transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט דאך אויך פריער דערמאנט, אז בפשטות איז דאך דאס אור ליום שלישי, ובפרט נאך אז מ'האלט שוין נאך מעריב און נאך הדלקת נר שני פון חנוכה,
¶2וואס נר שלישי איז דאך אויך מדגיש דעם ענין הצדקה שהוכפל בו כי טוב ניט נאר טוב לשמים ווי ס'איז געווען ביום ראשון וואס דעמאלט איז דאך געווען א יום אחד, ווי ער זאגט אין מדרש, אז בעולמו איז געווען מערניט ווי שמים אליין.
¶3משא' כן בא יום שלישי איז אויפגעטאן געווארן אויך דער ענין פון בריות, ביז ווי דער ענין בפשטות, וואס דאס איז ענין הצדקה, כידוע דער בריוו פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, מיט דעם ביאור בזה פון דעם שווער, ממלא מקומו נשיא דורנו,
¶4וואס זיינען שוין אויך גדרוקט בהנוגע צו ”טוב לשמים און טוב לבריות” און גודל מעלת הצדקה וכו' וכו.'
¶5וואס דאס איז אויך קומט בהמשך להאמור לעיל, אז וויבאלד אז ביום שני דחנוכה דארף מען דאך מוסיף זיין אין נרות חנוכה, ניט נאר דער וואס איז א מהדר מן המהדר בזמן הזה, נאר ווי דער רמ ה פסק'נט אז והמנהג פשוט,
¶6אז איצטער פירט זיך יעדער איד, ווי אין זמן השעת האבן זיך געפירט די מהדרין מן המהדרין דארף דאך דאס אויך משפיע זיין אויף די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט נרות חנוכה, אז דארט זאל אויך זיין א מנהג פשוט, פירן זיך בהידור מן ההידור.
¶7על אחת כמה וכמה אין דעם ענין הצדקה, וואס אין צדקה איז דאך, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין אגרת הקודש, איז צדקה בזמן הזה איז ”כל אשר לאיש יתן בד נפשו” ביז וואנענט אז דאס ווערט גאר ניט אנגערופן בשם מבזבוז במילא קען ער געבן אויך מערער מחומש,
¶8על אחת כמה וכמה אז מ'דארף זיך נאך מיט אים דינגען בהנוגע צו מעשיו אדער על כל פנים צווישן מאסר און חומש, איז דאך זיכער אז אין דערויף איז שייך צו ערווארט אז ס'זאל זיין א הידור מן ההידור לכל הפחות מנוגע פון חומש,
¶9כאמור לעיל, אז ”חמישות לפרעה” ברענגט דאס די ”ארבע הידות יהי' לכם” ובפרט נאך ווי ער איז מבאר אין לקוטי תורה, אז דאס איז פארבונדן מיט די חמשה דרגות אין 'סדר השתלשלות',
¶10אז ס'איז דא די אלע עולמות און די אלע דרגות וואס יהיו לכם און דערנאך איז דא די דרגא החמישית די ספירת הכתר, אדער עולמות האין סוף, וואס זיי זיינען העכער אפילו פון 'עולם האצילות', האט מען דאך, דורך דערויף וואס מ'גיט צדקה לפרעה,
¶11אף על פי וואס ער גיט מערניט ווי חמישית פארבינדט דאס אים מיט די חמישית וואס זי קומט צו אין צוזאמען ולאחרי וואס ”ארבה הידות יהי' לכם” וואס די דרגא החמישית איז דאך אין אן אופן פון מכיר,
¶12כידוע דער חילוק פון ספירת הכתר ומקיפין שבאדם, ביז ווי ער זאגט אין תניא, אז פון די כוחות פנימיים, תחילת ומקום פון שכל, וואס דאס הויבט זיך אן פון חכמה.
¶13”משא"כ מה שלמעלה” מזה איז דאס אן ענין של מקום.
¶14די ”ארבע הידות יהיו לכם וחמישית לפרעה”, צו דעם פרעה וואס ס'איז באדם עצמו, וואס דארט איז פריעו כל מהורים ובפרט נאך כמדובר, אז מ'וויל האבן אחישנה אז מ'זאל איבערשפרינגען,
¶15מקפץ על ההרע, מקפץ ומדלק אויף כל עניני חשבונות און תענות, און זאל זיין דער אחישנה דער גאולה האמיתית והשלימה אין א זמן פון אחישנה,
¶16און אויך אין זכא אחישנה אין אן אופן פון אחישנה אז ער קומט ווי א מלאך על ידי עננה בן רוחב בענם כמבואר אין סנהדרין איז ער זיכער, אז דער ”הוכפל בו כי טוב” ביום השלישי, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט ”ביום השלישי אחיינו” אחיינו לפניו,
¶17וואס דאס גייט אויף גאולה השלישית ובית המקדש השלישי, פארבונדן מיט גאולתינו עתה, במהרה בימינו ממש, איז דאך דאס דער ענין פון יום השלישי איז שוין מחזק נאכמערער און נאכמערער אין כל הענינים השייכים לזה, ובפרט אין דעם ענין הצדקה וואס זי איז מקרבת את הגאולה.
¶18וואס דערפאר האט מען זיך אויך דערמאנט נעכטן בהנוגע צו ”צבאות השם”, אז מהנכון ביותר אז ס'זאל זיין מ'זאל זיי צוזאמענקלייבן במשך ימי החנוכה, על כל פנים ניט ווייניקער ווי שלשה פעמים,
¶19אויב מ'וועט מאכן נאכמערער איז זיכער אז ס'איז א גוטע זאך, נוסף ווי דער אלטער רבי זאגט אין שולחן ערוך בנוגע להלכה, אז בשעת מ'איז מוסיף אויף א שיעור איז דאס ניט מבטל דעם ענין פון דעם שיעור, דאס איז מערניט ווי א הוספה.
¶20איז בשעת מ'קלייבט צוזאמען א פערטן מאל, איז דאס ניט מבטל חס ושלום די מעלה וואס ס'איז דא אין שלישי, נאר ס'איז א הוספה, ס'קומט-צו נאך אן ענין, און די מעלה וואס ס'איז דא אין שלישי בלייבט אויך בכל התוקף.
¶21על דרך זה אויך בהנוגע צו גדולים, איז דאך כמדובר כמה פעמים, אז ניט וויבאלד אז מ'רעדט מיט בר-מצוה און בת-מצוה, איז א סימן אז צו די גדולים האט דאס ניט קיין שייכות, נאר אדרבא, בכל-שכן וקל-וחומר.
¶22מה דאך אז בא קטנים פאר ”בר ומת מצוה” מאנט מען דאס, און מ'גיט זיי כח אויף דעם, על אחת כמה וכמה כ”שבה לכלל דעת”, וואס דעת איז דאך אויך די סבירה השלישית 'מלמעלה למטה',
¶23'חכמה בינה' דעת, ובהדגשה ווי חסידות איז מסביר דעם גודל ענין הדעת, אויך מצד דערויף וואס זי איז אין קו האמצעי דער ענין השלישי שבדבר, ביז אז זי דערגרייכט אין פנימיות הכתר.
¶24וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן בפשטות מיט אחישנה מצד חיצונות הכתר קען זיין אין אן אופן מ'זאל חס ושלום דארפן ווארטן חשבונות ותענות,
¶25וויבאלד אז מ'האט די הבטחה אז ”יגעת ומצאת” און ס'איז דא די שלישה ענינים ”תורה עבודה וגמילות חסדים”, און מ'פארבינדט דאס מיט אוריאן תליתאי און מ'פארבינדט דאס מיט עמא תליתאי וכמדובר אויך,
¶26על כל פנים בקיצור נעכטן, אין די נעכטיקע רייד איז בכל הענינים יחד קומט ארויס דער חוט השלישי קומט ארויס דער בית-המקדש השלישי.
¶27און דערנאך פארבינדט דאס אויך מיט ארי' לכם נרות ציון אז אהרן עמהם, און 'נגאלין מיד' סינד אהרן אליין, וכל בני ישראל רואים די הדלקת המנורה ”בהעלותך את הנרות” ובפרט נאך אז ס'איז ווי די קריאה פון יום ראשון של חנוכה,
¶28פארבונדן מיט נחשון בן עמינדם, דער ענין פון מסירת-נפש, ווי רבותינו נשיאינו זיינען מסביר, אז דער עיקר ענין המסירת-נפש איז דאס דוקא אין עקבתא דמשיחא, וואס דערפאר איז משה רבינו געווען ענניו, ”וכל האדם אשר על פני האדמה” ובמיוחד פאר דעם דור פון עקבתא דמשיחא,
¶29כמבואר בארוכה אין ”תורה אור” ובכמה דרושים.
¶30וואס דאס איז דאך ענינו פון ”נחשון בן עמינדב”, דערנאך איז דאס פארבונדן, כאמור, מיט יום שני של חנוכה, וואס דעמאלט לייענט מען בתורה, בענין התורה, נתנה"ל בן צוהר, וואס ביום השני וואס הוא איז סיון עצה און ווי קומט דאס, אז ער האט זיי געגעבן די עצה מצד דערויף וואס ער איז פארבונדן מיט תורה,
¶31ו בני ישכר יודו עיתים לבינה כמבואר אין די דרושים פון ביום השני עיקר נתנהל בן צוהג אז דאס איז ענין התורה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט חנוכה, וואס מ'זאגט אז דאס איז ”נר מצוה ותורה אור”,
¶32און וואס דאס איז אויך יש לקשה מיט א סיפור פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, וואס ער דערציילט וועגן די הנהגות פון זיין פאטער, האט זיך דערציילט ניט פון כל הנהגה והנהגה, בהנוגע צו נרות חנוכה האט ער געזאגט און דערציילט, און כמדומה אז שוין אויך געדרוקט, אז דערנאך פרעגט דער רבי נשמתו עדן זיצן און לערנען,
¶33ניט לא 'נר חנוכה' וואס ”אין לנו רשות להשתמש בהם” אבער אין דעם זמן וואס די נרות האבן געברענט איז ער געזעצן אין סמיכות אבער זעלבסט-פארשטענדלעך ביי אזא מין נרות וואס ”רשות להשתמש בהם” און האט געלערנט.
¶34וואס דאס ווערט אויך א הוראה וואס ”נלכה באורחותיו” אויף מוסיף זיין אויך אין דעם ענין התורה בקשר ובמיוחד לזכות ובקשר מיט ימי חנוכה, ווי דערמאנט אויך נעכטן בהנוגע פון בר-מצוה ובת-מצוה, ובמכל-שכן וקל-וחומר, כמדובר לעיל, בהנוגע צו די וואס הגיעו לכלל דעת.
¶35וואס דאס איז אויך כולל נשים, וואס זיי בענטשן דאך אויך ברכת התורה, כמדובר כמה פעמים בארוכה אויך אין די התוועדות פון יט' כסלו.
¶36ובפרט נאך וואס זיי האבן דאך א שייכות מיוחדת צו ימי חנוכה, וואס מ'זאגט אז ”אף הן היו באותו הנס” און דערנאך איז מען נאכמער מוסיף, ווי די אריכות בזה אין תוספת, אז על-ידי אשה היה אותו הנס ובפרט נאך אז מ'פארבינדט זיך חנוכה מיט דער גאולה העתידה, בקרוב ממש,
¶37איז שטייט דאך אין כתבי האריז ל, אין ספר הליקוטים, אז פונקט אזוי ווי אין דור שיצא ממצרים איז ”בזכות נשים צדקניות” ”נגאלה אבותינו ממצרים” אזוי וועט אויך זיין בדור פון עקבתא דמשיחא.
¶38וואס דאס איז פארבונדן אויך וכאן הזמן צו דערמאנען אויף די ג' מבצעים, וואס זיינען פארבונדן מיט נשי ובנות ישראל דער ענין פון נרות שבת קודש ויום-טוב, וואס בזכותם באווייזט מען דערנאך נרות ציון ווי ער זאגט אין ילקוט שמעוני ריש פאלסטו ”בהעלותך את הנרות” דער ענין פון קשיות האכילה שתי און טהרת המשפחה,
¶39על דרך זה אויך בהנוגע צו 'כללות ענין' המבצעים, פון מבצע חינוך, און פאר דערויף דער מבצע אהבת ישראל, און דערנאך ווי ס'קומט אראפ אין מבצעים וואס זיי זיינען פרטים, בערך מבצעים אלו דער מבצע תורה,
¶40און תפילין, און מזוזה, און צדקה, ו”בית מלא ספרים” יבנה וחכמי,' נוסף אויף די ג' מבצעים פון נרות שבת קודש, ותחשבת האכילה ושתי' וטהרת המשפחה,
¶41און אז מ'האט די אלע צער מבצעים צוזאמען איז דאס נאכמער ממהר אז מ'זאל זוכה זיין בקרוב ממש צו די ענינים פון עשירי, וואס זיי ווערן נתגלה בגאולה האמיתית והשלימה, ווי ער זאגט אין מדרש, און רעכנט אויס כמה ענינים וואס זיי זיינען געווען תשעה בזמן הזה,
¶42און די עשירי וועט זיין בביאת משיח צדקנו, דער אז ישיר משה דער שיר העשירי, וואס דעמאלט וועט זיין דער מנין ישראל בפעם העשירית, און דעמאלט וועט אויך זיין, אנהויבנדיק פון ”למנצח על השמינית של שמונה” נימן, וועט אויך זיין דער עלי אסור דער עשר נימן, בכנא ד לעתיד לבוא,
¶43ובכללות איז דאס, דורך די שלימות אין עשר 'כחות הנפש', וואס דאס ווערט דער עתרה שלים אין וועלכע ס'איז שוכן ונתגלה אויך דעם למעלה פון כוחות, ביז דער עצם אליין, במהרה בימינו ממש, בביאת משיח צדקנו,
¶44וואס ער האט נאך צוגעהיילט ווערן על ידי מעשינו ועבודתינו 'בזמן הגלות' בכלל, און די ענינים האמורים במיוחד, ומתוך שמחה וטוב לבב, ווי דער רמב"ם שרייבט אויף ימי חנוכה, אז זיי זיינען אויך ימי שמחה, נוסף אויף דערויף וואס זיי זיינען ימי הלל, ”להודות ולהלל, לשמחה הגדול”.
¶45לחיים.