עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hr4vptf3

kind
paragraph
order
mq
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
די אלע צושטאנדן, און ס'ווערט גלייך ווי ס'האט געווען אין מטה אהרן, און פארשריבן געווארן אין תורה, און אויך פארשריבן געווארן אין תורה, אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט, אז די מטה אהרן זאל אויך בלייבן למשמרת, כדי דערפון זאלן אפלערנען אידן במשך כל ימי חייהם, אפילו ווען מ'געפינט זיך אין גלות, און מ'געפינט זיך אין גלות שוין דער קארגע צוויי טויזנט יאר, זאל מען נאך אלץ געדיינקען, און ניט נאר געדיינקען אז ס'בלייבט מערניט ווי זכרון, נאר דאס איז גלייך פועל פעולתו אין די טאג-טעגליכע אויפפירונג פון יעדער איד, סיי א ארוואקסענער און סיי א קינד סיי ביז גאר קליינע קינדער, וביתר שאת וביתר עוז, אט די וואס זיי זיינען מחנכים אדער מחנכות, אדער מדריכים אדער מדריכות, אדער די וואס גרייטן זיך אויף דערויף, אז א איד האט א שליחות אין וועלט אויף ערציען די גאנצע וועלט, אז די גאנצע וועלט זאל ממלא זיין איר שליחות, וואס די שליחות פון יעדער זאך אין וועלט איז דאך, אז מ'זאל מקויים ווערן, אז לא פראו אלא לכבודו,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions