עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hscz1jh8

kind
paragraph
order
M
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}
content
וכיוצא בזה, ביז דעת אלקי אביך ועבדוהו. און נגלה דתורה איז דאך עיקר ענינה אויף לברר זיין בירורים אין עולם הזה הגשמי, שאין תחתון למטה הימנו, וואס דאס ווערט דאך אנגערופן בשם ארץ בכלל און אויך ארץ בפרטית. און דאס איז דאך ווי רש"י זאגט, און ווי דערמאנט אויך פריער, אז וועלט בפשטות איז באשאפן געווארן בשביל התורה ובשביל ישראל, און זיי שטייען דאך ביידע אין דעם זעלבן ווארט בראשית וואס דאס באווייזט אז ביידע זאכן קומען צוזאמען, אז בשעת אידן וועלן זיצן און לערנען תורה, און לערנען תורה כדרוש, איז דאס גופא איז מוסיף קיום און חיות אין שמים וארץ וכל צבאיהם, און יעדער איד איז דאך ווי די גמרא זאגט וחייב אדם לומר בשבילי נברא העולם איז אים מיינט מען, אם בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ בשביל ישראל ובשביל התורה, אז ער זאל זיך אפגעבן און זיך אריינליגען זיין דורכגענומען מיט ענין התורה, אנהויבנדיק פון לימוד התורה, בכל הפרטים, ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר סיי אין אורח סיי אין רוחב און סיי אין עומק, וואס דורך דערויף בויט ער אויך אויף חלקו בעולם אין א גוטן אופן, אין א תורה'דיקן אופן, און בויט אויף אויך און מחזק די וועלט בכללותה, ביז אויף צו ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין די וועלט בשלימות בפשטות, לתקן עולם במלכות שד"י, על אחת כמה וכמה דער עולם האמיתי, וואס דאס איז דאך פנימיות העולם,
proofread
1
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions