Paragraph
Paragraph rh-j0mch2wr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nwwxmktp
- order
- fq
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דאס באווארנט אויך, אז די אלע וואס באשליסן אזוי, על אחת כמה וכמה אט די אלע וואס ברענגען אראפ און ברענגען ארויס דעם באשלוס אין פועל ממש, אין עשי'בפועל, שטייען אין א מעמד ומצב פון עשירות פון רייכקייט ברוחניות איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס איז די גרעסטע רייכקייט וואס ס'קען זיין ביי א מענטשן, בשעת ער האט די רייכקייט פון א טיפן רצון ארויסהאלפן יעדערן וואס נויטיקט זיך אין הילף, וואס פארא הילף ס'זאל ניט זיין, נאר אויך די רייכקייט בפשטות, אז דער אויבערשטער גיט פרנסה דעם מאן, אדער פרנסה דעם וואס פארנעמט זיך על דרך ווי ס'פירט זיך אין דער מדינה, איז דאך דא כמה נשים ובנות וואס זיי נעמען אויך איינטייל אין דער פרנסה, דורך דערויף וואס זיי האבן א שטעלע אדער א תפקיז און א שליחות וואס מ'צאלט דערפאר אין א גוטן אופן און אין א פריילעכן אופן, במילא דארפן זיי דאך געבן אויך צדקה
- proofread
- 0