עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-j5f8kdn8

kind
paragraph
order
r8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און יהי רצון, אז דאס זאל נאכמערער מוסיף זיין אין דעם קיום פון די פדיונות וואס איר האט געגעבן, וואס וועלן געבראכט ווערן אויפן ציון פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז דער אויבערשטער וועט ממלא זיין משלת לבב כל אחת ואחת, מידו המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה, אנהויבנדיק אויך נאכמער הצלחה אין דעם קיום פון די שליחות ווי ס'איז דאס מקיים געווען ביז איצטער, זאל דאס זיין נאכמערער, ביתר שאת וביתר עוז, ביז אין אן אופן פון עד ולא יד מתוך שמחה. און דאס זאל נאכמערער צוהיילן, אז מ'זאל גאר ניט דארפן ווארטן אויף ראש-חודש אדער אויפן טאג פון דאנענשטייט, נאר וויבאלד אז מ'געפינט זיך אין תחילת השבוע, און מ'קומט פון דעם שבת-האט געבענטשט גאנץ חודש, אדער, און דער ערשטער טאג פון דער וואך איז דאך כולל מביך די אלע טעג וואס קומען נאכדעם, וואס דערפאר ווערט ער אויך אנגערופן יום אחד וואס האט דאך אויך דעם אפטייטש, אז דאס איז אן איין און איינציקער טאג, ניט יום ראשון, וואס דעמאלט שטייט ער אין איין שורה מיט די טעג לאחרי זה, נאר דער לשון אין פסוק איז יום אחד אז דאס איז אן איין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions