Paragraph
Paragraph rh-hktx9nnt
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jzcpymkc
- order
- EJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובפרט נאך אז דאס ווערט א ענין שבקדושה, על דרך ווי ספירת העומר, וואס דאס איז דאך א מצוה בכל יום ויום, ווי מ'זעט דאך דאס אויך דערפון וואס מ'מאכט בכל יום נאכאמאל א ברכה מחדש, און אויך די ברכת שהחיינו וואס מ'האט געמאכט אין צוזאמענהאנג מיט דעם ערשטן ספירת העומר, און מ'מאכט דאס דערנאך אויך בגלוי גלייך נאך דעם סיום פון שבע שבתות תמימות תהיינו אין די ברכת שכיינו פון חג השבועות קבלת התורה. וואס דאס אונטערשטרייכט אויך, אז גלייך בא דער ערשטער ספירה האט מען שוין געוואוסט אז דאס איז פארבונדן מיט שכיינו וקימנו ויגיאנו לזמן הזה, נאר אזוי ווי מ'וויל דאס כולל זיין אין דערויף דעם גאנצן אלע טעג צוזאמען און אלע פרטי מצוה זו צוזאמען, און דעם גאנצן אידישן פאלק צוזאמען האט מען דאס קובע געווען, אז מ'זאל דאס מאכן ווען מ'פארענדיקט די שבע שבתות, און מ'פארענדיקט דאס אין אן אופן פון תמימות תהיינה.
- proofread
- 0