transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1אין צוגאב צו די ברכות האמורות, וואס אין דערויף זיינען דאך נכלל אויך אט די וואס זיינען אריינגעגאנגען איצטער בתוך כלל ישראל, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, כמדובר כמה פעמים, ובמיוחד אז מ'געפינט זיך דאך בהמשך צו די טעג פון ימי הפורים, וואס דעמאלט זיינען דאך געווען אלע אידן בהתאחדות גמורה, המנער והזקן טף מנשים, התאחדות גמורה במקום אחד, און אויך בזמן אחד, ביום אחד, וואס אויך דער יום אחד איז בגימטריא אחד איז דאך געווען דער טאג פון יו'ג'אדר, און אויך אדר איז דאך אויך דער חודש וואס ונהפוך הוא התמורת זה וואס אידן זיינען דאך מפוזר ומפורד בין העמים, ווערט דער ונהפוך הוא אז דוקא דורך דעם פיזור ופירוד ווערט דורך דערויף צוזאמענגעקליבן יעדער איד און אלע אידן מיט אלע זייערע ענינים בכל העולם כולו, אז ס'ווערט אן איין און איינציקער איד, סיי א מאן און סיי א פרוי און סיי א קינד, ווערט דאס א מציאות אחת, פארבונדן מיט די מציאות אחת, ביז די פשיטת האמיתית,
¶2ווי דאס איז פארבונדן מיט עצמות ומהות, ווערט דאס נתגלה און פארבונדן מיט די פשיטות ווי דאס איז אין יעדער אידן, כאמור, סיי אנשים סיי נשים און סיי טף. וואס דאס איז נאכמערער מודגיש, כמדובר, אז ס'קומט דער טאג פון שלשה עשר באדר, און גלייך נאך דערויף ווערט נמשך דאס ארבעה עשר באדר, וואס דאס איז יום הפורים, און גלייך נאך דערויף נמשך דער טאג פון שושן פורים, ווערט דאס דריי טעג נאכאנאנד, שלשה פעמים האוה חזקה, ובפרט ווי אין דער קביעות שנה זו, אז גלייך נאך שושן פורים האט מען דאך א שבת וואס דעמאלט איז דאך אויך ווערן אלע אידן פאראיינציקט אין איין און איינציקע מציאות, ווארום יעדער איד ווערט אין אים נתגלה, און ער איז דעמאלט פארבונדן מיט זיין מקור ושורש, וואס דאס איז דאך דער שבת שבנשמה, און די שבת שבחלקו בעולם, כמדובר כמה פעמים, ביז וואנענט אז דאס ווערט אויך, ווי דערמאנט פריער, דער ענין פון ויקרא אלא הוי'מאוהל מוד מיני נקודים בעולם,
¶3וואס דאס איז די נקודה אין ארץ ישראל, דארטן גופא אין ירושלים, און דארטן גופא אין הר הקודש, און דארטן גופא אין בית המקדש, און דארטן גופא אין קודש הקדשים, ביז אין דעם אבן של סיה.
¶4בעולם אויף מאכן פון חלקו בעולם א דירה לו יתברך דוקא אין אן אופן פון בתחתונים און אט דעמאלט ווערט על דרך ווי אין א דירה איז דאך דער בעל הדירה, אזוי אויך ווערט דארט דער בעל בגלוי, וואס דאס איז עצמות ומהות, וואס דאס איז אויך אז ס'ווערט נתגלה בגלוי איז דאס אויך כל ענינים האמורים שטייען בהדגשה ובגלוי, דורך דערויף וואס ס'ווערט נתגלה דער הוי'ימלך לעולם ועד בגלוי. וואס אין תקופת חיי האדם עצמו, איז דאס איז דער רגע וואס ס'קומט דער יום המושה, א יום ילידתי חד, דער טאג פון בר מצוה, ועל דרך זה בת מצוה, על דרך ווי ס'איז געווען בשעת מתן תורה, וואס דאס איז דאך בדוגמא און א שייכות צו ימי הפורים פון חודש אדר, וואס דעמאלט איז דאך געווען קיימו מה שקבלו כבר און אויך כאמור, די התחלה וגלוי אין יום אחד, בגימטריא יו די גומל יום שלשה עשר, און גלייך דערפון ווערט נמשך בגלוי בכל נקודת שבזמן ובכל נקודת שבמקום,
¶5און פון אלע נקודות ווערט איין און איינציקע מציאות, למעלה מכל מדידה והגבלה. וואס דאס ווערט אויך אזוי בגלוי בנוגע למחשבה דיבור ומעשה, ווען א איד ווערט בר-מצוה, אדער על דרך זה ווען די מיידעלע ווערט א בת-מצוה, איז אט דעמאלט איז זיך ממלא וואס יעדער פון זיי און אלע צוזאמען האבן די שליחות פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים זיינען זיי ממלא דאס בפועל על ידי לימוד התורה און על ידי קיום המצוות, כולל אלע מצוות, תריגון מצוות, און נאך מערער די תר כ'מצוות, וואס דאס איז דאך צוזאמען מיט די שבע מצוות בני נח, און אויך צוזאמען מיט די אותיות פון אשר לרעך כמדובר כמה פעמים על ידי ענין הצדקה, ווערן די אלע ענינים נאכמער בזירוז, און נאכמער בגלוי, און נאכמער אין אן אופן פון ברכה והמשכה, ובמיוחד, אז ס'איז דאך זיכער אז די ברע מצוה און די בנות מצוה, און אויך זייערע עלטערן און די מחנכים ומחנכות, וועלן מוסיף זיין אין זייער צדקה הרגילה, אויך אז צדקה
¶6בקשר אין א בר מצוה אדער די בת מצוה, ועל דרך זה בנוגע צו די עלטערן און צו זייערע מחנכים, וואס דער אויבערשטער האט זיי מזכה געווען און געגעבן כח אויף מחנך זיין די קינדער און די תלמידים ותלמידות, און מגדל זיין זיי לתורה ולחופה ולמעשים טובים, ועוד והואה עיקר, תיכף ומיד ממש. ובמיוחד אז יעדערן גיט מען אויך די שליחות לצדקה, כמוזכר לעיל, איז דאס נאכמער מזרז אז ס'זאל זיין תיכף ומיד אין די רגש שלאחרי זה, און תיכף ומיד דער ויקהל פקודו, אז ס'ווערט חלקים אין די פקודי המשכן, וויבאלד אז ס'איז שוין געווארן א בר מצוה, און שוין געווארן א בת מצוה, איז דאך פון יום שלשה עשר, ועל דרך זה בנוגע צו מיידלעך יום שתן עשרו, ווערן זיי אויך פאררעכנט אין א מנין, וכמדובר כמה פעמים, ועוד והוא העיקר, אז כל ענינים אלו תיכף ומיד ממש, ובזירוז גדול, ובמיוחד עי'מקבל זיין די שליחות לצדקה און נתינה לצדקה,
¶7וואס דעמאלט קומט דאס אין זריזות דינן, אין א זריזות וואס א מענטש זאגט אז דאס איז זריזות, במילא קען ער זיך ניט איינהאלטן און ווארטן, און וויבאלד אז ס'איז זריזות דארף דאס זיין תיכף ומיד ממש, וכמוזכר לעיל, ולא עיקבם אפילו כהרף עין, האט מען תיכף ומיד דעם ויקהל, און תיכף ומיד אין פקודו, און תיכף ומיד ויקרא אל משה פון בית המקדש השלישי, און די וואס זיינען ערשט געווארן בר מצוה אדער בתי בנותי מצוה, איז בראשם, וויבאלד אז זיי זיינען ערשט נתגדל געווארן, און געווארן א גדול לכל ענינים שבתורה, און א גדולה לכל ענינים שבתורה, ועוד והוא העיקר מתוך שמחה וטוב לבב, העה וברגע ובמקום פון גאולה האמיתית והשלימה.