פסקה
פסקה rh-haz2a2x1
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-e180bxss
- order
- C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווארום תשובה איז שוין אויך געווען, און תשובה בשמחה תשובה עילאה איז שוין אויך געווען, ובפרט נאך אז מ'האלט אין זמן שמחתנו, אין זמן שמחת בית השואבה, וואס שמחת בית השואבה איז כאמור מי שלא ראה שמחת בית השואבה דא ראה שמחה מימיו, און ווי דער טייטש אין דערויף, אז דורך דערויף וואס ער טוט-אויף אין שמחת בית השואבה פועל'ט ער אין אלע שמחות, אפילו אין שמחות של קדושה און שמחה של מצוה, בדוגמא ווי שמחת יום-טוב בכלל, ווי שמחת יום-טוב אין פסח אדער אין שבועות וכיוצא בזה, טוט ער אויף, אז ס'זאל זיין די רועה אויך אין שמחת חג הפסח, און שמחת זמן מתן תורתינו, און אויך אין שמחת פון חג הסוכות, פון חג האסיף, אין דעם חלק וואס איז ניט פארבונדן מיט שמחת בית השואבה. וכמדובר כמה פעמים, במילא ליגט אויף יעדער אידן א מיוחד נאך אז די וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ, איז דוקא דאס ווערט תקנתם, אז וויבאלד אז זיי געפינען זיך בחוץ-לארץ, ברצון הקב'ה, ובכל רגע ורגע, גרייט זיך דער אויבערשטער אויף זיי ארויסנעמען און אריבערפירן אין ענני שמיא
- proofread
- 0