עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-j49z2gqg

kind
paragraph
order
o4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ויהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן נאכמער דורכגעטאן ווערן, ווארום אין קדושה איז דאך עין הגבלה, איז ווי גוט מ'האט געטאן ביז איצטער, האט יעדער איד, זייענדיק א חלק אלוקה ממעל ממש, א כח בלי הגבלה, אויף נאכמער טאן אין דעם, מיט נאכמער חיות און מיט נאכמער שטארקייט און מיט נאכמער לעבעדיקייט, בכלל ובפרט, ובמיוחד אין דער השפעה, אויף זיין גאנצע משפחה, און אויף דער גאנצער סביבה, און אויף כלל ישראל בכל מקום שהם, ביז כמוך ממש. און ס'ווערט והוא העיקר, און ווי דערמאנט פריער, אז יבנה בית המקדש במהרה בימינו ויושפע לנו שפע הרב פון אלע ספירות, אנהויבנדיק פון חסד שבחסד, ביז מלכות שבמלכות, און אין אן אופן פון תמימות. און מ'האט דאס אין מזומן מראה באצבעו ואומר זה, בפרט נאך אז מ'האט שוין אויך געהאט די הפטורה פון אחרון של פסח, אין וועלכע מ'איז דאך אויך דער תוכן ההפטורה איז דאך, אז דער אויבערשטער קלייבט צוזאמען אידן פון אלע לענדער, אויך פון יהי'הי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions