English
ספרייה
kind
paragraph
order
FV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פשוט, כמדובר לעיל. און ער קומט דאך אין קביעות שנה זו פון שנת הגאולה האמיתית והשלימה, פון שנת אראנו נפלאות, קומט דאך דאס לויט אט דער קביעות לאחרי השבת שלפני זה דער מיני'מתברכין כולי יומי און אויך פארבונדן מיט די פרשיות וואס מ'האט געלייענט אין דעם שבת, נאך פאר תפילת מוסף, און דערנאך אויך די פרשה וואס מ'האט געלייענט דערנאך פאר תפילת מנחה, וכמוזכר לעיל אין די התוועדות שלפני זה, די שייכות פון די אלע דריי פרשיות, סיי פון דער קריאה שלפני מוסף, וואס ס'באשטייט דאך פון צוויי פרשיות, און דערנאך קומט די דריטע קריאה פון תפילת מנחה אין א באזונדער פרשה האט מען דאך אויך די דריי פרשיות, וואס דאס איז נאכמערער מדגיש אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן בנוגע צו אלע דריי בתי מקדשות, וואס דער בית המקדש ראשון איז דאך בפשטות דארף מען זיך ניט מפרש זיין ווי אזוי ס'איז שייך די טענה אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן, במילא מוז מען אומקערן
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים