עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

109 sections

1דאך פארבונדן, ברוב הפעמים, מיט אן ענין של שמחה אמאל א שמחה גלוי'און אמאל א שמחה וואס זי איז ניט אזוי גלוי. ס'איז אבער דא א התוועדות אמאל וואס די שמחה איז גלוי ביז וואנענט אז דאס ווערט גאר א מנהג ישראל וואס תורה הוא ויש אומרים אז ס'איז נאך מער פון א מנהג און דאס איז וואס

2מסכתא פלעגט ער מאכן א סעודה לרבנן. און ס'איז דאך ידוע וואס נשיא דורנו, דער רבי דער שווער, האט מגלה געווען, אז אין די ימים שבין זמן פון חג הפסח ביז זמן מתן תורתנו וואס דאס איז דאך מ"ט יום איז אט דעמאלט לערנט מען די מסכתא סוטה, דף ליום דף

3ליום, און מ'איז מסיים די מסכתא אין דעם טאג וואס ער איז תשעה וארבעים יום לספירת העומר. וואס דאס איז דאך, כמדובר, אן ענין פון א סיום מסכתא, בפרט נאך א מסכתא וואס אין יעדער ענין איז דאך דא רמזים אן ענין פון תורה, איז דאך וואס איז לכאורה דער רמז

4פון דעם ענין וואס זי ווערט אנגערופן מיט אזא נאמען, וואס לכאורה איז דאך דאס ניט קיין נאמען לשבח איז דאך פארשטאנדיק אין צוזאמענהאנג מיטן ענין פון ספירת העומר, ווי ער איז מבאר אין זהר, אז ספירת העומר האט זיך דאך אנגעהויבן גלייך ארויסגייענדיק פון ארץ מצרים איז אט דעמאלט האט מען געדארפט

5ציילן און גיין אלץ העכער און העכער; ארויסגיין פון די ענינים של לעומת-ז ה, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו א פרוי בפשטות וספרה לה שבעת ימים אט אזוי איז בנוגע צו כנסת ישראל דארף זיין שבעה שבועות תספר לך. און ביז וואנענט אז ס'קומט דער יום

6הארבעים ותשע אט דעמאלט איז ער מפליג אין זהר ווי אזוי ס'ווערט אן ענין פון טהרה, ביז אן ענ ין פון קדושה, און אויף מארגן נאך דערויף איז מען מקבל די תורה. וואס דער ענין התורה איז דאך, ווי מ'זאגט אין שיעור חומש אויך פון היינטיקן טאג ווי קביעות שנה זו, וואס דאס איז דאך דער יום חמישי פון פרשה נשא

7הויבט זיך אן פון ויהי ביום כלות משה, דער ענין פון הקמת המשכן, ברענגט אראפ רש"י פון מדרשי חז"ל, אז דא שטייט מיט א לשון וואס דאס איז מרמז אויף אן ענין פון א כלה, וואס אידן מיט דעם אויבערשטן איז דאס בדוגמא פון א כלה וחתן, און דערפאר שטייט

8ושכנתי בתוכם וואס דאס איז דאך אויפגעטאן געווארן אין כלות פון דעם משכן, בראש חודש ניסן איז דאך אט דעמאלט געווארן א קביעות, ניט ווי פריער וואס מקימו ומפרקו מידי יום ביומו, האט זיך דאך אנגעהויבן הוקם המשכן ראש חודש ניסן, וואס אויף דערויף זאגט מען דער ויהי ביום כלות איז געווארן

9איז אט דעמאלט איז דער ענין פון כלות ווי רש"י, כאמור, ברענגט אראפ, אז דאס איז פון לשון כלה וואס אידן זיינען די כלה און דער אויבערשטער איז דער חתן, און דעמאלט ווערט אפגעטאן דער ענין הנישואין. וואס דאס איז בדוגמא אויך ווי מ'זאגט, במיוחד אז ס'איז דא דער ענין פון גלות, ובפרט נאך דער ענין פון גלות ווי ער איז

10מבאר אין סיום פון מסכתא סוטה, ובמיוחד אין דעם דף פון דער מסכתא סיי עמוד ראשון סיי עמוד שני וואס מ'לערנט אים, לויט דעם מנהג האמור, אין יום החמישי פרשת נשא, יום התשעה וארבעים לספירת העומר, וואס אט דארט דערציילט מען דאך די געוואלדן פון דער ירידה פון דעם גלות.

11איז דאך דאס דער ענין פון גלות, וואס מ'איז ניט צוזאמען דער בעל מיט דער אשה איז אט דעמאלט קען זיין א מציאות, דוקא מצד דעם גודל האהבה, ווי ער איז מבאר אין מסכתא סוטה בתחילתה אז דער ענין פון וקנא את אשתו איז גאר דא א סברא אז דאס איז אן ענין של מצוה ושל חובה,

12און דאס נעמט זיך מצד דעם ענין פון גודל האהבה, בדוגמא ווי דער אויבערשטער זאגט בנוגע צו אידן, אז בנוגע צו עמי הארץ איז אים ניט נוגע ווי זיי פירן זיך; וועמענס הנהגה איז תופס מקום? א יז דאס דוקא בנוגע צו אידן, וואס דערפאר אפקוד דוקא עליכם וואס מצד דערויף דארף מען האבן די ספירה

13מיוחדת מידי יום ביומו, ביז וואנענט מ'האט דאס אין אלע פרטים ופרטי פרטים, וואס דאס איז דאך ווי בפשטות אז יעדער וואך זאגט מען דאך אז דאס איז א מציאות פאר זיך בדוגמא ווי וספרה לה שבעת ימים איז דאס זיבן, אט אזוי איז אויך שבע שבתות איז דאס אויך זיבן, נאר א איד וויל דאך אויספירן בתכלית השלימות

14מאכט ער פון יעדער ענין, קלייבט ער אים פאנאנדער לכל פרטיו, אז ס'זאל זיין אין תכלית השלימות ווערט פון די שבעת ימים ווערט דערפון שבעה שבועות, און דערנאך פועל'ט ער אין דערויף אז ס'זאל זיין די שבעה שבועות תמימות איז מען דערנאך מקבל די תורה בשמחה ובפנימיות כלשון המקובל פון נשיא דורנו. וואס דאס איז דאך אויך, כאמור,

15דער סיום פון דער משנה אין מסכתא סוטה איז דאך אנו אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים ווערט דאך דאס א פסק-דין אין תורה, אז מ'קומט צוגיין צו דעם אויבערשטן און מ'זאגט אים: היתכן?! וויפל א שיעור צו מאטערן זיך אין גלות? קען זיך אריינמישן דער קלוגינקער און זאגן: וואס ביסטו פאר א תובע? און מיט וואס פאר א כח

16מיט דער שטארקייט מאנען בא דעם אויבערשטן? זאגט ער, אז תורה האט אים געהייסן! און וואו האט אים תורה געהייסן במיוחד? נוסף אויף דער מצות-עשה פון תפילה, אז כל צרכיו של האדם דארף ער בעטן בא דעם אויבערשטן איז דאס מצות-עשה מן התורה, על אחת כמה וכמה דעם צורך הכי גדול אין דער גאולה האמיתית והשלימה

17משיח צדקנו, ובמיוחד, בשעת דער אויבערשטער האט שוין אנגעהויבן אין דער מצוה און ס'איז געווען הוציאך את העם ממצרים איז אומרים לו גמור דער תעבדון את האלקים על ההר הזה, נתינת התורה און קבלת התורה. וואס דערפאר איז דאך אויך, כאמור, דער סיום המשנה פון מסכתא סוטה איז

18דער ענין אז משנה פסק'נט אז אנו אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים במילא קען דער אויבערשטער ניט אפשיקן, אז דאס זאל מען פרעגן בא מלאך מיכאל, און דאס זאל מען א פרעג-טאן בא דעם חשבון פון תורה ומ צוותי'וכו ווארום מ'זאגט גלייך אבינו שבשמים אז תורת אמת האט אפגע'פסק'נט דעם דין, אנו אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים. טאמער

19דארף מען עפעס ממלא זיין אין תורה ומצוותי זאל ער דאס ממלא זיין! טאמער דארף מען עפעס ממלא זיין בשאר הענינים איז פונקט אז וי ווי"לי הכסף ולי הזהב און ער איז דער נותן התורה ומצווה המצוות קען ער ממלא זיין כל צרכי עמו בית ישראל הגשמיים, איז דאך זיכער, אז ער קען אויך ממלא זיין כל צרכי עמו בית ישראל

20הרוחניים, אז טאמער מסיבות שונות ומשונות האט געפעלט ביי אימעצן אן ענין אין לימוד התורה אדער א פרט אין קיום המצוות איז אט דעמאלט איז דאס דער אויבערשטער מחוייב, די מחסירו אשר יחסר לו און בפרט נאך אז דאס רעדט זיך וועגן אידן וואס זיי זיינען בני מלכים און מלכים איז אט דעמאלט איז דער דין איז, אז ער דארף

21לפניו מיט די אלע פרטים ורמזים וואס ס'איז דא אין דעם. וואס דער סיום פון מסכתא סוטה איז דאך כרגיל אין די פעמים האחרונות, אז מ'פארגלייכט דעם בבלי מיטן ירושלמי, וואס דער סיום פון מסכתא סוטה אין בבלי האט מען שוין גערעדט א פאר מאל, עכ"פ פעם אחת בשלימות איז דא אבער ווי מסכתא סוטה אין ירושלמי

22א משנה, און דערנאך קומט אויך א גמרא אויף דערויף. ס'איז דאך מסכתות, ווי גערעדט לאחרונה, אזעלכע וואס אין ירושלמי ענדיקט זיך מיט דער משנה, ווי מסכתא שבת וכיוצא בזה, אז ס'איז ניטא קיין גמרא על פרקים האחרונים; אין מסכתא סוטה איז דא גמרא סיי אין בבלי און סיי אין ירושלמי. און זעלבסט-פארשטענדלעך, וויבאלד

23אז דאס איז בבלי און דאס איז ירושלמי מוז דאך זיין חילוקים ביניהם. וואס אין בבלי, כאמור, ענדיקט זיך די מסכתא, אז אזוי ווי ס'שטייט אין משנה אז ס'ה אט זיך געפעלט ענוה, און בשעת דער תנא האט דאס געלערנט האט געזאגט ר'יוסף"לא תתני ענוה דאיכא אנא, איינער פון די אמוראים, וואס דאס איז געווען ר'יוסף, האט ער געזאגט:

24דער און דער איז בטלה ענוה דערפאר וואס איכא אנא ס'איז דא דער ענין הענוה, און נאך מערער-אז ס'איז גאר דא אין זמן האמוראים; ניט נאר אין זיין דור איז געבליבן פון ווי די משנה דערמאנט דעם תנא, נאר ס'איז דא אין כמה דורות לאחרי זה, ביז אין דעם דור פון ר'יוסף'ן. אין דער מסכתא סוטה ווי זי ענדיקט זיך אין ירושלמי

25זיך די גמרא דארטן, אז בשעת די חכמים זיינען געווען בישיבה אין דעם און דעם ארט איז יצאה בת קול"אז ס'איז דא צוויי צווישן זיי וואס ראויים אז אויף זיי זאל שורה זיין שכינה, רוח הקודש, ואחד מהם איז הלל הזקן. און דער בת-קול האט ניט מפרש געווען ווער איז דער צווייטער.

26זיינען מפרש די מפרשים, אז וויבאלד אז ס'איז דאך געווען א ישיבה מיט א סך תלמידי-חכמים, איז בשעת מ'האט ניט מפרש געווען ווער דער צווייטער איז האט מען ניט מבייש-געווען די אלע איבעריקע, ווארום יעדערער האט געקענט אין זיך געפינען א מעלה, און א מעלה א מיתית, וואס אפשר איז ער דער שני, האט מען מכריז געווען מערניט ווי איינעם, דער גדול

27וואס דאס איז געווען הלל הזקן, און מ'האט אבער געזאגט אז ס'איז דא נאך איינער, ניט קיין דריי מערניט ווי צוויי, און דער צווייטער האט מען ניט מפרש געווען בשם. דערנאך איז געווען א צווייטן מאל מ'האט זיך צוזאמענגעטראפן אין ישיבה אין יבנה, וואס דא איז אויך געווען א ריבוי פון תנאים, איז יצאה בת-קול און האט אויך געזאגט, אז ס'איז דא שנים

28וואס ראויים"אז ס'זאל זיין בא זיי שכינה, רוח הקודש, און אחד מהם איז שמואל הקטן. און ווער דער צווייטער איז האט מען ניט מפרש געווען. וכיוונו האבן זיי געטראכט צווישן זיך, אז דער צווייטער איז ר'אליעזר בן הורקנוס. און דערנאך איז דער ירושלמי מסיים וואס דאס איז דער סיום פון דער מסכתא,

29די גמרא פון דער מסכתא אז זיי זיינען געווען בשמחה וו אס כיוונה דעתם לדעת המקום: בשעת דעם ערשטן מאל האבן זיי דאך געטראכט בא זיך, אז דאס מיינט מען שמואל הקטן דער צווייטער, און דערנאך בא דעם צווייטן מאל, לאחרי זמן, האט מען געזאגט אין בת-קול בפירוש, אז שמואל הקטן איז ראוי אז ס'זאל שורה זיין אויף אים שכינה ורוח הקודש האבן זיי

30מכוון געווען דאס וואס מ'האט געטראכט בא דעם ערשטן מעמד ומצב, אז דאס מיינט מען שמואל הקטן. און דערמיט, כאמור, ענדיקט זיך די מסכתא. וואס יש להאריך בזה הרבה על כל פנים אויף נקודת הדבר, וואס אף על פי וואס כאמור, וויבאלד אז דאס איז בבלי א ון דאס איז ירושלמי, איז דאך דאס

31גופא מכריח, אז ס'זאל זיין א חילוק ביניהם, ס'איז אבער ניט קיין הכרח, אז ס'זאל זיין א מחלוקת ביניהם, ואדרבא, אין כללי הש"ס, אז וואס מערער מ'קען ממעט זיין אין מחלוקת צווישן בבלי און ירושלמי דארף מען דאס טאן, אפילו אז דאס איז בדוחק קצת, אבי ס'זאל ווייניקער

32מיט א מחלוקת פון בבלי וירושלמי. וכאמור, דאס איז ניט קיין סתירה וואס ס'מוז זיין צווישן זיי א חילוק ווארום א חילוק און מחלוקת איז צוויי באזונדערע זאכן: א חילוק איז וואס יש בזה מה שאין בזה; מחלוקת איז אן ענין פון דבר והיפוכו. וואס דערפאר איז אויך אין דערויף דארף מען זיך דאך

33משתדל זיין, אז דער סיום איז דער זעלבער סיי אין בבלי סיי אין ירושלמי, אין נקודה העיקרית, און אף על פי כן איז דא צווישן זיי חילוקים, און דער חילוק איז מצד דערויף וואס דאס איז בבלי און דאס איז ירושלמי. בפשטות, דער חילוק צווישן בבלי און ירושלמי איז צום אלעם ערשטן כשמם, אז דאס איז געווען דער תלמוד ווי

34מ'האט דאס געלערנט-סיי די משנה סיי די גמרא-אין ירושלים, וואס כמבואר במפרשים, דאס מיינט מען ניט נאר ירושלים, נאר די גאנצע לאנד וואו ירושלים איז געווען די עיר הבירה, ודבר הוי'מירושלים וואס תלמוד ירושלמי איז תלמוד פון מערבא פון ארץ-ישראל; תלמוד בבלי איז דאס ווי מ'האט דאס געלערנט

35אין בבל, אין גלות. וואס דאס איז דער חילוק אין מקום, אויך דער חילוק אין זמן וואס תלמוד ירושלמי איז אפגעשלאסן געווארן, נח תם געווארן, על-ידי ר'יוחנן וחבריו אדער ותלמידיו. מיט אן ערך הונדערט יאר נאך דערויף איז נאך געווען דער ענין פון לימוד פון תלמוד בבלי, און ערשט אין א הונדערט יאר

36שפעטער, איז רב אשי האט געמאכט די מהדורא קמא און מהדורא בתרא און דאס איז געווארן דער תלמוד בבלי, איז צוגעקומען נאך הונדערט יאר אין לערנען די ענינים. בשעת ס'קומט-צו נאך הונדערט יאר איז פארשטאנדיק, אז ס'קומט-צו נאך דורות אין לומדים, און ס'איז אויך פארשטאנדיק, אז

37וויבאלד אז מ'ווייס אז"אם הראשונים כמלאכים איז אנחנו כבני אדם, און ווי די גמרא אין עיר ובין איז דאס מסביר, אז דאס גייט אויף אלע דורות איז דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו מדת הענוה, אז כאמור לעיל, אז סיי בבלי און סיי ירושלמי זיינען מסיים אין דעם ענין הענוה, אבער דער ענין הענוה וואס

38אין בבלי, מצד דערויף וואס ס'איז געווען כמה דורות לאחרי ה"רא שונים אין די אנהויבס פון הונדערט יאר לגבי דעם סוף פון די הונדערט יאר, וואס זיי זיינען דורות אחרונים בערכם, איז אויך דער פארלאנג פון מדת הענוה איז אויך געווארן א קלענערער: אין א דור גדול אז ס'מאנט זיך ענוה מאנט זיך

39אין א דור בינ וני מאנט זיך ענוה על כל פנים אין א דרגא בינונית, און בשעת ס'קומט אין א דור שלאחרי זה איז אט דעמאלט ווערט פאררעכנט ענוה אפילו אזא ענוה וואס זי איז א דרגא תחתונה מזה. וואס דאס איז אויך על פי זה פארשטאנדיק וואס אין בבלי איז ער מסיים אויך מיט דעם ענין פון

40ווארום די אלע דריי בנוגע צו הלל הזקן דערציילט דאך די גמרא אין שבת בארוכה, אז דער ענוותן כהלל און ער ווערט אנגערופן און צייכנט זיך אויס מיט דעם ענין פון ענוה. על דרך זה אויך שמואל הקטן, איז ער מבאר אין ירושלמי אין דעם זעלבן פרק, מיט צוויי הלכ ות לפני זה, אז פארוואס האט מען אים גערופן

41שמואל הקטן דערפאר וואס"הי'מקטין את עצמו דער ענין פון ענוה. דערנאך זאגט דארט די גמרא א צווייטע דיעה, וכאמור אז"מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי, וואו נאר מ'קען דאס איינטייטשן איז זאגט דארט די גמרא א צווי יטן פירוש: פארוואס הייסט ער שמואל הקטן דערפאר וואס ער איז געווען קטן קצת

42לגבי שמואל הרמתי. וואס שמואל הנביא איז דאך געווען כמשה ואהרן ווי די גמרא איז מפרש און אין מדרש ובכמה מקומות, זאגט מען, אז שמואל הקטן איז ער קטן בערך פון שמואל הרמתי וואס

43את עצמו: בשעת ס'איז דא אן איש בינוני מקטין את עצמו נו! אן איש גדול סתם מקטין את עצמו איז נאך אויך ניט קיין געוואלד; בשעת מ'איז מבאר, אז ס'רעדט זיך וועגן א אידן וואס ער איז געווען קטן בערך פון שמואל הרמתי און אף על פי כן"הי'מקטין את עצמו פארשטייט מען דאך די גדלות פון

44שלו. דערנאך זאגט מען ר'אליעזר בן הורקנוס, דער דריטער, וואס מ'האט ניט מפרש געווען, אבער נתנו עיניהם בר'אליעזר בן הורקנוס וואס אין אים געפינט מען א מאדנע זאך, לכאורה, וואס איז אינגאנצן מוקשה: ר'אליעזר בן הורקנוס איז דאס"ר'אליעזר הגדול כמבואר אין מפרשי

45המשנה והש"ס. זאגט די גמרא אויף ר'אליעזר הגדול, אז מעולם לא אמר דבר שלא שמע מרבו ביז וואנענט מ'געפינט בפירוש, אז מ'האט ביי אים געפרעגט שאלות, און ער האט פ אררעט איבערגעפירט דעם שמועס אויף אן אנדער ענין, און מ'איז מבאר, פארוואס האט ער ניט געענטפערט אויף דער זאך, אויף דער שאלה? דערפאר וואס"לא אמר דבר

46און דעם ענין מרבו האט ער דאס ניט געהערט. זאגן אז ער האט אים ניט געוואוסט קען מען ניט, ווא רום רבי עקיבא איז אויף אים מעיד, ווי ס'שטייט אין פרקי דרבי אליעזר, אז ר'אליעזר הגדול, ר'אליעזר בן הורקנוס, איז דאס איז ווי"הר סיני און אלץ וואס ער האט פון אים געלערנט קומט דאס ניט צו די גדלות פון ר'אליעזר הגדול. וואס על פי זה ווערט א

47שטורעמדיקע קשיא אט דאס וואס דער אלטער רבי ברענגט אין ספר התניא, אין הקדמת המלקט אז ער בעט בא די גדולים שבעירו אז זיי זאלן ערקלערן דאס וואס ס'שטייט אין תניא פאר די וואס דארפן האבן א ביאור אין דערויף, און מ'זאל זיך ניט אפגעבן אין דעם אין אן ענין של שפלות, וכידוע דער גודל פון

48דעם ענין פון דעם וואס ער איז מונע בר. וואס דאס איז די גמרא אין סנהדרין, וואס זאגט דארטן א מורא'דיקן עונש אויף מונע בר און די גמרא טייטשט דאס אפ: וואס איז דאס? אז בשעת ס'קומט א תלמיד צו זיין רבי'ן און פרעגט ביי אים א שאלה, און דער מלמד זיינער, דער ראש-ישיבה זיינער, דער רבי זיינער, ענטפערט אים ניט

49איז ער אים מונע בר מבעליו און דערפאר קומט די געוואלדיקע ענינים וואס מ'רעכנט דארטן. ווערט דאך די שאלה: ר'אליעזר הגדול, וואס אויף אים האט רבי עקיבא מעיד געווען, אז ער איז ווי"הר סיני און ער ווערט אנגערופן הגדול און הלל הזקן, דער רבי זיינער, איז אויף אים מעיד, אז ער איז א

50ניט פארגעסן אט דאס וואס ער האט געלערנט בא הלל הזקן זאגט די גמרא, ביחד עם זה איז"לא אמר דבר שלא שמע מרבו היתכן?! מונע בר מבעליו! וואס איינער פון די ביאורים בזה איז מצד דערויף וואס מ'געפינט ביי ר'אליעזר בן הורקנוס, אז ער איז געווען א

51געוואלדיקער עניו, און מ'דארף ניט האבן קיין גרעסערע ענוה: זיין אזא וואס ער ווערט אנגערופן אין תורת אמת"ר'אליעזר הגדול זיין אזא וואס ס'איז פארשטאנדיק ווי אין פשטות המשנה אין אבות, אז היה מונה שבחם איז דאס געווען בפניהם פון די תלמידים, אזוי איז משמע פון דער משנה, אז מונה שבחם דערנאך האט ער זיי געזאגט

52הגדול געהערט פון זיין רבי'ן, וואס דאס איז געווען זיין פוסק אחרון, אז ער איז א בור סוד שאינו מאבד טיפה ביז וואנענט אז יהיו כל חכמי ישראל בכף אחד און ר'אליעזר בן הורקנוס בכף שני איז מכריע את כולם צוזאמען מיט ר'אלעזר בן ערך. פונקט אזוי ווי מ'זאגט בא ר'אלעזר בן ערך, אז די"כף אחת איז

53בתוכם איז אזוי איז פארשטאנדיק בנוגע צו דעם ערשטן פאל. נאר ביים ערשטן פאל דארף מען דאס ניט באווארענען מ'ווייס נאך ניט די גדלות פון ר'אלעזר בן ערך. פרעגן מפרשים די שאלה: איז ווי גלייכט מען דאס אויס ביידע פאלן? פארענטפערט מען, אז ר'יוחנן בן זכאי איז דאס אליין מפרש, אז בא דעם איז די מעלה פון בור סוד שאינו מאבד טיפה

54האט דאס אפילו ר'אלעזר בן ערך ניט געהאט, און ווי מ'געפינט טאקע אין שבת, אז בשעת ער איז געקומען אין דעם און דעם ארט איז אישכח תלמודו משא"כ מעיין המתגבר איז געווען דו קא בא ר'אלעזר בן ערך, וואס דאס איז אפילו בא ר'אליעזר בן הורקנוס וכל חכמי ישראל אויך ניט געווען. איז בשעת

55איז געווען א בור סוד שאינו מאבד טיפה האט ער דאך אלץ געהערט פון ר'יוחנן בן זכאי, און האט אלץ געדענקט, בשעת מ'איז געקומען צו אים מיט א שאלה, און מ'האט געפרעגט, און ער האט ניט געענטפערט איז דאך דאס א הוכחה, אז ער האט דאס ניט געהערט פון ר'יוחנן בן זכאי, ווארום אז ניט וואלט ער דאס געזאגט. איז דאס איז קיין קשיא ניט ווי מ'געפינט דאס, אז חידושים וואס א תלמיד ותיק איז

56מחדש איז נאמרו למשה מסיני אף על פי כן איז דאס א חידוש פון תלמיד ותיק דערפאר וואס משה האט דאס געזאגט בכללות, דערנאך לערנט מען אין דעם על-פי י"ג מדות שהתורה נדרשת בהם, אדער ל"ב מדות מיט אלע דרכי הלימוד נעמט מען ארויס די פרטים. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז

57איז געווען סיני וואס אלץ איז סיני מארי חיטי בדוגמא ווי מ'זאגט דאס אויף ר'יוסף'ן, וואס מיט אים ענדיקט זיך מסכתא סוטה אין בבלי, אז סיני איז דאס געווען מיט כמה דורות לאחרי זה, וואס דערפאר איז

58גענוג אפילו ענוה א קלענערע ווי ס'איז געווען בא ר'אליעזר הגדול, וואס וואס איז געווען זיין גרעסטע ענוה, כמדובר, אז וויבאלד אז ער ווייס פון דעם איסור מונע בר מבעליו מ'לערנט דאך דאס אפ פון א פסוק מפורש ווערט דאך אין דערויף די שאלה: וואס הייסט ער האט ניט געענטפערט אויף דער שאלה? איז דער תירוץ וואס"לא שמע מרבו ער האט געהערט פון דעם

59פון די כללים. פארוואס האט ער ניט ארויסגענומען דעם פרט פון דעם כלל און האט דאס געענטפערט אויף דער שאלה? איז אויף דערויף די הסברה מיטן כלל וואס די גמרא זאגט דאס, ביז וואנענט אז דערפון אויך קומט ארויס כמה הלכות, אז איידי דטריד למיבלע איז אט דעמאלט"לא פליט: בשעת אפילו א

60סתם איז טריד אין בולע זיין אין קולט זיין מרבו, איז אט דעמאלט האט דאס ניט קיין ארט אויף למפלט. ניט ער איז, חס ושלום, מונע בר מבעליו אפילו אז ס'איז דורכגעגאנגען כמה וכמה שנים נאך ר'יוחנן בן זכאי, און ער האט אנגעפירט מיט זיין ישיבה, איז ער דעמאלט געשטאנען אין אזא

61מעמד ומצב פון טריד למיבלע אז ס'איז ניט געווען קיין מציאות פון פליט: אט די זאכן וואס ער האט בולע-געווען, האט ער זיי געגעבן ווי ער האט דאס בולע געווען, אבער ס'זאל זיין למיפלט"א דבר חדש אט דאס האט ניט געקענט זיין, דערפאר וואס ער איז געווען טריד אין דעם למיבלע און ארויסגעבן אט דאס וואס ער איז בולע. וואס דאס איז ניט אין דער הלכה, אבער

62דאס איז על-דרך זה. אט דאס גופא באווייזט דאך אויף גודל העניוות, אז עד כדי כך איז ער בא זיך ניט תופס מקום, ניט ביי אים איז ניט תופס מקום דברים הגשמיים אדער דברים הרוחניים; אט דאס וואס ער איז דער גדול אין תורה איז ביי אים עד כדי כך ניט תופס מקום לגבי די גדלות פון זיין רבי'ן, ביז

63א זאך וואס ער האט דאס ניט געהערט מרבו איז אט דעמאלט קען ער דאס ניט פולט זיין, קען ער דאס ניט זאגן. וואס דאס איז די גרעסטע עניוות ביי איינעם וואס ער ווייס דער גודל יוקר התורה, וואס דאס גופא וואס ער ווערט אנגערופן בשם סיני איז אט דאס גופא באווייזט דאך, אז ער איז תורה אליין, און

64זאגט מען, אז אפילו ווען ס'קומט צו תורה, און ער פארמאגט אין זיך די אלע חידושים וואס ס'קען זיין, איז ער עד כדי כך טריד אין דעם מיבלע מרבו ביז וואנענט אז ס'איז ניט שייך ער זאל פולט זיין א זאך וואס ער האט ניט געהערט בפירוש מרבו. דאס הייסט, אז זיין מציאות אלס תורה איז ביי אים אויך ניט תופס

65מקום לגבי די מציאות של רבו. וואס אט דאס איז אויך: צווישן הלל הזקן און שמואל הקטן און ר'אליעזר בן הורקנוס איז דאך אויך דורכגעגאנגען א זמן פון דורות: הלל הזקן איז ר'יוחנן בן זכאי געווען זיינער

66שמואל הקטן איז דאך געווען אין דער זעלבער ועד לחכמים ווען הלל הזקן איז דארט געווען, ווי דער ירושלמי זאגט נתנו עיניהם בשמואל הקטן דער פאר וואס מ'האט מכריז געווען אז ס'איז דא שנים ביחד, דערנאך איז געווען בזמנו פון ר'אליעזר בן הורקנוס, וואס ער איז געווען דעמאלט פון די ראשים איז נאך געווען א גרעסערער ראש, וואס דאס איז געווען שמואל הקטן,

67און אט דעמאלט האט שמואל הקטן מכריז געווען, און מ'האט געלאזט די אנדערע ניט דערציילנדיק ווער דאס איז כדי שלא לבייש: יעדערער זאל קענען טראכטן, אז אפשר מיינט מען דאס אים. וואס מ'געפינט אויך אין מדת הענוה פון די אלע דריי געפינט מען דרגא למטה מדרגא: בשעת די גמרא דערציילט די ענוותנותו פון הלל

68הזקן, וואס דאס גופא איז דאך געווען, אז הלל איז געווען אן ענוותן האט ער זיכער געהאט א ריבוי פעולות ומעשים וסיפורים מצד זיין ענוה, דאס וואס די גמרא קלייבט אויס מאורעות מיוחדים איז דאס גופא באווייזט, אז דאס איז די נקודה פנימית פון זיין עניוות. משא"כ די אנדערע קומען

69אלס סניפים אדער פרטים וכיוצא בזה. וואס דארט דערציילט די גמרא כמה סיפורים, שלשה סיפורים, ווען ענוותנותו פון הלל; אין די אלע דריי וואס דערציילט מען? אז זיין עניוות איז געווען ניט נאר לגבי אידן, ס'איז געווען לגבי גויים, אז ס'איז געקומען איינער און ער האט געזאג ט, אז ער וויל זיך מגייר זיין.

70און נאך מערער, ער איז פריער געווען בא שמאי, האט אים שמאי דוחה געווען באמת הבנין וואס שמאי איז געווען הלל הזקן'ס א חבר, און איז געווען דער זעלבער מקבל פון שמעי'ואבטליון. איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב אויפן גוי וואלט געווען ניכר אויבן אויפיק, אז ער וויל זיך באמת מגייר זיין, על פי המבואר

71וואס דער חיד"א ברענגט דאס בכמה מקומות פארוואס איז דער לשון"גר שנתגייר? בשעת ס'קומט צו דער ענין וואס ער איז געווארן נארמאל זאגט מען שוטה שנתפקח בשעת ס'קומט צו א שחרור עבד זאגט מען עבד שנשתחרר בשעת ס'קומט צו א גר האט לכאורה געדארפט זיין דער לשון גוי-אדער נכרי שנתגייר זאגט די גמרא: ניין!

72איז מבאר דער חיד"א, אז ווי קומט דאס ער זאל זיך מגייר זיין? דערפאר וואס ער איז מלכתחילה געווען א"גר במילא איז נשמתו געשטאנען בא מעמד הר סיני, אין זמן מתן תורתינו, ווי ער זאגט אין פרקי דרבי אליעזר, אז נשמות הגרים זיינען אויך דעמאלט געווען, במילא איז דאס א"גר פון מעמד הר סיני, וואס דערנאך האט ער זיך מגייר געווען דא בפועל,

73משא"כ אן עבד שנשתחרר איז ער געווען פריער אן עבד, און ס'ווערט אין אים א דבר חדש לגמרי, אן עבד שנשתחרר אדער שוטה שנתפקח וכיוצא בזה. וויבאלד אז שמאי דחאו באמת הבנין איז זיכער, אז ווען ס'וואלט געווען ניכר, ניט ניכר לעיני בשר ניכר פאר אן עין פון א גדול בישראל,

74און אזא גדול ווי שמאי, מיט די גאנ צע גדלות פון שמאי, אף על פי כן האט זיך ניט אנגעזען אז שמאי זאל דערזען אז דאס איז א גר, במילא איז דחאו באמת הבנין. הלל הזקן האט דערזען דאס וואס שמאי האט ניט געקענט זעען אז דאס איז א"גר וואס קומט

75צו אים רעדן, האט ער געזוכט עצות, אז ער זאל אים מגייר זיין. ווער דערזעט טיפער אין לעומת-זה? איז דאס איז בדוגמא צדיקים דומין לבוראן ווער דערזעט א דכא ושפל רוח ווי אזוי קען מען ארויסנעמען א ניצוץ קדושה וואס געפינט זיך עמוק עמוק מי ימצאנה איז דאס

76דוקא אט דער וואס קומט גבוה גבוה ביותר. ווי אזוי קען מען נעמען פון גבוה גבוה ביותר איז אויף דערויף ניט מספיק סתם ענוה. ס'איז א דבר הפשוט, אז שמאי הזקן איז געווען אן עניו גדול; ניט סתם אן עניו. אבער אין ענוה איז דאך דא כמה וכמה דרגות, ביז אט דער מדת ענוה ווי זי איז געווען בא הלל הזקן,

77וואס זי איז נאך העכער פון דער מדת הענוה ווי זי איז געווען בא שמאי הזקן. וויבאלד אז ער איז גבוה גבוה יותר האט ער דערזען א גר ווי ער געפינט זיך אזוי טיף, אז מ'דארף האבן גבוה גבוה ביותר זאל דערזען וואס ס'טוט זיך אין מטה מטה ביותר אף על פי כן, איז דאך דאס

78גופא וועלן אהינצו זיך אראפלאזן דארף מען האבן אויף דערויף א געוואלדיקע עניוות; העדר תפיסת-מקום פאר זיך. וואס דערפאר זאגט מען, אז ענוותן פון הלל, אין וואס מעסט זיך דאס? אז די אלע דריי סיפורים וואס מ'דערציילט וועגן אים איז דאס פארבונדן פון האבן צו טאן מיט ניט סתם א גוי, נאר א גוי וואס אפילו שמאי דערקענט ניט אויף אים אז נשמתו איז

79געשטאנען בא מעמד הר סיני, און אף על פי כן האט הלל זיך אהינצו אראפגעלאזן, און האט דערזען אז דאס איז א"גר, במילא האט ער געזוכט כמה וכמה עצות, ביז וואנענט אז ער האט זיך מתגייר געווען על ידי ענוותנ ותו של הלל. בנוגע צו שמואל הקטן, וואס ווי ער האט

80געזאגט פריער אין ירושלמי אז"הי'מקטין את עצמו שטייט אבער אין ערגעץ ניט אז ער האט זיך מקטין געווען פאר להבדיל פאר ניט קיין אידן. בשעת ער איז געווען אין ישיבה, אין בית-המדרש, האט מען אים אנגערופן שמו אל הקטן דערפאר וואס"הי'מקטין את עצמו. ביז וואנענט אפילו ווי ס'ווערט דאך געבראכט דער ענין זיינער אין משנה

81לבך איז דאך דער פירוש בזה בפשטות גייט דאס אויף א אידן; ניט בנפול אויבך אויף אומות העולם, נאר בפ שטות רעדט זיך דאס וועגן אידן. בפרט נאך ווי די סיפורים וואס מ'געפינט וואו שמואל הקטן האט זיך געפונען האט ער זיך אלעמאל געפונען צווישן ישיבה און אידן. מ'געפינט ניט

82אז מ'געפינט, אז בשעת מ'האט געדארפט מסדר זיין די תפילה האט ער מסדר געווען די תפילה אנטקעגן מלשינים אנטקעגן אומות העולם, אנטקעגן די נוצרים, ווי די גמרא דערציילט אין ברכות. אף על פי כן איז דער ירושלמי מעיד, אז ער איז געווען קטן לגבי שמואל הרמתי וואס שמואל איז ניט געווען סתם אהרן

