עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-j21c3286

kind
paragraph
order
O
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויף לעשות לו יתברך דירה בתחתונים, און פארזיכערט אייך, אז עמך ישראל כולם צדיק צדיקים לעולם ירשו ארץ, און וואס דאס איז אויך כולל די ארץ הקודש, אז יעדער איד האט א חלק אין ארץ הקודש, אשר תמיד עיני ה'אלקיך בה, און טוט זיך און פירט זיך אויף אין אזא מין אופןווי דער פסוק איז מסיים, ווי איר האט דאס ערשט-א געזאגט, אז דאס איז מעשה ידו להתפהר, אז דער אויבערשטער בארימט זיך וואס ער האט אזעלכע קינדער מיט וועלכע ער טרעפט זיך בשדה, און זעט ווי זיי פירן זיך אויף בשעת זיי געפינען זיך בשדה, עאכו כמה וכמה ווי זיי וועלן זיך אויפפירן, אז ס'וועט קומען א שבת און א יום-טוב און זיי וועלן זיין בעיובבית הכנסת ובבית המדרש, וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק נאך מערער, אז דאס פארשטארקט נאך מערער דעם מלך מלכי המלכים באשלוס, ער זאל געבן יעדערן פון אייף, און דורך אייך אויך א הוספה אין דער ברכה וואס ער גיט טייערע עלטערן און מחנכן ומדריכים, און ווי דער מנהג איז, אז שוין פון ראש-חודש אלול לעם, דאך דער טאג אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער זאל זיין א צוזאג און א החלטה טובה, מיט א זיכערקייט אז דאס קומט אראפ בפשטות, ולמטה מעשרה טפחים, א שנה טובה ומסוקה בגשמיות וברוחניות, ובגשמיות וברוחניות גם יחון.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions