transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט דאך די שטענדיקע הבטחה, אז יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה ולמועדים טובים ואמת והשלום אהבו, וואס דעמאלט וועט דאך דאס זיין נאך מערער ווי סתם א יום-טוב, וויבאלד אז דאס איז א יום-טוב פארבונדן מיט יהפכו איז דאך דאס כיתרון האור וכיתרון המסיקות, ווי גערעדט מערערע מאל. מידי שנה בשנה קומט נאך צו אן ענין המיוחד מצד השנה, און במילא איז אויך אנדערש, ניט עלעמאל, די זעלבע קביעות אין ימי השבוע, און די זעלבע קביעות אויך אין די פרשת השבוע, וואס בשנה זו איז דאך אויך אויסגעטילט אין ביידע ענינים, נוסף אויף דעם ענין המשותף לכל השנים, אז ס'איז אלעמאל בגימטריא טוב, וואס דאס איז שבע עשרו, פארבונדן אויך אין ווי מ'געפינט דאס בנוגע צו דעם נאך וועמען ס'איז דער נאמען פון נשיא דורנו, אז ביי יוסף איז פארבונדן דערמיט וואס ביי יעקב איז געווען שבע עשרו שנה, וואס ס'איז געווען אין ארץ מצרים, לשון מיצרים וגבולים,
¶2וואס דאס איז בדוגמא ווי אן ענין פון תענות, און ס'איז געווען דוקא וישב יעקב בארץ וצריים שבעה עשרה שנה, און ווי רשעי טייטשט אפ אויף א פריערדיקן וישב וואס שטייט אין פסוק, אז ביקש יעקב יושב לשב בשלוה, און דעמאלט איז דאס ניט מקויים געווארן, ווי קען זיין, אז א בקשת הצדיק בכלל, על אחת כמה וכמה פון די ג'אבות, און פון די אבות עצמם דער בחיר שבאבות וואס דאס איז יעקב ס'זאל ניט מקויים ווערן, איז אויף דערויף דער דיור בפשטות, אין אן אופן הנראה לעיני בשר, אז ס'איז מקויים געווארן, נוסף אויף דערויף וואס דעמאלט איז אויך געווען די יארן וואס ס'איז געווען אין ארץ מצרים די שבעה עשרה שנה, איז דאס געווען דעמאלט ווען בא יעקב'ן איז מקוים געווארן די בקשה פון לשוב בשלוה, אזוי איז דאך געווען דער מטבה ראים, היו ימי חייו, משא נכן אז ער איז געקומען אין מצרים, איז שני ימי שני חייו בפשטות גייט דאך דאס אויף די יארן ביז דעמאלט, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז וישב יעקב בארץ מצרים וואס דאס איז געווען נאך דערויף
¶3ערקער האט, און ווי געזען אויך בגלוי, אז ער איז אט דער וואס ער איז מברך את יעקב, וואס דערמיט איז דאך מסיים אויך די פרשה ראשונה, חלק ראשון, אין דעם ענין אז מברך את פרעה אזוי איז אויך ווערט יעדער איד, וואס יעדער איד איז דאך א בן אדער בת יעקב, ווערן זיי אט די וואס נוסף אויף כלל ישראל, און יעדער אידן איז דאך בשבילם נברא כל העולם כולו, ובפרט נאך אז זיי האבן זיי פארבונדן מיט תורה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון יעקב שבשם לישראל און צווישן אלע דריי אבות איז דאך דאס די ג'כוין פון תורה עבודה און גמילות חסדים, איז דאך גמילות חסדים דער ענין פון אברהם, און עבודה דער ענין פון יצחק'ן, משא'כן יעקב איז דאס דער קו התורה. און דערנאך ווערט דאס אויך איבערגעגעבן, אף על פי וואס די אבות זיינען דאך די ג'אבות פון יעדער אידן און פון אלע אידן, אין דערויף גופא איז אבער אויך דא מערער וואס ס'איז מער בתוקף ובגלוי בא יעדער אידן, איז דאך דאס ווי ער איז מבאר
¶4אין אגרת הקודש פון תניא, אז דאס איז וואס נשמה פון יעדער אידן איז דאס מושרש און איז א חלק פון משמת יעקב דוקא, וואס דאס געפינט מען ניט אז דאס זאל שטיין בנוגע צו אברהם, און מ'זאל שטיין בנוגע צו יצחק'ן מערניט ווי דאס שטייט בא יעקב, כולל אלקי ישראל. און וואס דערפאר איז דאך אויך ישראל הראשי תיבות, אין די פון די ביאורים בזה, אז יש ששים ריבוא אותיות לתורה, וואס כנגד זה איז דאך אויך די ששים ריבוא מישראל, וואס אף על פי וואס ווי דערציילט אין פרשה פינחס, איז דאך שוין דעמאלט געווען א הוספה אויף די ששים ריבוא, מערער נאך אלף און נאך כמה מאות ועשיריות, איז דאס אבער דער כללות זייערע, ווערן זיי נכלל, אז נשמות כלליות איז מערניט ווי ששים ריבוא, ששים ריבוא כללים, וואס יעדערער פון זיי, ווי ער זאגט אין תניא, איז אויך א שורש ומקור אויף ששים ריבוא נשמות פרטיות. וואס ספר התניא איז דאך תורה שבכתב פון חסידות, איז דאך דערפון אויך פארשטאנדיק אפילו בנוגע צו חלק הרביעי שבו, אף על פי וואס דאס איז ערשט צוגעקומען שפעטער על ידי בני המחבר, און מ'זאגט דאך אויך אין דער הקדמה, אז דמת
¶5המול, בשעת מ'האט דאס אפגעדרוקט אויך דעם חלק הרביעי, איז דאך דאס אבער נצטרף געווארן, און איז געווארן אויך א חלק פון גאנץ ספר התניא, וואס יעדער ענין איז דאך בהשגחה פרטית, על אחת כמה וכמה די ענינים שבתורה, על אחת כמה וכמה ענינים שבתורה מיט פנימיות התורה, און אין פנימיות התורה איז דאס געווארן א חלק אין פנימיות התורה איז דא די דריי חלקים, דערנאך אויך דער פערטער חלק, וואס דאס איז די אגרת הקודש בתוך אויך די אגרת האמורה. וואס דאס איז אויך בכללות דער לימוד, אז אף על פי וואס אידן בכלל טוויי טיילן זיך אויף די דריי חלקים, דריי סוגים, מתאים צו די ג'אבות, על דרך ווי זיי טיילן זיך אויך אויף ד'רגלי המרכבה און ד'גלים, ווי ס'איז געווען בא אידן, פאנאנדערגעטיילט כמגד פון די ד'אמהות, ווי ער איז אבער אלע נכלל במיוחד דוקא בנוגע צו יעקב, און דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו נשי יעקב, וואס ס'איז אויך געווען ארבעה, וואס אויף יעדער אידן שטייט, אז זיין נשמה
¶6ווי ער זאגט, כאמור, אין אגרת הקודש, איז דאס א ניצוץ, און אזוי אויך איז ער בנוגע צו משיחן, אז דרך כחב שטייט אויך דרך כחב מיעקב, ווי דער פסוק בפרשתינו, איז דערנאך אויך דער קם שבט מישראל, איז סיי בנוגע צו יעקב און סיי בנוגע צו ישראל, איז דאס ביידע נעמען, וואס יעדער איד ווערט מיט זיי אפגערופן, ווי פארשטאנדיק לויט די תניאים שבדבר און לויט כמה פסוקים, וכמדובר כמה פעמים. וואס דערפון האט מען אויך גלייך א הוראה בהנוגע לפועל, אז אף על פי וואס בכללות איז דאך יעדער איד מחוייב אין די ג'כוין, תורה עבודה וגמילות חסדים, און ווי ער שטאמט פון יעדערן פון די דריי אבות, סיי פון יעקב'ן און סיי פון יצחק און סיי פון אברהם, נו דומה מערער נאך די התכללות און די שייכות בנוגע צו יעקב און ישראל ווי בנוגע צו אברהם און יצחק. וואס דערפאר איז אויך, אז אף על פי וואס יעדער איד האט דאך א קביעות יתין בתורה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון תורה ויעקב וישראל, און האט אויך דער ענין אז מ'גיט א פרוטה לני וואס ער האט דער מצב וואס ער איז דאך
¶7מחוייב אין תפילה בכל יום, במילא איז דאך אויך דא דער ענין פון צדקה אויך, און אדרבא דאס קומט נאך פריער, על דרך ווי אברהם איז דאך געווען פאר יעקב'ן, ואדרבא אחד הי'אברהם, על דרך זה אויך בנוגע יעדער איד מחוייב, סיי אין תורה און אויך אין עבודה, וואס דאס איז ענינו של יצחק, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין המסירת נפש, וואס דאס איז דאך אמיתית ענין פון א קרבן, איז דאך אז אדם כי יקרי זאל זיין מכם קרבן להוי'דער ענין פון מסירת נפש. און וואס דאס ווערט אויפגעטאן דורך יעדער מצוה שבתורה, ווי ער זאגט אויך אין ספר תניא, אז בשעת עשיית המצוה איז דאס אן ענין פון מסירת נפש, וואס דאס איז דאך ריחיד א מסירה אן ענין של קרבן, איז אינו דומה אבער די התחייבות וואס ס'איז דא בהנוגע צו צדקה און בהנוגע צו עבודה, צו די התחייבות וואס ס'איז דא אין תורה, ביז וואנענט אז די התחייבות אין תורה איז דאך א חיוב און א זכות אויף כל היום כולו, אז מ'טאר ניט דורכלאזן קיין רגע פון איזה יום שיהיה, אפילו אין די טעג פון די ג'שבועות,
¶8אין דעם טאג פון דעם סיום וחותם פון ג'שבועות, איז ס'איז געווען בשנה שעברה, וואס ס'האט דאך דאס דעמאלט געווען דער סיום וחותם ביום התשעה בה ישרסתב שנון איז דאך א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז יעדער איד איז מכריז און טראכט בתמידות בזה, אחכה לו בכל יום שיבוא, איז דאך א זיכערע זאך, אז משיח קומט פאר תשעה בה פון היינטיקן יאר, און נאכמערער קומט נאך תוקף ומיד אין דעם המשך פון שבעה עשר בתמוז, וואס דער תשעה באב פון שנה שעברה איז דאך געווען אן ענין א טאג וואס איז עשר בתורה, איז אף על פי כן איז דאך אויך דא דער חיוב הלימוד אין תורה במשך כל התשעה באב, נאר וואס דען מ'דארף אויסקלייבן די חלקים שבתורה וואס זיי זיינען מתאים דרכי צו אט דעם טאג, ווי ס'איז אויך דא בכל יום ויום אין תורה, אין לימוד התורה, איז דאך אויך דא אט דער לימוד שהזמן גרמא, איז ער דוחק כל שאר הלימודים שבתורה עצמה, אפילו אין דעם זעלבן חלק אין תורה, אין דער זעלבער ספר שבתורה, אדער אפילו פרשה שבתורה, קומט ניט אן ענין און א הלכה שהזמן גרמא, וואס ס'איז דאך דא
¶9הלכות וואס ס'איז א זמן גרמא וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין תורה-שבכתב, על אחת כמה וכמה אין תורה שבעל-פה, און על אחת כמה וכמה אין די מסכתא וואס זיי זיינען מתאים צו פסח, על דרך זה צו שבועות, און על דרך זה צו סוכות, אבער אינו דומה, אף על פי כן, איז אף על וואס אינו דומה, איז פונדעסטווען איז אבער דער חיוב פון לימוד התורה האט מען אויך דערביי די הודאה, אז דאס איז תורה אחת, און בשעת ער לומד תורה ביז אין מקום שיהי און לערנט דאס ווי ס'דארף זיין אין אן אופן פון עמל תורה עמל בתורה, איז דעמאלט איז די תורה איז זי עמל פאר דעם אידן הלומד תורה אין א חלק שבתורה, איז אפילו מדרש בתורה בכל עניני התורה, על אחת כמה וכמה ווי מ'פארבינדט דאס אויך מיט די שיעורים פון רמב,"ם, וואס דאס איז דאך אויך דער משנה תורה פון כל התורה כולה, אלע חלקי התורה, ואלע חמשה חומשי תורה, על דרך זה אויך איז דאך כולל די אלע ששה סדרי משנה, ווי גערעדט בארוכה כמה פעמים, על דרך זה אויך איז מען דאך
¶10מהדר, און איינגעפירט שוין ער בג' שנים, אז לאחרי התוועדות מיט צוזאמענקלייבן זיך און התוועדות כזו, איז מען אויך מסיים מיט מאכן יעדער איינעם און איינע פאר א שליח אין מצות הצדקה, וואס דאס איז נאך און האלט נאכמערער צו דעם קיום היעוד וההבטחה הציון במשפט תפדה ושבי'בצדקה, וואס משפט איז דאך מיין בזה תורה בכלל, און ענין ההלכה שבתורה במיוחד ענין המשניות, ווי מבואר בארוכה אין לקוטי תורה. און דערנאך ווערט אויך ושבי'בצדקה, צדקה בפשטות, נוסף אויף דער צדקה וואס יעדער איז משפיע אויף נאך אידן, אז זיי זאלן אויסנוצן דעם שבעה עשר בתמוז אויף נאך פון שנה זו, אויף א שטארקן נאכמער, דעם אחכה לו בכל יום שיבוא, ואדרבא, אזא מין טאג ווי שבעה עשה וואס ס'איז בגימטריא טוב, און דאס איז אין חודש תמוז, וואס דעמאלט איז שמש בגבורתא, און בפרט נאך אז דאס איז אויך פארבונדן מיט פרשה פינחס, וואס פינחס זה אליהו וואס ער איז דאך דער מבשר הגאולה, און בפרט נאך בשנה זו, כמדובר, אז דער טאג שלישי, בפרשת פארבונדן
¶11און וואס דערמיט איז פארבונדן אן דער חלק השלישי פון דער פרשת השובה, אז דאס איז פרשה פינחס הויבט זיך גלייך אן מיט לאלה תחלק הארץ און דערנאך איז ער אויך ממשיך אין די פסוקים הסמוקים לזה, אז תחלק הארץ האט מען דעמאלט א חלק בארץ אין אלע אופנים, סיי אין דעם ענין פון גורל און סיי אין דעם ענין פון דעם שם הוי און סיי אין דעם ענין פון תחלק על ידי משה רבינו ואליעזר הכהן, און דערנאך אויך אין די נשיאות של כל שבט ושבט, וואס דורך זיי איז דאך אויך געגאנגען דער חלוקת הארץ וארץ ישראל בפשטות, על דרך זה אויך בכל דור ודור דער נשיא שלו, וואס ער שטעלט זיך צו און דאגה'ט זיך און באזארגט און פועל'ט אויך אז ס'זאל זיין צרכים של כל אחד ואחת מישראל, של כל הדור ההוא, ובפרט נאך אז דאס איז אויך מרומז אין דעם שמו פון נשיא דורנו, אז דאס איז יוסף הוי'לי בין אחר, וואס דאס פארבינדט אים מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן פון דעם דור, אפילו אט די וואס קודם פעולתו זיינען זיי אין אן אופן פון אחר, וואס דאס איז דאך דער אחר לגבי בין,
¶12אף על פי כן שטעלט מען זיי ביידע אין איין המשך, און מ'זאגט אז דאס איז דער ענין פון יוסף'ן, אז ס'איז טאקע דער ענין וואס ס'איז יוסף לי הוי'בין אבער דערנאך זאגט מען גלייך אין דעם זעלבן המשך א בין אחר, אז דער בן איז כולל אין זיך ביידע אופנים, בן שהוא בין, ובין וואס איז געמאכט געווארן פון אן אחר, און פון דעם אחר האט דער יוסף געמאכט און געטאן בפועל, אז ס'איז געווארן פון אים אויך א בן, ואדרבא גדולין בעלי תשובה, וואס אפילו צדיקים גמורים דערגרייכן אויך ניט דערצו, און וויבאלד אז מ'האלט אבער בא די נשיאות פון יוסף יצחק, איז אט דעמאלט איז דאך פארשטאנדיק, אז פון דעם אחר ווערט גלייך אן ענין פון בן, ואדרבא ביתר שאת ויתר עוז, גדולין בעלי תשובה, ובפרט נאך אז מ'איז דאס אויך מקשר מיטן לימוד פון דעם מאמר פון נשיא דורנו, וואס ער האט אויך ארויסגעגעבן און צוזאמען דערצו געגעבן אויך א מכתב כללי אין וועלכע ער שרייבט, אז דאס איז פארבונדן מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, וואס גאול הוי'עושה לא עושה בלבד גאול נאר יעדער אידן, כל מחבר בתורה ומצוה
¶13ביז אפילו אט די וואס זיינען בשם ישראל יכונה כמדובר כמה פעמים. וואס דאס ברענגט גלייך דערנאך אויך צו דעם לימוד און צו דעם מאמר און אויך צו דעם לימוד המאמר פון עשרה שיושבים ועוסקים בתורה, וואס לעתיד-לבוא וועט דאך זיין דוקא ארץ פון עשר אומין, וואס כמגד זה איז דאך אויך בא אידן דא טאקע כמנורת זהב כולל און שבע קני המנורה, דערנאך איז דא אידן, און דאס איז אויך אויך דא בא יעדער אידן, ווי יעדער איד באשטייט פון עשר כחות הנפש, און דאס ווערט דעמאלט א מנין.. וואס דערפאר איז דאך אויך בנוגע צו דעם שמו אשר אישו לו בשן הקודש איז דאס אויך פארבונדן מיטן סיפור הידוע, מיט בנו של הצמח צדק, וואס נאך אים איז ער א נאמען געגעבן געווארן, אז דאס איז געזאגט בנוגע צו תפילה בציבור, אז בשעת מ'מאכט א ציבור פון די עשר כחות שבנפש אט דאס ווערט דער אמת'ער מנין און די אמת'ע תפילה, וואס תפילה איז דאך די שאלה צעותי מחצתי עושה כולה, משא'כן בשעת ס'איז דא די תפילה בשלימותה, בשלימות התפילה, איז דאך אויך תלוי בהאמור, אז ס'זאל זיין דער ענין פון יהא פרוטי לעני דער ענין הצדקה, וואס דערפאר איז מען דאך אויך מצרף, כאמור,
