Paragraph
Paragraph rh-ht7z0e72
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-gm9b4a42
- order
- Hi
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווערט דאס דעמאלט אויך די אלע זיבן אושפיזין אין יעדער סוכה פון יעדער אידן, און בפרט נאך אז זיי דערזען אז דארט געפינען זיך אידישע קינדער איז אט דעמאלט ווערן די אושפיזין, און משה רבינו במיוחד צופרידן, וואס ער זעט, אז די תורה וואס ער האט באקומען אויף בארג סיני און דערנאך ומסרה האט דאס איבערגעגעבן יעדערן פון אונז און יעדערן פון אייך, אין אן אופן ומסרה, האט דאס איבערגעגעבן אינגאנצן, זעט משה רבינו, דער הויבט אושפיז פון היינטיקן טאג, ווי אזוי יעדערער פון אייך פרייט זיך מיט דער תורה, און לערנט תורה, און זעט אויך אז אלע זיינע חברים אדער דמינים מיידעלעך מיט די חבר'טער זיי זאלן אויך לערנען תורה, און לערנען תורה אין אזא אופן, אז דאס זאל ווערן מורשה קהלת יעקב, אז ס'זאל זיין ניכר, אז דורך אים ווערט באנייט אט דאס וואס גאנץ קהלת יעקב יעדער איד און אלע אידן בכל העולם כולו זאל דאס קומען אלס א ירושה, נאך איידער ער לערנט דאס, האט ער דאס שוין אויף זיין אייגענטום אויף זיין ירושה אויפן גאנצן יאר,
- proofread
- 0