83איז שמואל בחושבי שמו נאר דא ברענגט מען אים אראפ, וואס אין גמרא, אין תורה, איז דאך יעדער זאך בדיוק, ניט"הי'מקטין עצמו בפני שמואל הנביא וואלט מען אויך געוואוסט ווער דאס איז, איז די גמרא מדייק: ער האט זיך מקטין געווען בפני שמואל ווי ער האט זיך גערו פן הרמתי. ער האט זיך גערופן הרמתי בפשטות דערפאר וואס זיין ביתו איז געווען

84איז וואס איז דא נוגע? לכאורה האט די משנה געדארפט זאגן א גרעסערע מעלה, אז ער איז געווען א נביא, און שמואל בדורו כמשה בדורו? זאגט די גמרא: ניין! דא איז נוגע צו וויסן אז שמואל איז געווען אין תכלית הגדלות, ביז וואנענט אז זיין נאמען איז שמואל הרמתי דער גרעסטער היפך פון ענוה, און דער ווערט אנגערופן שמואל הקטן

85אפילו לגבי שמואל הרמתי איז ער מערניט ווי א ביסעלע ווייניקער דערפון, און אף על פי כן איז זאגט מען פריער אז"הי'מקטין את עצמו דאס איז א געוואלדיקע דרגא אין עניוות. אבער אף על פי כן געפינט מען דאס בנוגע צו אידן. אז די גמרא וואלט געוואלט מדגיש זיין ווי בא הלל'ן וואלט זי געבראכט א דוגמא בנוגע צו ניט-אידן אויך. דערנאך קומט בנוגע

86צו ר'אליעזר בן הורקנ וס: וואו געפינט מען וואס די גמרא וואס תורה שבעל פה איז מדגיש זיין עניוות? לגבי זיינע תלמידים: לא אמר דבר שלא שמע מפי רבו. וואס דאס איז אויך א געוואלדיקע עניוות, כמדובר לעיל, אז ער האט א בור סוד שאינו מאבד טיפה און ער דארף מערניט ווי ארויסנעמען פון דעם כלל וואס ער האט געהערט מרבו, כדי האבן

87ענטפערן אויף די שאלה פרטית איז ער אויך טריד למיבלע ביז וואנענט ער קען זיך ניט פארנעמען מיט ארויסנעמען די פרטים, במילא איז אויף אים ניטא די טענה פון מונע בר ביי אים איז ניטא דער"בר. אבער אף על פי כן איז דאס א געוואלדיקע עניוות, בפרט נאך אויף אזא וואס ער ווערט אנגערופן, לגבי אנדערע תנאים;

88ניט סתם; לגבי תנאים שבדורו ווערט ער אנגערופן"ר'אליעזר הגדול בדוגמא ווי מ'זאגט שמואל הרמתי אבער וואס איז די גמרא מדגיש זיין עניוות? בנוגע לתלמידיו. וו אס דאס איז נאך א קלענערע דרגא אין עניוות לגבי די דרגא פון שמואל הקטן על אחת כמה וכמה לגבי די דרגא פון הלל הזקן. וואס דאס איז די

89דריי דרגות זה למטה מזה. בשעת ס'קומט אבער דערנאך אין בבלי, וואס דאס איז געווען אין במחשכים הושיבני און ס'איז געווען מיט כמה דורות לאחרי זה איז אט דעמאלט איז דא אויך דער ענין פון ענוה, ווארום ס'איז דער זעלבער סיום, אבער אין וואס באשטייט די ענוה, ווי די גמרא זאגט אז מ'האט

90געדארפט האבן אז ר'יוסף זאל דאס מגלה זיין. ידוע דער ביאור: ווי אזוי קען אן עניו זאגן אויף זיך"לא תיתני ענוה דאיכא אנא איז דאך דער ביאור בזה, אז דאס איז דער חילוק צווישן עניו און שפל: בשעת ער זאגט שפל איז ער א שפל; עניו איז דער טייטש, אז לכאורה האט ער ניט געדארפט זיין קיין עניו, און אף על פי כן איז

91ער אן עניו. בדוגמא ווי מ'ברענגט דאס בנוגע צו משה רבינו, אז ער איז געווען דער עניו מכל האדם אשר על פני האדמה וואס דאס איז געווען לאחרי ש קיבל תורה מסיני ולאחרי וואס ער האט ארויסגענומען אידן פון מצרים, ו קרע לנו את הים מיט די אלע פרטים ווי מ'רעכנט זיי אויס אין מדרשי חז"ל, וואס משה רבינו האט זיכער

92געוואוסט די גדלות פון קבלת התורה מסיני, אדער פון קריעת ים-סוף, אדער ארויסנעמען אידן פון מצרים אף על פי כן איז ער געווען דער אמת'ער עניו: מצד כמה סיבות האט ער געוואוסט, אז ער האט אט די מעלות ס'האט אבער ביי אים אינגאנצן ניט מוסיף-געווען ער זאל פילן זיין מציאות, אפילו בערך"כל האדם אשר על פני האדמה. וואס דאס איז נאך מערער ווי הלל

93הזקן: בא הלל הזקן געפינט מען בנוגע צו ניט-אידן, אבער אזעלכע ניט-אידן וואס זיי האבן זיך דערנאך מגייר געווען; בנוגע צו משה'ן איז דער פסוק מדגיש מכל האדם אשר על פני האדמה און ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ בפירוש, אז דאס מיינט מען פאר א גוי פון אומות העולם וואס האט זיך קיינמאל ניט מגייר געווען, איז משה

94רבינו געווען עניו אפילו כלפיו. וואס דאס איז נאך א העכערע דרגא פון עניו אפילו לגבי הלל הזקן. דערנאך קומט די דרגא למטה מזה דער ענין פון ר'יוסף, אז דער תנא בפניו פון ר'יוסף'ן האט געלערנט אז בטלה ענוה און ר'יוסף האט ערשט געדארפט מגלה זיין, אז דאס איז

95ענין וואס לא תיתני ענוה דאיכא אנא. וואס ר'אליעזר הגדול האט דאס ניט געדארפט מגלה זיין; די תלמידים האבן געוואוסט אז א זאך וואס"לא שמע מרבותיו וועט ער ניט זאגן, דערפאר הויבט ער אן רעדן אן אנדער ענין. פונקט אזוי ווי בא שמואל הקטן איז די גמרא אין ירושלמי אליין מפרש, אז"הי'מקטין את עצמו איז דערפאר

96גערופן שמואל הקטן ווארום זיי האבן געוואוסט ניט אימיצער האט זיי געדארפט אויפמערקזאם-מאכן; זיי האבן געוואוסט אז מקטין את עצמו ועל דרך זה בנוגע ענוותנותו פון הלל הזקן, וואס אפילו די גרים האבן אויך געוואוסט אז ער איז אן עניו, על אחת כמה וכמה תלמידיו. וואס דאס איז נאך א קלענערע דרגא אין

97וואס תורת אמת איז מעיד און דאס איז דער סיום פון די מסכתא לא תיתני ענוה דאיכא אנא. וואס על פי זה איז אויך פארשטאנדיק, וואס בשעת ער ברענגט די מדת הענוה אין ירושלמי ברענגט ער אלע פון אנשים וואס זיי זיינען אין ארץ ישראל: די אלע דריי, סיי הלל הזקן, סיי שמואל הקטן, סיי ר'אליעזר בן הורקנוס זיינען געווען תנאים, און מקומם איז געווען

98אין ירושלמי אין ארץ-ישראל, אין תלמודא דמערבא. אין תלמוד בבלי ברענגט ער ר'יוסף, וואס ר'יוסף איז געווען בבבל. און אין דערויף גופא די חילוקי דרגות אין ענו ה: מצד דערויף וואס ס'איז דורכגעגאנגען נאך כמה דורות איז געווארן א קלענערע דרגא פון ענוה, און אף על פי כן ווערט דאס פאררעכנט ווי א מדת ענוה, וואס דערפאר

99ס'איז דא דער ענין פון ענוה, און דאס איז דער סיום סיי אין בבלי און סיי אין ירושלמי. און דאס זאגט דאך אויך בנוגע צו נותן התורה סיי בבלי און סיי ירושלמי אז גדולתו של הקב"ה זוהי ענוותנותו וואס אין וואס באשטייט זיין גדולה, און די גדולה וואס מ'זעט דאס? איז דאס געווען כימי

100צאתך מארץ מצרים וירא ישראל את היד הגדולה אשר עשה הוי'במצרים, און מ'האט די הבטחה, אז כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות ביים ארויסגיין פון דעם איצטיקן גלות, און ארויסגיין אין אן אופן וואס מיד הן נגאלין בשעת דער אויבערשטער וועט באווייזן די"יד הגדולה און די"יד החזקה און די"יד רמה און אידן וועלן שטיין אין

101די לעצטע טעג פון גלות אין אן אופן פון ביד רמה ווארום לכל בני ישראל הי'אור במושבותם מ'האט די תורה אור, ו גדול לימוד שמביא לידי מעשה די מצוות התורה, וואס זיי זיינען מאיר, כי נר מצוה ותורה אור, און מ'האט דאס נאך זייענדיק אין מצרים. א יז אט דאס איז מגלה, אין אן אופן פון אחישנה תיכף ומיד,

102בלשון הרמב"ם ומיד הן נגאלין אז מ'דערזעט די אלע ג'ידות: נאך די"יד החזקה און נאך די"יד הגדולה האט מען דעם ענין פון דער"יד הרמה אז דער אויבערשטער איז מרומם אידן נאך זייענדיק אין גלות, און באו וייזט זיין"יד רמה און ברענגט זיי"עם ענני שמיא ווארום דאס נעמט

103זיך ממרום ווי ר'שמעון בן יוחאי זאגט אויך אין סוף פון מסכתא מגילה, אז ממרום קומט דער ענין הגאולה. במילא איז דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז ארו עם ענני שמיא וכיונים אל ארובותיהם אז מ'קומט מיד הן נגאלין

104צוזאמען מיט די שלימות התורה וואס מ'האט מסיים געווען די מסכתא, וואס א סיום פון איין מסכתא איז דאך דאס פארבונדן מיטן סיום פון אלע מסכתות, און מיטן סיום התורה בכללותה, וואס דאס פארבינדט, אז מ'איז מסיים און מ'קלייבט צוזאמען אלע אידן צוזאמען אין א קהל גדול, אז יעדערער איז מכיר די מעלת רעהו, וואס

105דאס איז א מעלה אמיתית, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין פרק"לב אין תניא פועל'ט דאס אויף אים עניוות, ווי פארשטאנדיק פון פרק"לב אין תניא, און אויך פון אגרת הקודש וואו דער אלטער רבי איז מסביר הדבר. און דאס ברענגט אויך אז דער יעקב וואס קטן הוא ומונה ללבנה שטעלט

106זיך אין אן אופן פון"זה הקטן גדול יהי ביז וואנענט אז פון שמואל הקטן ווערט דער שמואל הרמתי וואס דאס איז דאך אויך די הפטורת חנה פארענדיקט זיך מיט דעם ענין פון משיח'ן, און דער התחלה איז און פארבונדן דערמיט וואס ס'איז געבארן געווארן שמואל הנביא. און דערנאך האט אמו, חנה, מבשר געווען בנבואתה דער ענין פון

107ביאת משיח צדקנו, הוי'יחתו מריביו און ס'וועט זיין דער ענין פון וירם קרן משיחו גאולה האמיתית והשלימה און די נישואין"של כנסת ישראל און ישראל מיט אבינו שבשמים. ביז וואנענט אז ס'ווערט דער ענין וואס"לא תקראי לי בעלי נאר וואס דען ס'ווערט דער ענין הנישואין

108בשלימותם, וואס דאס איז דאך לעתיד-לבוא, ווי ער זאגט אין מדרש רבה פרשה בא אויפן פסוק"ה חודש הזה לכם ראש חדשים דער חודש של גאולה אז מ'איז זוכה און מ'גייט מקבל-זיין פני משיח צדקנו ב ירחא תליתאי ביומא תליתאי צוזאמען מיט שלימות פון אוריאן תליתאי און מ'איז לומד תורה מפיו של משיח, וואס אויף אים זאגט

109מען אויך די ביידע ענינים: אז ירום עבדי ונישא וגבה מאוד וביחד עם זה זאגט ער דאך אין ישעי'אין נבואת הגאולה פון ויצא חוטר מגזע ישי אז ביי אים וועט זיין דער ענין פון ענוה ביידע זאכן צוזאמען. און דאס קומט אראפ למטה מעשרה טפחים, אין אן אופן פון"מ יד בעגלא דידן ובקרוב ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions