Paragraph
Paragraph rh-jb527zaa
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4mk5ay70
- order
- P
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- והיראתין, אז זיי ווי כמה האבן זיך אויך געבעטן דעם ענין פון משיח נעוץ, אז ס'זאל שוין קומען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ובפרט נאך אז דער בעל הציון האט זיך דאך געקאכט אין דעם ענין פון לאלתר לגאולה, און אויך אין עמדו הכי אין כולכם, און אויך מדגיש געווען דעם ענין ווי אזוי מ'דארף מקיים זיין אט דאס וואס ס'שטייט אין רמב אז דער ציווי אין משיח איז ניט נאר אין כללות הענין אז ער איז א מאמין בביאת המשיח, נאך אויך ס'דארף זיין א דין, ס'איז א דין אין תורה אז ער דארף זיין מחכה אויף ביאת המשיח, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך, כמדובר, לכל לראש, אנשטאט צו באשטעטיקן די פדיונות, און אז מ'האט זיי א טייל שוין געבראכט אויפן ציון, די אנדערע וועט מען אויך זיכער ברענגען מיטא בזמן אויפן ציון, במילא האט מען אויך א חי יתנו לבו, ס'איז דאך רגיל אז אין די פדיונות איז מען אויך מדיע דעם צו וועמען מ'ברענגט דעם פדיון, צום בעל הציון, וועגן די החלטות טובות, איז זאל זיין אויך דער זירוז אויף מקיים זיין די החלטות טובות, ומתוך שמחה וטוב לבב, און בשעת מ'איז מחליט בזה די החלטה מאכט דאס נאך לייכטער, און נאכמער בזירוז און נאכמער בשלימות, ביז אין אן אופן פון כמצות רצונך. און דאס דערמאנט אויך נאכאמאל, אזוי ס'איז דאך איינגעווען דער סיום פון רמב״ם הכללו, נוסף אויף דעם סיום פון רמב״ם פון הלכות ברכות וואס איז געווען בשבת שלפני זה, כמדובר כמה פעמים, איז דאך אויך דא אין די החלטות טובות ענינים פארבונדן מיט לימוד הרמב״ם, משנה תורה, און ענינים פארבונדן מיט די ענינים פון מקיים זיין דעם ציווי, ווי פארשטאנדיק פון ספרים, כמדובר כמה פעמים, אז יעדער איד האט אויף זיך א ציווי אויף לימוד כל התורה כולה, על כל פנים די הלכות שבו, כמדובר
- proofread
- 0