פסקה
פסקה rh-j4djnxwj
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-en1mv8ph
- order
- D
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז נתאוה אז ס'זאל זיין דוקא בתחתונים, אבער בשעת ער טוט אין די תחתונים דארף דאס זיין אין אזא אופן אז ער שטייט בריחוק מהם, נאר כדי אויסצופירן דעם אויבערשטנ'ס רצון, איז על דרך וואס כללות עדין הנשמה נעמט זיך דאך מאיגרא רמה און דערנאך כדי אויסצופירן דעם אויבערשטנ'ס רצון ווערט דאס א ירידה, ביז צו א בירא עמיקתא, און דוקא דארטן פירט זיך אויס דער רצון, און נאכמערער דער חפץ און נאכמערער די תאוה של הקב",ה. וואס על דרך זה, ווי דאס איז אין כללות ענין הנשמה, על דרך זה איז דאך דאס אין דעם ענין התורה ומצוות בכלל, וואס זיי זיינען דאך די נשמה פון דער גאנצער וועלט, און אין זיי גופא איז המעשה הוא העיקר, על דרך ווי מעשה בראשית איז דאך דער לשון עליין מדגיש דער ענין פון מעשה בראשית, ענין העשי אז דאס איז אן ענין עיקרי, אז א איד זאל דורכפירן זיינע ענינים און דער עיקר ענין, דער מילוי רצון הקב", אין אן אופן פון המעשה הוא העיקר, כמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0