¶14די ביידע ענינים, סיי דער ענין התפילה און סיי דער ענין הקריאה בתורה, וואס דאס איז דאך עבודה, און תורה, און ענין הצדקה, עבודה כענין פון גמילות חסדים, און די אלע דריי זאכן צוזאמען ברענגען גלייך דעם בית המקדש השלישי, חוט המשולש לוי מהרה יהנתק, ביז וואנענט אז ס'ווערט אינגאנצן בטל באפשריות, ואדרבא ס'בלייבט מער ניט ווי דער ענין פון טוב, נאר א טוב בכפליים הטעמים לשון רבים, ווי ער זאגט אין תניא, סיי דעם הטעמים מלכתחילה א דבר מסוג וערוב, און סיי דעם הטעמים וואס קומט על ידי וואס ווערט אריינגעמישט אין דערויף דער ענין פון בחשוכו למהרה ומרירו למיתיקא איז כן תהי'לנו בתוך כלל ישראל. ובפרט אז דערנאך מאכט מען דאך יעדערן פון די מסוגי פון נמצאים כאן אויך אויף שליח פון צדקה, און ער און דער זי איז דערנאך מוסיף מדילי און ס'ווערט אויך די צדקה עצה הקב,"ה נוסף וואס ביז איצטער איז געווען די צדקה שפיזרן בין האומות ווערט תיכף ומיד אין רגע שלאחרי זה די צדקה עושה הקב,"ה לישראל
¶15און קלייבט זיי צוזאמען פון דעם פיזר, אין וועלכע ער האט זיי פאנאנדערגעשפרייט, וואס דערנאך איז ער דערפאר אויך א תיקון על ידי הקב'ה עצמם, אז ואתם תלוקטו לאחד אחד איז ווי רש'י טייטשט דאס אפ, איז דער אויבערשטער אליין קלייבט צוזאמען די אידן וואס צדקה עשה עמם שפיזרם ווערט תיכף ומיד ממש, און בפרט אין א טאג פון שבעה עשרה, וואס דאס איז דאך בגימטריא טוב, און אין פרשה פינחס פינחס זיד יאו ס'איז אחר לטוב מבשר הגאולה, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, יבוא ויוליכינו כשביות לאחצנו בכללות, במהרה בימינו ממש, האבן מען קיין יהי רצון, און דער כלל קומט אראפ אין א פרט מיוחד, אז דאס קומט תיכף ומיד ממש, נאך קודם תפילת ערבית, פון שבעה עשר בתמוז שנת ה'תשנון, און א סך מערער פריער, וכמה שעות פריער, ביז וואנענט אז מ'כאפט נאך אריין, אז דער טאג פון תשנון, דער שבעה עשר בתמוז, פון תשנון, איז גלייך דעם זעלבן טאג, ווערט דאס ימים טובים, און ימים טובים ביתר שאת וביתר עוז, ביז וואנענט אז ס'ווערט דאך אויך די שאלה בנוגע צו
¶16תענית איז דא שני סוגים אין א תענית, ס'איז דא אן אופן אין תענית וואס בשעת מ'זעט אז די בקשה פון דעם תענית, די תכלית התענית, איז נתקיים געווארן, איז אט דעמאלט דארף מען ניט ממשיך זיין בתענית, און מ'קען גלייך מאכן א סעודה, ואדרבא נאך א סעודה שמחה, וואס ס'איז באטל געווארן די סיבת התענית, ס'איז דא אזוינע טעניות, אף על פי דארף מען מסיים-זיין דעם תענית, וויבאלד אז כבר ישפיל בו. און יהי רצון, אז ווי ס'זאל ניט זיין דער פסק-דין בנוגע צו די ביידע אופנים זאל מקויים-ווערן דער תכלת השלימות, כאמור לעיל, אין דעם שבעה עשר בתמוז שנת היו תהי'שנת ניסים, אין דעם אופן הכי שלום והכי טוב, און מ'האט דאס תוכף ומיד ממש, א רגע נאך דעם רעדן איצטער, איז גלייך דער רגע שלאחרי זה ווערט א רגע פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אמן כן יהי רצון.