transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1חתן כלה דער אויבערשטער האלף מען און מצליח זיין יעדערן פון אייך און פון דער גאנצער משפחה אויף מאכן אלע צוגרייטונגען צו דער חתונה בשעה טובה ומוצלחת, מיט א סך הצלחה,
¶2און די חתונה אז ס'זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת בכל הפרטים, און בפרט נאך ווי ס'פירט זיך אין ”מנהג ישראל”, אז דער ”חתן כלה ביום חופתם” אין דערפרי בכל אופן פאר דער חופה גיבן זיי א צדקה פון זייער אייגענע געלט, און אזוי טוען אויך די פאטערס און די מוטערס אדער די קרובים לזכות פון דער חתן כלה.
¶3ובפרט איז דאך יעדער שמחה ביי אידן, איז אפילו אז דאס איז א שמחה לכאורה פארבונדן מיט צוויי מענטשן אדער מיט זייערע משפחות, איז דאך דאס א שמחה פון 'כלל ישראל',
¶4ובפרט נאך ווי מ'זאגט דאך אין די 'שבע ברכות' אז ס'איז א שמחה פון 'כלל ישראל' איצטער, און ס'איז אויך א שמחה וואס דערנענט די זמן הגאולה, וואס מהרה ”ישמעה, בירא יהודה בחוצות ירושלים, קול חתן וקול כלה”,
¶5וואס יעדער חתונה פון א חתן וכלה דערנענט ער דאס נאכמערער, ובפרט אז דאס איז דאך פארבונדן מיט דער החלטה מיטן באשלוס פון דער חתן וכלה מיט זייערע משפחות, אז ס'זאל זיין א בנין עד יעד, על יסוד התורה ומצוותי'.
¶6ובמיוחד ווען מ'קומט פון די טעג פון י'ט' כסלו, האט מען דאך א ברכה פון הצלחה פון דעם אלטן רבי'ן, פון בעל הגאולה, אז דאס זאל זיין באלויכטן מיט מאיר שבתורה זוהי תורת החסידות,
¶7אז ס'זאל דורכנעמען די חסיד'ישע ליכטיקייט און די חסיד'ישע לעבעדיקייט זייער גאנצן לעבן, אנהויבנדיק אויך פון דער החתונות צו דער חתונה זאלן אויך זיין, ווי דערמאנט פריער, אין הצלחה'דיקן אופן בכל הפרטים,
¶8וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט לעבעדיקייט און מיט אידישקייט און מיט אידישע נשמה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון חסידות, און דערנאך דאס אזוי ממשיך זיין פארזעץ אין זייער גאנצן לעבן, ס'האלן זיין געבענטשט מיט אלע ברכות, ווי דערמאנט פריער אין אלע אותיות פון דעם אלף-בי'ת,
¶9און אויך בברכה כפשוטה-געבענטשט זיין מיט בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי און זיי זאלן זיי מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים מתוך שמחה וטוב לבב ופרנסה בהרחבה ובריות הנחונה.
¶10וכאמור לעיל, אז דאס הויבט זיך שוין אן די אלע ברכות אין די הכנות צו דער חתונה, וויבאלד אז מ'מאכט דאך די הכנות ווי דער אויבערשטער וויל, על פי תורה און אין די נשמתי ראיות על פי חסידות ווערן שוין די ברכות נמשך אין די הכנות צו דער חתונה,
¶11און אין דער חתונה אליין, און די טעג פון 'שבע ברכות', און דערנאך באורך ימים ושנים טובות, אז ס'זאל זיין א פריילעכע הויז און א געזונטע הויז און א אידישע הויז און א חסיד'ישע הויז,
¶12און א הצלחה'דיקע הויז וואס ווערט צוזאמען מיט 'כלל ישראל' בקרוב ממש איבערפלאנצן זיך בתוך 'כלל ישראל' אין ארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה”, וואס די עיר הבירה, די הויפטשטאט, איז דאך ירושלים ”קרית מלך רב”,
¶13און דערנאך וועט מען דאך מזמן לזמן קומט מען דאך אלע צוזאמען אין ירושלים עיר הקודש, און דארט גופא אין בית-המקדש השלישי, און ווי דערמאנט פריער, אז הכנות צו זאגן בא דיר חתן קלה מהרה ישמה זאל מען נאכמערער צוהיילן די מהרה ישמה בפשטות,
¶14אז מ'וועט בקרוב ממש הערן ”קול חתן וקול קלה” אין ארי יהודה און חוצות ירושלים, בביאת משיח צדקנו, כדי צו האבן אויך אויף דעם זכות און איינטייל אין דער שמחה וועט אויך געבן יעדערן פון אייך צו א דאלער אויף אפגעבן אויף צדקה ביום החתונה.
¶15די וואס די חתונה איז שוין געווען זאלן זיי דאס איצטער אפגעבן אויף צדקה, און אויך אויף זיי זאל חל זיין די אלע ברכות וואס מ'האט געזאגט אין די ”שבע ברכות”, און וואס אידן ווינטשן איינער דעם צווייטן, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך דאך אין א מקום קדוש אין א ”בית הכנסת ובית המדרש”, און ס'זאל זיין א פריילעכער יאר בכל הפרטים ובמיוחד,
¶16ווי דערמאנט פריער, אז שנת גאולה און א שנת שמחה, די שמחה פון דער חתונה און שמחות ביי אידן בכלל, ביז צו שנת תהלה ותורה ותשובה ותפילה, און שנת גאולה בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.