Paragraph
Paragraph rh-hp56z5c5
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-trc9p7wr
- order
- G4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז אידן האבן א באזונדער שליחות, על דרך ווי מ'געפינט זיך אין דעם זעלבן גוף האט דאך זיך יעדער טייל פון דעם גוף זיין אייגענע שליחות, די הארץ און די קאפ איין שליחות, און דערנאך די האנט א באזונדער שליחות, און די פיס א באזונדער שליחות, וואס אף על פי וואס בא יעדערן פון זיי איז דאך די זעלבע שליחות בנוגע צו די פיס, אז יעדערער איז אנגעזאגט געווארן, אז ס'זאל זיין אלע זאכן פון אידישקייט, און דאס ברענגט גלייך אראפ אידן די שבע מצוות בני נח, און אידן אויך אין צוגאב דערצו אויך כל המצוות כולם, האבן זיי אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד זיי האבן די אלגעמיינע שליחות פון מקיים זיין דעם אויבערשטן שליחות, איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדערער פון זיי טוט אלץ וואס הענגט-אפ אן אים אויף ארויסהעלפן דעם צווייטן, און אזוי אויך ניט-אידן העלפן ארויס אידן אין מקיים-זיין די תרי'ג מצוות, און אידן העלפן ארויס ניט-אידן, ווי דער רמב״ם פסק'נט אפ אויף מקיים-זיין די שבע מצוות בני-נח, ווארום אויך אויף דעם איז מען אנגעזאגט געווארן צוזאמען מיט די אלע
- proofread
- 0