Paragraph
Paragraph rh-hab1xhk9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4mk5ay70
- order
- a
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- גענומען מערער צייט האט דאס געבראכט נאכמער החלטות טובות, און דעמאלט האט מען אויך דעם זכות, אז בשעת מ'דערוויסט אין איין ארט וואס מ'האט שוין געמאכט דעם סיום, אז דערנאך איז געווען א סיום אדער געפראוועט די הילולא במקום שני לאחרי ווי דארט האט מען געמאכט דעם סיום, און מ'האט מוסיף געווען און דערוויסט זיך, אז מ'האט געמאכט כמה החלטות טובות נוסף אויף די החלטות וואס ער האט געמאכט במקום 1 אדער וואס דער ציבור האט געמאכט במקום 2ם גיט דאס זיי א געלעגנהייט אויף משלים זיין, אף על פי וואס לאחרי ווי זיי האבן שוין געמאכט דעם סיום אדער דעם יום ההילולא האט מען דאך דעם שבת שלאחרי זה, דערנאך האט מען כמה ימי סגולה אויף נאכאמאל זיך מתעזר זיין און מתוסף זיין אין די החלטות טובות, און מיט א תוקף המתאים, בפרט לויט דעם אופן, ווי ער קלערט אין דעם קונטר תאכלצו וואס מ'קען טאן אז ס'זאל זיכער אראפקומען בפועל, און ס'זאל אראפקומען מתוך שמחה לטוב לבב ובתכלית השלימות, און נאכמער אין תכלית השלימות, ווי דערמאנט שוין שבת און אויך נעכטן, אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון ראש השנה לאילנות אז א פרי אותי פרי, אז די החלטות טובות וואס מ'האט שוין מקבל געווען, די שיעורים בלימוד וואס מ'האט שוין געמאכט, זאל מען מוליד זיין נאך החלטות טובות און נאך שיעורים בלימוד און נאך החלטות טובות, און אויך מוליד זיין בפשטות, אז יעדער איד, וואס ער איז דאך א שלוחו של הקב,"ה, איז אויסו שליח מאכט על כל פנים נאך א אידן פאר א שליחו של הקב,"ה, אדער עכ״פ אז דער צווייטער זאל משלים זיין אין זיין שליחות בתכלית השלימות, ביז אופן אז יעדערער פון זיי טוט דאס אין אן אופן פון שליח אותו שליח, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה. ועוד והוא העיקר, אז פון דער ראש-השנה לאילנות זאל זיין א צמיחה תמידית, אז מ'הולך מחיל אל חיל וכל עניני טוב וקדושה,
- proofread
- 0