עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-h8hg02s4

kind
paragraph
order
MX
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בית דין, ועד כדי כך אפילו אתם אפילו מזידין כאמור לעיל, האבן אידן דעם תוקף דערפאר וואס זיי האבן די חשיבות, דערפאר וואס זייער מקור ושורש איז העכער נאך פון אלע ענינים וואס דארט איז דא מקור ושורש אויף זמן ומקום וכל הענינים, ביז אז ישראל וקוב הוא, בפרט נאך אז ס'קומט אויך אין אן ענין של אורייתא לפני זה, אדער לאחרי זה אדער באמצע, כמדובר כמה פעמים-ווערט דאס חד הוא ממש. ועד כדי כך, ווי נשיא דור אינו האט מסביר געווען, אז דער ענין פון אהבה איז אויך דא די אהבה המשולשת, די אהבת התורה און אהבת השם, ואהבת את הוי'אלקיך און אהבת ישראל, און די אלע דריי אהבות איז דאס חד הוא, כמדובר ומבואר בארוכה אין די שיחות שלו, און עאכו כמה וכמה אין די מאמרים, און וואס אף על פי וואס מ'זאגט דאס יעדער טאג אינדערפרי דעם ענין מקבל עלי מצות-עשה של ואהבת לרעך כמוך האט דאך דאס א באזונדער תוקף אין די ערטער אין תורה וואו ס'שטייט בגלוי דער פסוק ואהבת לרעך כמוך, ווי אזוי אויך אין דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאג, איז דאך אויך פון צום גדליה פון היינטיקן טאג, שטייט דאך אויך בגלוי הקריל את העם האנשים והנשים והטף, און אויך ווי אזוי זיי ווערן פארבונדן און איין זאך, למען ישמעו ולמעל ילמדו כל דברי התורה הזאת,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions