Paragraph
Paragraph rh-hsf8tj1b
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-trc9p7wr
- order
- Mx
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- א איד, ובפרט א אידישער קינד, און בעט ביי דעם אויבערשטן וואס קען ער אפשלאגן, און ווי אזוי קען ער זיך ניט צוהערן צו דעם יצר, בשעת דער יצר געפינט זיך פריער אין זיין לינקע אפציילונג פון זיין הארץ, און טענה'ט אז דער אויבערשטער האט באשאפן אז ער זאל זיך דארטן געפינען, במילא איז דאך דאס גופא א ראי אז ער איז ניט קיין יצר הרע, ווארום דער אויבערשטער האט אים אריינגעשטעלט, במילא איז דאס גאר טוב. וואס דאס איז דאך די גרעסטע שלעכטקייט וואס ס'קען זיין ביי איינעם וואס וויל טאן שלעכט א צווייטן, בשעת ער פארשטעלט זיך און טונגט-אן א מסכא, און פארשטעלט זיך אז ער איז אן עוהב, ניט קיין יצר רע נאר א יצר טוב, במילא זאל ער אים פאלגן. און דא קומט נאך צו אויך די טענה, ווי דערמאנט פריער, אז דערביי באווייזט ער אים, אז אט זיינען דא הייזער וואס דארטן געפינען זיך אזעלכע ניט-אידן וואס זיי טוען דאס, במילא איז דאס גופא א הוכחה, אז וויבאלד אז דו זעסט דאס, אז וויבאלד אז דו זעסט דאס זאלסט דאס על כל פנים דאס אויספרואוון ווי דאס איז.
- proofread
- 0