר, מאה שנה אזוי ווערט דאס גלייך נמשך ביז אין מעשה בפועל, ביז אין דער ברכה אחרונה, וואס דאס איז דאך אויך פון די מאה ברכות,

34וכמדובר כמה פעמים, אז דאס זאל זיין די ברכה אחרונה אויפן גלות, אף על פי וואס מ'זאגט דאס גאר מיט די אותיות און מיט די ווערטער פון אדמתי און מ'זאגט דאס אין די אותיות, אז מ'האט א הבטחה גמורה, אז כלו כל הקיצין אזוי האט אפגעפאסט אין ”תורת אמת”,

35און האט דאס אפגעפאסטל'ט אלס תורת חיים, וואס תורה על פי הלכה איז א באלעבאס אויפן ”חיי העולם הזה” אויפן טבע פון עולם הזה-אזוי די הלכה.

36און ויהי רצון, כמדובר, אז פון די אלע ענינים זאל זיין ויהי מכות דלאי גלות, און דערליי אויך ויהימי כוס דערליי קיצין און מ'האט בטהרתה ובמילואה ובשלימותה גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו צוזאמען ”וקיצו ורננו שוכני עפר” דער בעל הגאולה פון י ט' כסלו,

37און דער בעל הגאולה פון בנו ממלא מקומו פון י כסלו, און די בעלי הגאולה וואס זיי זיינען דערנאך צוגעגרייט, און ברענגען דערנאך אויך דעם נס חנוכה וכל ענינים של חנוכה, און דאס זאל גלייך אראפברענגען די חנוכת בית המקדש השלישי תיכף ומיד ממש, במילא וועט זיין וליקו נרות וחצרות קדשך בפשטות,

38אין חצות קדשך פון בית המקדש השלישי, אדער אין הר הבית, ווי דער אפטייטש בזה איז, ובפועל, ובמעשה בפועל, אין אן אופן מ'וועט דאס זען 'לעיני בשר' ממש, ו”לא עיקרם אפילו כהרף עין”.

39לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים