transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1בהוספה להאמור לעיל, ובפרט אין די ערשטע רייד, וואס אין דערויף זיינען דאך מכלל יעדער איד און אלע אידן בתוך כלל ישראל, ובמיוחד קומט דאך אן די ברכות בהוספה מיוחדה, ווען ס'רעדט זיך וועגן להקים בית בישראל על יסודי התורה והמצוה, און בנים ובנות עוסקים בתורה ובמצוותי', איז ווי דאס קומט צו אן ענין פון א חתן וכלה, א הכנות צו דער חתונה, אדער דער חתונה אליין, אדער ישיבת ימי המשתה, אדער די אריכות ימים ושנים טובות לאחרי זה, און בפרט אויך, אז דאס אלץ איז דאך א הכנה קרובה, ווי מ'זאגט אין די שבע ברכות, אז ס'זאל זיין מהרה ממש, גאר אינגיכן, אינגיכן ממש, ס'זאל זיין ישמה, וערי יהודה ובחוצות ירושלים, קול חתן וקול כלה, מיט די אלע ענינים ווי מ'רעכנט אויס לאחרי זה.
¶2ובמיוחד נאך א סך ווי דער מנהג ישראל בנוגע צו חתן קלה, אז סיי דער חתן וקלה אליין, און סיי זייערע עלטערן און סיי זייערע קרובים און סיי זייערע גוטע פריינט, זיינען גיבן אויף צדקה יתר מפי הרגיל, מערער ווי געוואיינלעך, אין צוזאמענהיינג דערמיט וואס ס'קומט פאר א נייע חתונה בישראל, וואס דאס איז דאך ווי דער אפטייטש פון ישראל א זאך וואס איז פארבונדן און נוגע צו יעדער אידן און צו אלע אידן און צו כלל ישראל, און ווי נאכמערער, ווי ערקלערט אין ספרים, אז אויך די קרובים פון די פריערדיקע דורות באטיילקן זיך אויך אין דער שמחה, על אחת כמה וכמה די קרובים, אז זיי זיינען בחיים חייתם בעלמא דין, אז ס'זאל זיין דער חתונה ברוב עם, און אן ענין פון זיין ברוב שמחה, סיי בכמות און סיי באיכות, און די חתן כלה זאלן זיין געבענטש בכל המצטרך להם, ס'זאל זיין בני חיי ומזוני רויחא, און די אלע ענינים אין אן אופן פון רויחא.
¶3און דאס קומט אלץ צוזאמען און היילט נאך מערער צו, און אין אן אופן אז ס'זאל זיין תוקף ומיד ממש דער חתונה הכללית, אז יעדער איד און אלע אידן שטייען בשמחה, דורך דערויף וואס מ'געפינט זיך אלע צוזאמען בארצנו הקדושה, און דארט גופא איז נרי יהודו בחוצות ירושלים, און מ'פראוועט דארטן אידישע שמחות בכלל, און שמחות חתונה במיוחד, און אנהויבנדיק אויך דער המשך פון די חתונות, אדער די שבעת ימי המשתה שלהם, אדער די הכנות צו דער חתונה, ועוד והוא העיקר, אז די אלע ענינים קומען פאר תיכף ומיד ממש, אנהויבנדיק אז מ'האט תיכף ומיד ממש די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'איז ממשיך אויך די שבע ברכות, אדער דער המשך פון דער חתונה אליין, דעם ערשטן טאג אדער די ערשטע נאכט, מתוך שמחה וטוב לבב.
¶4ובפרט נאך, וכמדובר, אז מ'איז מקיים מנהג ישראל, ווי דערמאנט פריער, אז חתן קל און די קרובים זייערע, בפרט די עלטערן, זיינען מוסיף נאך מערער אין ענינים פון צדקה, און נאך מערער אין ענינים פון תורה ומצוותי'במיוחד, ווערט דאס נאך מערער אן ענין של שמחה של תורה און אן ענין של שמחה של מצוה, און דאס ווערט צוזאמענגעשטעלט, און ס'איז איין און איינציקע זאך, בשמחת כלל ישראל, מיט די שמחה וואס דאס געהערט צו דעם חתן וכלה לכאורה אלס א פרט, זיינען זיי א פרט פון כלל ישראל און א טייל פון כלל ישראל, און בעצם שהתתופת במצאתה אתה תופת בכולי אן עצם'דיקע זאך, אז מ'האט א טייל דערפון, אפילו מערניט א זאך וואס ווייזט זיך אויס, אז ס'איז א קליינער טייל, איין און איינציקער לגבי כלל ישראל, אף על פי כן איז דאך רעדט זיך דאס וועגן אידן, און וועגן אידישקייט, און וועגן תורה ומצוותי און דעריקער דאס רעדט זיך וועגן שמחתו של הקב,"ה, וואס ער איז למעלה מכל מדידה והגבלה און דעם מקום פון כל השמחה וכל השמחות, ומקור כל הברכות, אנהויבנדיק, אז
¶5זאל זיין די חתונה, און די הכנות צו דער חתונה, און די שבעת ימי המשתה פון דער חתונה, בתוך כל חתונות בני ובנות ישראל בכל מקום שהם, צוזאמען מיט די הכנות צו דער חתונה וואס דארף מען עס פארקומען זאל אלץ זיין די הכנות בשמחה הכי גדולה, און די חתונה די שמחה הכי גדולה, און תיכף ומיד ממש זאל מען האבן דעם המשך, אז ישמה ניט נאר אין לשון עתיד נאר לשון הוה, ישמה בריא יהודו בחוצות ירושלים, קול חתן וקול קלה, אנהויבנדיק פון דער חתן קלה מיט אלע זייערע קרובים, און אנהויבנדיק מיט כלל ישראל זה און כלל ישראל וכלל הדורות, ועוד והוא העיקר, אז שמחת בנין עד יד, און א שמחה למעלה מכל מדידה והגבלה, און דאס ווערט גלייך דער המשך בזה צו דער שמחה הכי כללית, די שמחת סגולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.