עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

69 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1על דרך זה ווי מ'געפינט בכסלו, אז ער זאגט אין דער ברייתא, אז בכסלו ווי יומא דחנוכה תמניא אינון געפינט מען אויך דאך על דרך זה אויך בא די חנוכה, חנוכת המשכן, וואס דארטן איז דאך אויך ווי ער איז מאריך אין לקוטי תורה אין פרשה נשא,

2שטייט דאך ביידע לשונות, אז דאס איז געווען ביום היא משך אותו און ס'איז געווען ”אחרי המשך אותו”.

3און ווי ער איז דאס מפרש, אז ”ביום המשך אותו” איז דעמאלט געווען די אלע קרבנות פון כל י' בי' הנשיאים איז דאס געווען ביום המשך אותו.

4וואס דאס האט דאך אויך א שייכות צו יומא דחנוכה, וואס דערפאר האט מען דאך קובע געווען די קריאת הנשיאים ביומא דחנוכה.

5בדוגמא ווי מ'זאגט דא, אז בכסלו איז דעמאלט איז געווען די יומא ”דחנוכה תמניא ינון"”, ווי ער איז מבאר אין שערי אורה, אז אין דעם יום ראשון זיינען נכלל אלע שמונה ימים,

6און ווי אויך בפשטות האט מען דאך דעמאלט געפונען דעם פך פון וועלכן מ'האט דערנאך מדליק געווען אין די שמונה ימים ס'האט מערניט דער פעלט קיין פעלט דער ענין פון פועל, אבער דער ענין במציאות איז שוין געווען בכו ה' בכסלו.

7על דרך זה איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אלעמאל אין תמני אינון וואס הויבט זיך אן בכו ה' בכסלו איז אלעמאל דא ראש תודש באמצע.

8אמאל שני ימים לויט דער קביעות השנה, ביז ווי בקביעות פון שנה זו אז כסלו מלא איז אט דעמאלט שני ימים ראש חודש.

9וואס דער ענין פון ראש חודש איז אויך בדוגמא ווי דעמאלט איז געווען דער ”תמעו כל השמנים שבהיכם” אז ס'איז ניט געווען קיין מציאות פון אור קדוש, פון אור טהור, פון שמן טהור,

10וואס דאס איז דאך אויך ווי דאס איז אין סוף פון חודש, קודם מולד הלבנה איז דאך אט דעמאלט ווי נפקדת כיפקיד משה אביך", אז ס'פעלט אינגאנצן די מציאות הלבנה, וואס

11דארט איז דאך אויך מובן אז ניט דער פשט אז די מציאות הלבנה איז ניטא, די לבנה איז דא דעמאלט אויך, זי איז אבער ניט מאיר למטה, דערפאר וואס אור, וואס דאס איז תכלית בריאות הלבנה,

12”להאיר על הארץ” איז דאס איז דעמאלט ניטא, און דעמאלט דארף מען דאס ממשיך זיין ממקורה הכי עליון, כמבואר בכמה מקומות, אז אע"פ וואס דאס איז יחוד שמשה ותהרה ווי דאס איז זהב מלכות דא למטה,

13אבער דער יחוד איז פארבונדן מיט א יחוד הוואה, מיט א יחוד פנימי וכו' וכו', וואס דערפאר איז דאך דאס פארבונדן מיט דער גאולת ישראל פון אלע גליות, ביז צו דעם גלות האחרון,

14וואס דערפאר איז דאך בא יעדער חידוש הלבנה און חידוש הלבנה זאגט מען דאך ”שהם עתידים להתחדש כמותה”, און מ'זאגט ”דוד מלך ישראל חי וקיים” און ”שני המאורות הגדולים” וכדוגמא די אלע פרטים אין ברכת חידוש וקידוש הלבנה,

15וואס זיי זיינען פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין דער ענין פון ”קיימא סיהרא באשלמותא” איז דאס דערמאנט מען דאס ווארום דאס איז פארבונדן מיט יעדער מאל ווען ס'קומט א ענין פון ראש-חודש.

16וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די ביאורים וואס ס'איז דאך דא אין מדרשים, אז פון די גזירות יון איז געווען א גזירה מיוחדה אויף שבת מילה און אויך אויף חודש, וואס דאס איז די שייכות פון חודש פון חידוש הלבנה מיט דעם ענין פון גזירת יון.

17וואס דערפאר איז דאך אויך בשעת מ'ברענגט אראפ די דוגמא פון חנוכה מלשון חינוך ליינגט מען אראפ דעם ענין פון חינוך פון קטנים, און גלייך מוסיף אויך דער חינוך פון קטנות, ביז כמבואר בארוכה בכמה דרושים, ובפרט אין שערי אורה.

18וואס דאס איז דאך כמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין וואס זיי שטייען בהתגלות דעמאלט לעתיד לבוא איז דאס על ידי מעשינו ועבודתינו במשך זמן הגרות, על דרך ווי גערעדט פריער, אט דאס וואס מ'האט מנצח געווען די מלחמה איז דאס געווען פארבונדן מיט פך אחד חתן בחותמו של כהן גדול,

19און דער פך אחד חתן בחותמו של כהן גדול איז ער געווען צוגעגרייט קודם נצחון המלחמה, ואדרבא ער האט גורם געווען און האט געבראכט דעם נצחון המלחמה, ביז אויך נוסף אויף נצחן במלחמה רוחנית אויך דעם נצחן אין מלחמה גשמיות כפשוטה.

20ביז וואנענט אז מ'זאגט אויך, דער ענין פון פתח ביתו מבחוץ, איז מען דאס מבאר דאך ברוחניות, אז ס'דארף זיין ”והוי' יגיה חשכי” אין וואס פאר א מעמד ומצב א איד זאל זיך ניט געפינען, אפילו אויב חס ושלום זאגט מען,

21אז ער שטייט ברוחניות אין א מעמד פון מעתים און חלשים איז אט דעמאלט איז א זיכערע זאך אז ”והוי' יגי' חשכי” ער דארף נאך נעמען בא זיך פון זיין חושך למעלה פון כל עניני שכל,

22אפילו פון שכל ואור דקדושה, נאר דוקא אין דעם אופן פון 'מסירת נפש' איז דאס ממשיך פון ישוב חושך צש רו, וואס דאס איז הוי' בתוספת ווי ער איז מבאר אין ”תורה אור”, און אט דעמאלט איז דאס יגי' חשכי.

23וואס דעמאלט ווערט בא אים די חנוכת המקדש והמזבח מלכתחילה, אין אן אופן פון מתנות רבות שלא עד הרבו 'כלל וכלל', ביז וואנענט ווי מ'דאגט אין בנוסחא פון 'על הניסים' דוקא ניט סתם א תשובה, נאר תשובה גדולה, ביז וואנענט אז ער טוט אויף על ידי עבודתו לעדות ולהלל,

24ניט נאר לשמחה סתם, נאר דוקא לשמחה הגדול, און דערנאך ווערט דאס ערשט נמשך אויך אין שמחה, ווי שמחה ווערט נתלבש בעולם, וואס דעמאלט שטייט דאך די גדלות בהעלם.

25און דאס פארבינדט מען מיטן ענין פון חינוך איז ווי געזעט פריער דער ענין פון פסח ביתו מבחוץ, וואס דאס איז פארבונדן מיטן חינוך ע'די מתנות רבות פון א קטן וקטנה.

26וואס דערפאר איז אויך פסח ביתו מבחוץ בגשמיות כפשוטו, ווי דאס איז אין דער מצות ווי אין דעם קיום פון מצות 'נר חנוכה', און דאס איז פארבונדן אז אויך בעבודה הרוחנית שלו באגנוגנט ער זיך ניט דערמיט וואס ביי אים איז שולט ”נר מצוה ותורה אור” אין ענינים שבפנים, נאר דאס ווערט על פתח ביתו מבחוט.

27וואס דערפאר איז אויך, ווי גערעדט אין שבת'דיקן פארברענגען בארוכה, אז ס'איז דא אט די וואס שטייען בגשמיות כפשוטו, ”על פתח ביתו מבחוץ”,

28און זיי איז דוקא קידם איז ושליחותם אויף מגין זיין אויך בפשטות על עמי הקודש בארץ הקודש, איז דורך דערויף וואס בא זיי ווערט דער ענין פון ”והיו מחניך קדוש” איז הוי' אלקיך מתעלך בקרב מחניך און זיי פילן דורך די שליחות ביז קליא,

29ניט נאר תרמוד דאי, נאר ריגלא דתרמודאי אז ”אפילו חרב של שלום” איז אויך לא תוור בארצכם, עאכו' כמה אן אנדער סארט חרב.

30בדוגמא ווי דאס איז אין צבא כפשוטו, איז וויבאלד אז יעדער איד ווערט אנגערופן בשם ”צבאות הוי” בדוגמא ווי ס'איז געווען ”כימי צאתך מארץ מצרים”,

31עאכו"כ אין די לעצטע טעג פון גלות, וואס דעמאלט וועט זיין ”כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות” איז אויך דא אט די וואס זיי זיינען אויסגעקליבן על ידי השגחה פרטית, אז זיי זאלן שטיין על פתח ביתו ובחוץ.

32און דאס איז, אט די וואס על פי השגחה פרטית איז יעדער ענין איז דאך דאס משמיא קא ממנו לו אט די וואס זיי האט מען איבערגעגעבן דעם חינוך פון קטנים וקטנות שבבני ישראל, וואס כל אחד ואחת מהם זאגט מען דאך אויף דערויף ”בנים אתם להוי' אלקיכם”, און

33ווי גרויס ער זאל דאך ניט זיין איז לגבי למעלה ווערט ער דאך אנגערופן בשם קטן ווי ער איז מבאר אויך אין שערי אורה אין די דרושים פון חנוכה, אז קטן ישראל ואוהבהו איז אט דאס איז דער ענין פון נהר עיתי גם זקנתי בהנוגע צו יעדער אידן, אפילו דער גדול שבגדולים איז לגבי אדם העליון זאגט מען אויף אים נהר עיתי און מ'זאגט אויף אים,

34אז ער קטן ישראל און דערפאר דוקא איז ואוהביהם.

35וואס דער ענין פון חינוך איז דאך אויף צוגרייטן דעם קטן וקטנה, אז בשעת מ'וועט דארפן ארויסגיין בחוץ, פון די ד' אמות וואס דעמאלט איז ער ”סמוך על שולחן אביו” און קען זיך פארלאזן אויף עבודת אביו, און ער דארף ווערן עומד על רגליו ומפרנס את עצמו איז אט דעמאלט דארף ער דאך ארויסגיין בחוץ,

36איז אט דעמאלט דארף מען אים צוגרייטן אט דער וואס מ'שטעלט אים אוועק צווישן דעם בית און דעם חוץ אז ער זאל צוגרייטן דעם קטן און די קטנה אז ביז ”גם כי יזקין לא יסור ממנה” אז זיי וועלן ארויס בחוץ, איז ניט נאר דער חוץ זאל אויף זיי ניט האבן קיין השפעה,

37נאר אדרבא זיי זאלן ווערן משפיעים אויפן חוץ, עד די ”כליא ריגלא דתרמודאי” איז דאך דער פירוש הפשוט, ניט אז זיי וועלן ניט אריינגיין אין הויז, נאר ”כליא ריגלא דתרמודאי” איז בשוט.

38וואס דאס איז די פשטות הענינים, וואס דערפון איז פארשטאנדיק אויך ווי דער ענין איז ברוחניות.

39ביז אז ווי דאס איז דאך אויך בפשטות, אז וויבאלד אז מ'לעבט דאך אין אן עולם וואס ווי ער ברענגט אראפ אין תניא פון עץ חיים, אז 'עולם הזה' איז דאס אן עולם קשה וכו' וכו מיט די פרטים וואס ער רעכנט אותיות, איז אט דעמאלט דארף דאך זיין יגי' חשקי און א נשמה איז דאך לא ירדה למטה, לתקן עצמה,

40ווי ער ברענגט אראפ אין תניא פון נצחייו, וואס דען לתקן דעם גוף פון 'נפש הבהמית' און חלקו בעולם, וואס עולם ווערט דאך אנגערופן ”עולם מלשון העלם והסתר”, עאכו' כמה וכמה עלמא דפרודה,

41עאכו"כ 'עולם הזה' הגשמי, ווי געזאגט פריער, ווי ער ברענגט אראפ מהותו אין תניא פון עץ חיים, איז אט דעמאלט, על פסח ביתו מבחוץ גרייט מען אים צו און מ'צינדט אן דעם ”נר הוי' נשמת אדם” מיטן ”נר מצוה ותורה אור”,

42וואס דאס איז די אנגעצונדן איינער מיט די צווייטער נרי ונרך איז אט דעמאלט גרייט איז דעמאלט איז ער צוגעגרייט אז דער בית זאל זיין א בית אויף וועלכן דער אויבערשטער זאגט ”ושכנתי בתוכם בתוך” כל אחד ואחד,

43ווארום דאס איז א בית וואס בדוגמא פון ”ועשו לי מקדש” על דרך זה אויך חלקו בעולם מאכט ער פון אים אויך א דירה לו יתברך בתחתונים במילא איז דאך פארשטאנדיק אז ס'בלייבט ניט קיין שריד ופליט פון דער ריגלא דתרמודאי, און ס'ווערט אדרבא דער אהפוך אל העמים ”כולם שפה אחת”.

44און וואס דורך דערויף אז מ'טוט אין דעם במשך זמן הגלות איז דאס ממהר און דאס איז מוריד ”למטה מעשרה טפחים”, אז דאס זאל זיין בפשטות דער אהפוך אל כל העמים ”כולם שפה אחת”,

45ביז וואנענט אז ער וועט זאגן ”לכו ונלכה בית הוי'” 'הר ציון' דערפאר וואס בית יעקב וועט שטיין אין אן אופן פון ”בית יעקב לכו ונלכה באור הוי” אף על פי וואס דאס איז אין אן אופן פון יעקב, וואס דאס איז מלשון עקב בדוגמא וואס דאס איז פתח ביתו.

46וואס דאס איז אויך געמיינט בפשטות, על דרך ווי מ'האט גערעדט שבת בארוכה בנוגע צו די וואס זיי זיינען מגין אויף די ענינים בגשמיות, על דרך זה איז אויך אט די וואס זיי דארפן האדעווען קטנים וקטנות בישראל בשנים, אדער קטנים וקטנות וואס זיי זיינען ווי דער רבי נשיא דורנו פלעגט זאגן מיט א ווייסע בארד און ער איז א קטן אין אידישקייט,

47על דרך זה א קטן וקטנה, אף על פי וואס זיי זיינען גדולים בשנים בגשמיות, איז בא זיי דא דער ענין פון קטן וקטנות בנוגע ענינים אין וועלכע זיי נויטיקן זיך אין חינוך.

48ביז וואנענט ווי ער זאגט אין שער אורה, ווי דערמאנט פריער, אז יעדער איד איז קטן ישראל, און דוקא מצד דערויף ווערט צו אים נמשך פון ואוהו יגי' חשכי בדוגמא ווי אויך דער פירוש, אז דערפאר וואס קטן ישראל איז דערפאר דוקא ואוהבהו ווי מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז דוקא צו א קטן שטייט די אהבת האב בגלוי יותר,

49כידוע דער מאמר פון 'שמחת תורה' פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, וואס דאך דאס איז געזאגט געווארן אין 'שמחת תורה' פון תרסמ"ו, ועל דרך זה אויך ווי ער איז מאריך בכמה מקומות אין דעם מגיד צווייטן די לקוטי אמרים און אור תורה, ווי אזוי אלץ אין משלים ודוגמאות פון אן אב בהנוגע צו בני הקטן.

50ו ”המעשה הוא העיקר”, אז די אלע מחנכים ומחנכות איז דאס וואס זיי נעמען פון ימי חנוך האלה וואס תמני אינון, אז ניט קוקנדיק וואס ס'איז תשקע החמה, און ניט קוקנדיק וואס ”תמעו כל השמנים שבהיכל” מיט א רגע לפני זה האבן זיי די כוחות מלמעלה אז זיי זאלן גובר זיין מלכות יון און זיי זאלן זיין דער אופן פון נצפון,

51ביז וואנענט אז כבון בהלל ו”הודאה לשנה הבאה”, דורך דערויף וואס בשנה זו איז מען הולך ומוסיף בעוד ביי אלע תמני יומי וואס זיי זיינען כולל נאך דעם יום אלף וואס מ'האט געפונען דעם פך אחד, ווי גערעדט פריער בארוכה, האט מען דערנאך זיבן טעג רצופים,

52וואס דאס איז כולל יום ראשון שבשנה און כל יום שני שבשנה וכו בדוגמא ווי דער אריז ל איז מבאר בנוגע צו די שבעה ”ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים”, וואס דאס איז שבעה ימים רצופים, איז יעדער יום ראשון שבו איז מתקן ומשלים ומעלה די אלע יום ראשון שבשבוע פון כל השנה כולה, עד"ז אויך בחנוך.

53וואס חנוך איז דאך אויך דער 'ענין התשובה', כמבואר ווי דערמאנט פריער פון הקדמה פון שערי אור, אז דעמאלט איז געווען אז מ'איז פריער מיט א רגע געשטאנען אין א מעמד ומצב פון מעתים און חלשים ברוחניות און דערנאך איז גלייך דורך דער תנועה פון 'מסירת נפש' איז געווארן אז גברו ונצחם ביז וואנענט אז ס'איז געווען א נצחון גמור,

54און בלשון פון רעד הניסים א תשועה גדולה, ביז אז ס'איז געווען לשמחה הגדול.

55וואס דערפאר איז אויך אט דאס וואס ס'איז דאך נאך דא עטלעכע טעג פון חנוכה, איז דארף מען נאך מערער מוסיף זיין ”ביתר שאת וביתר עוז” אין די ענינים און די מבצעים.

56חנוכה, ווי גערעדט פריער בארוכה בנוגע צו מבצע בין הצבא, און מבצע פון קטנים וקטנות ומחנכים, ו”ביתר שאת וביתר עוז” אט די אלע וואס זיינען מחנכים און מחנכות פון קטנים וקטנות כפשוטה, ביז אויך צו קטנים וקטנות בידיעות פון יהדות פון תורה ומצוותי און איך ניט באגנוגענען דערמיט וואס מ'וועט זיין סתם אנגעצונדט, דעם ”נר הוי' נשמת אדם” שבו,

57נאר בדוגמא ווי מ'זאגט אין בעלות חת הנרות דארף דאס זיין אז שתהא שלהבת עולם מאלי'ער הארעוועט מיט אים, ביז וואנענט אז ער זעט אז ער שטייט שוין אין אן אופן וואס ער איז עולם מאלי'ער, דארף ניט אנקומען צו זיין עזר,

58און דאס ווערט אויך אויפגעטאן דורך פתח ביתו מבחוץ, אז ער איז מאיר דעם גופו 'ונפשי הבהמית' וחלקו בעולם, ביז וואנענט אז דאס איז אויך מהפך דער ריגלו דתרמודאי אז זיי שטייען אין אן אופן פון ”כלי, ריגלו דתרמודאי”.

59און ווי ער האט גערעדט כמה פעמים, איז דאך יעדער ענין וויל מען דאך פארבינדן גלייך מיט אן ענין גשמי, נוסף אויף די החלטות טובות וואס מ'נעמט אן אין ימי חנוכה זאל מען גלייך אנהויבן אויך אין א פעולה בזה, אין שטח החינוך,

60וויבאלד אז בכמה בתי ספר לערנט מען אויך אין ימי חנוכה, על כל פנים אין איינע פון די טעג, על כל פנים קען מען דאך טרעפן די קינדער מסתמא ניט אין בית ספר, טרעפט מען זיי בחוץ, מ'טרעפט זיי בביתי רום וחו עאכו כו' כמה אז ס'דארף זיין די החלטה למשך כל השנה כולה,

61ביז וואנענט אז מ'וועט קומען לשנה הבאה זאל דאס שטיין ביי אלע קינדער אין אן אופן פון קבום און אין אן אופן פון קביעות, אז יעדער קינד וועט זיין ”להודות ולהלל” בהלל והודאה, און ”כל ראיהם יקירום” אז דאס איז זרב ברך הוי' אומר אין אן אופן פון ”להודות ולהלל לשמחה הגדול”.

62און דערפאר איז אויך בכוונה דאס איז געמאכט אין א טאג ווען מ'קען דאס איבערגעבן גלייך אומעטום וואו דער טעלעפאן קען דערגרייכן, כדי אז מ'זאל נאך אויסנוצן די ימי חנוכה אלו,

63אויף משלים זיין אט דאס וואס אויב מ'האט ניט דערטאן במשך ימי חנוכה שעברו, מוסיף זיין אויב מ'האט דעמאלט געטאן בשלימות, איז דער חנוכה זעט מען דאך בגלוי אז יעדער טאג מוז צוקומען,

64אף על פי וואס מיט א טאג פריער איז ער אויך געווען אין אן אופן פון מהדרין מן המהדרין איז ווערט ער עלטער מיט א טאג, קומט אים צו נאך איין טאג, מוז ער מוסיף זיין נאכמערער אין ”נר מצוה ותורה אור” און אין 'נר חנוכה' וואס ס'נעמט זיך ממקור האור ווי גערעדט פריער בדוגמא פון ”אש מצור” החלמיש,

65און דאס זאל ניט זיין אין אן אופן של העלם, נאר דוקא אין אן אופן של 'גילוי ואור', און דוקא ”על פתח ביתו מבחוץ”, וואס אט דעמאלט זעט מען די ליכטיקייט בבית, מ'זעט דאס אבער אויך די ליכטיקייט בחוץ, ואדרבא דער עיקר איז גאר פרסומניתא וואס דאס איז דער עיקר אין דעם ענין פון בחוץ.

66און וויבאלד אז ”איש את רעהו עזורו”, ווי ער איז מבאר בארוכה אין קונטרס יחלתא, על ידי הסתברות פון א רבים, איז אט דעמאלט איז הצלחה מערער, נוסף אז בפשטות ותשועה ברוב יץ איז אויך נמשך מער ברכה והצלחה מלמעלה איז מען דאך זיכער מסתמא צוזאמענרעדן אט די וואס זיינען דא און אויך אט די וואס הערן דאס דורכן טעלעפאן, דורכן ראדיא וכו בכל מקום שהם,

67ווי אזוי צו מוסיף זיין אין דעם ל”בני ישראל הי' אור במושבותם” און דאס זאל אראפקומען דורך ”נר מצוה ותורה אור” כפשוטו, א הוספה אין חיות אין 'לימוד התורה' אין אן אופן פון ברכה בתורה תחילה און לימוד מביא 'לידי מעשה' אין נר מצוה וועט דאס אראפקומען דערנאך אויך בגשמיות כפשוטו,

68אז ס'וועט זיין א הוספה ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם”, ביז אין דעם אור גדול וואס הי' והיו הוי' לכלו 'אור עולם' בגאולה האמיתית והשלימה ע'י משיח תדקנו.

69לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions