English
ספרייה
kind
paragraph
order
kV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
די ענינים פון בשר און סיי די ענינים פון דגים און סיי די ענינים פון יין, על אחת כמה וכמה די ענינים פון די לבושים, על אחת כמה וכמה והוא העיקר, אז מ'איז ממשיך אין דער סעודה, אויף דרך ווי ס'איז געווען דער מקום בבית המקדש ראשון, ועל דרך זה בבית המקדש שני, ועל דרך זה וביתר שאת מבית המקדש השלישי, איז דאך דא דער מקום וואס דארט האבן ניט צוזאמען וואס די כהנים האבן געגעסן זייערע סעודות, ואדרבא דארט איז דאך געווען עיקר האכילה שלהם במכשכן וקל וחומר, מה-דאך אז בשעת אן ענין פון גזירת המלכות האבן דעמאלט כהנים געגעסן און אויפגעפירט זיך מיט כל עניניהם דוקא אין קודש הקדשים, און ס'שטייט דער טעם אויף דערויף, איינער פון די טעמים איז דאס איז וואס קודש הקדשים ווערט דעמאלט אנגערופן בשם חדר האמיתית, וואס דאס איז דער חדר האמיתית וואס דארט זיינען אידן מיטן אויבערשטן, חד ממש, ביז והיו לבשר אחד, אז דער אחד נעמט-דורך דער בשר פון דעם יש הנברא והנוצר והנעשה, צוזאמען מיטן יש האמיתי ווערט דאס לבשר אחד,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים