אגרות נוספים - לה''ק 5719
5719-06a-03 - Voeiro 5780
איך בין געווען צופרידען צו באַקומען אייער בריף פון יום ג' אין וועלכען איר שרייבט, אַז איר שטאַמט פון די ליובאַוויטשער, און חאָטש איר זייט געקומען אין אַמעריקא נאָך אַלס אינגעל, דאָך איז חסידות און ליובאַוויטש באַ אייך איינגעקריצט אין האַרצען.
וואָס דאָס גיט מיר האָפנונג, אַז דאָס באַווירקט אויך די טהאַטזאַכען, ד.ה. אויפפירען זיך לויט די אָנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים, און ניט נאָר אין באַשטימטע טעג פון שבת און יום טוב, נאָר אויך טאָג איין טאָג אויס אין דעם טאָג טעגליכען לעבען, וואָס דאָס איז דאָך דער תכלית פון בריאת האדם, כמה שכתוב, את האלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם, און אַז מען וויל אויף אַ אמת האָט רבותנו ז"ל אונז מבטיח געווען, כל הרוצה לטהר מסייעין אותו, און נאָך מער, אַז אדם מקדש עצמו מעט מלמטה, (אַז אַ מענש הייליקט זיך חאָטש ניט מער ווי אַביסעל) מקדשין אותו הרבה מלמעלה (איז פון דער הויך העלפט מען עם און מ'גיט די מעגליכקייטען צו הייליקען זיך מער און מער).
בהנוגע צו אייער שרייבען און אָנפראַגעס, איז דאָס איבערגעגעבען געוואָרען צו דער מזכירות, און ווען עס וועט זיין די נויטיגע ידיעות אין דעם, וועט מען אייך שרייבען.
בייגעלייגט איז דאָ דאָס ערשינענע, וואָס האָפענטליך וועט איר נוצען ניט נאָר פאַר זיך נאָר אויך פאַר אייערע גוטע פריינד און בפרט די וועלכע באַטייליגען זיך אין דעם שיעור וואָס איר לערנט, און השי"ת זאָל העלפען איר זאָלט אָנזאָגען גוטע בשורות אין דאָס אַלץ אויבען געזאָגטע.
נ.ב. באַ דער געלעגענהייט, וויל איך אויפמערקזאַם מאַכען אייך, צו אָפּהיטען די תקנה, צו זאָגען יעדער טאָג נאָכן דאַוונען אין דער פריה דעם שיעור תהלים — ווי דער תהלים איז פאַרטיילט אויף די טעג פון חדש —.
שמחתי לקבל את מכתבו מיום ג', בו כותב שמוצאו מחסידי ליובאַוויטש; ולמרות שהגיע לאַמעריקא עוד בהיותו ילד, עדיין חסידות וליובאַוויטש חקוקים בלבו.
וזה נותן לי תקוה שהדבר משפיע גם על המעשה בפועל, ז.א. להתנהג לפי ההוראות של תורתנו תורת חיים, ולא רק בימים קצובים של שבת ויום טוב, אלא גם מדי יום ביומו ("טאָג איין טאָג אויס") בחיי היום יומיים, שהרי זוהי תכלית בריאת האדם, כמה שכתוב, "את האלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם", וכשרוצים באמת — הבטיחו לנו רבותינו ז"ל: "הבא לטהר מסייעין אותו", ויתרה מזו, ש"אדם מקדש עצמו מעט מלמטה מקדשין אותו הרבה מלמעלה" (כלומר, שאף אם האדם מקדש את עצמו מלמטה לא יותר ממעט — מסייעין אותו מלמעלה, ונותנים לו היכולת להתקדש יותר ויותר).
בנוגע למה שכותב ושואל — נמסר הדבר למזכירות, ולכשיהיו בזה הידיעות הנצרכות, יכתבו לו.
מצורף פה מה שהופיע לאור, והתקוה אשר ישתמש בזה לא רק עבור עצמו אלא גם עבור ידידיו הטובים, ובפרט אלו המשתתפים בשיעור בו לומד; והשי"ת יעזור שיוכל לבשר בשורות טובות בכל האמור לעיל.
נ.ב. בהזדמנות זו ברצוני להעיר לו לשמור את התקנה לומר בכל יום אחר התפלה בבוקר את השיעור תהלים — כפי שנחלק התהלים לימי החדש —.
אוצרות הרבי