עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

50 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס ווי כאמור לעיל, אז דער ענין פון שלום איז דאך נוגע אין כל הענינים פון וועלט, במילא איז דאס נוגע אין כל העניני תורה ומצוותי און ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ פון ספרא אין סוף סיום פון הלכות חנוכה, אז ”התורה ניתנה לעשות שלום בעולם”,

2שנאמר ”דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום”, וואס דאס איז דאך אויך כולל אפילו עמי הארץ, ווי די גמרא ברענגט דאס אראפ בהנוגע צו כמה פעולות וואס מ'טוט מיט נוגע צו אומות העולם, און ברענגט אויך די ראי' פון דעם פסוק פון די פסוקים, וואס

3במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז פארבונדן ניט נאך מיט חינוך קטנים, אדער אפילו מיט חינוך גדולים, בנוגע פון דעם חינוך זייערן נאר אויך אין די כל עניני האדם, וכמדובר לעיל, אז כל עניני האדם איז דאך א כללות'דיקער אויסדרוק,

4וואס מ'וויל אז מ'זאל טאן בפועל דארף מען דאך אויסטייטשן אן ענין פרטי וניסויים, איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז פארבונדן מיט דעם אופן ווי אזוי מ'גרייט צו דעם קינד צום חינוך.

5וואס דאס איז דער ענין פון הולדת הולד, וואס אין דערויף גופא איז דאך אויך דא דער ענין אז ס'דארף זיין שלום, וכפירוש הפשוט, ”על כה יעזב איש את אביו ואת אמו ודבר באשתו והיו לבשר אחד” אז פריער איז דא צוויי באזונדערע זאכן, א איש ואשה,

6און דערנאך, בשעת ס'ווערט ווי ס'דארף-צו-זיין זייער קירוג, ווערט בא זיי דער ענין פון התאחדות כדבעי, ביז ”והיו לבשר אחד” און ס'ווערט געבארן א קינד וואס ביי אים איז אויך די תכונות של האב והאים, וואס בא זיי איז דאס תכונות טובות,

7ווערט דאס ביי אים סיי די תכונות פון דעם אב סיי די תכונות פון דעם אים אין אן אופן פון אחד אז דאס ווערט אין אן אחדות אמיתי.

8אף על פי וואס 'אב ואם' איז דאך דאס צוויי הפכים, ווי מ'זעט דאך אויך בפועל, אז די הנהגת האב איז און ס'דארף זיין אין אן אופן פון שטרענגקייט, און הנהגת האים איז פארקערט אין אן אופן פון רחמי וחמינה,

9ווי תורה ברענגט אראפ, אז דערפאר דארף מען אנזאגן, בשעת ס'רעדט זיך וועגן ”כבד את אביך דאת אמך” פריער אביך און דערנאך אמך משא כך ביראה זאגט מען את אמה ואת אביו תראו הקדים אין לאב דערפאר וואס בטבע איז ווייס א קינד,

10אז בא דער מוטער וועט ער אויספירן, האט ער צו איר מער אהבה וכבוד און בא ר'ן פאטער האט ער מערער מורא דארף מען באווארענען פריער די שווערערע זאך, און דערנאך וואינט זיי דאך לומר זו.

11וואס דאס איז דאך אויך מרומס, וואס ווי אין דער מאמר הגמרא פון לאו ען און אי דעם, וואס לאו ען און אי דעם איז דאך פארבונדן וואס כחותם המתהפך ווי ס'קומט דערנאך ארויס ביחת צו דעם תנא.

12וואס אין דערויף איז אויך נוגע דער ענין פון שלום, וואס דאס קומט בהמשך להמדובר אין די פריערדיקע התוועדות בנוגע צו דעם גודל ענין פון טהרת המשפחה.

13וואס דער ענין פון ווי ער זאגט אין פסוק, אט דאס וואס ”יעזוב איש את אביו ואת אמו ודבק בישתו” איז דאך דאס ליב א תכלית, כדי ס'זאל זיין ”והיו לבשר אחד” צוליב רואו ”ורבו ומילה את הארץ”,

14וואס דאס איז נאך מערער פון ורבו כמבואר בפוסקים ובאריכות בכמה מקומות, איז דא אין דערויף דער ענין וואס ס'קען ניט זיין קירוב אליין, און ס'קען ניט זיין פירוד אליין, נאר ס'דארף זיין פירוד וקירוב,

15וואס דאס איז דאך די דינים און די ענינים מיט די הנהגות מיט די מנהגים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט טהרת המשפחה.

16וואס בפשטות הויבט זיך אן פון ”ימין מקרבת”, אבער ס'דארף זיין ”ימין מקרבת” אין דעם זמן וואס ער איז אן אות רצון, עאכו' כמה אן אות המותר,

17דערנאך ברענגט דאס צו אן ענין של פירוד, צו די ימים שלאחרי הלידה, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן, ווי ער זאגט אין פסוק שלשת ו”שלשת ימים, למ' ג' ימים” אדער ששים ושש ימים וכו,' און נאך אויך פאר דעם ווי ס'איז דא די ענינים וואס זיי ברענגען צו ימי הפירוד.

18וואס אט דא געפינט מען א דבר נפלא בהנוגע צו דאס וואס ס'איז געווארן על ידי החטא דער ענין פון פירוד על 'דרך הטבע', איז דאס שטייט דאך אז לעתיד לבוא וועט דאס בטל ווערן די אמנידות, במילא וועט דאס ניט זיין דער גאנצער ענין,

19משא' כן בנוגע צו הרע והולדת יחדיו, ווי דער אלטער רבי בבעל השמחה והגאולה ברענגט אין אגרת הקודש, וועט אויך זיין לעתיד לבוא דער ענין פון הלכות ניט נאר טערע נאר אויך טומאר פארבונן מיט דער לידע אפילו לעתיד לבוא ווען ס'וועט זיין הרע והולדת יבלו.

20וואס בהנוגע לעניננו, איז דאס פארבונדן מיט דער הנהגה של שלום, וואס כאמור, אז מ'זאגט שלום איז דאס גלייך מדגיש, אז ס'איז דא צוויי צדדים און מ'דארף מאכן שלום ביניהם, וואס דאס איז אויך בשעת ס'איז דא א זמן וואס אויס לכבוד און אויס לרחוק מלכבוד על פי תורת חיים, הוראה בחיים,

21דארף ער זיין אפגעהיט די ביידע זמנים, מצד דערויף וואס כוונתם אחת ואחד ל' ה' אחד", ווי ער האט אנגעוויזן בתורה, וואס זי איז תורה אחת לכולנה, וואס דורך דערויף וואס מ'היט דאס אפ אט דעמאלט ווערט א שלום בין איש לאשתו.

22וואס דאס ברענגט דערנאך וואס קינדער ווערן אויך געבארן, ניט שוין כדעת התימא אז דאס ברענגט חס ושלום צו פירור, נאר אדרבא דוקא דאס איז דער וועג אז ס'זאל זיין דער שלום וקירוב אמיתית,

23ווי כידוע שוין אויך אפילו ווי ס'וועט זאגן די טבעים און די רופאים וכו אבער ניט דאס איז דער טעם, טעם איז דאס אשר קדשנו במצוותיו וצונו אט דעמאלט ווערט דאס א זרע קדוש, אז די קינדער וואס ווערן געבארן לעבן על פי התורה, וואס ”דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום”, און ס'איז שלום בבית,

24בין איש לאשתו, און וואס ס'איז נאך דאס איז איצטער מוסיף, בפרט בדורנו זה, אז ס'איז שלום בין האבות והבנים.

25אט דאס וואס מ'קלאגט זיך אין דער מדינה במיוחד, אז מ'קען זיך ניט צוזאמענרעדן די אבות ובנים, דער בנערינו ומצקנינו, אפילו ניט די בנערינו צוזאמען מיט די אבות אדער מיט די אמהות ווערט דעמאלט שלום אין הויז,

26ווארום דאס איז א הויז וואס ס'איז געבויט נאך איידער דער קינד איז געבארן געווארן האבן זיך די עלטערן געפירט 'ע"פ התורה', וואס אפילו נתיביתר איז דאס אויך שלום, און אט דעמאלט ברענגט דאס, אז כלי מזיק בחצות של הקב"ה איז דאס מערניט ווי שלום, ברענגט דאס בחצות של הקב"ה אין אלע ענינים וואס מ'דארף.

27וואס דאס איז אויך די צווייטע הוראה, אז מ'גייט צו פעולות פארבונדן מיט טהרת המשפחה, וואס דא דארף מען האבן די ספעציעלע באווארעניש, אז אף על פי וואס 'לעיני בשר' הויבט ער יצר הרע אים אן איינצורעדן, היתכן דאס איז דאך אן ענין של פירוד און אן ענין של ריחוד וכו' וכו איז מען אים מסביר,

28אז דאס איז דער ענין פון די ”שמאל דוחה” ”ברגע קטן עזבתיך” כדי דערנאך זאל זיין דער ”ימין מקרבת” און ברחמין גדולי מקפצח בהנוגע בין איש ואשה העליונים דעם אויבערשטן מיט כנסת ישראל.

29ועל דרך זה ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, אז לאחרי הפירוב איז אט דעמאלט דער קירוב ”ביתר שאת וביתר עוז”.

30וואס דאס איז די פעולות האמורות, וואס לכאורה אז מ'רעדט וועגן צדקה און כספי ציבור הויבט מען אויף א טומל, היתכן, אז ס'איז דא מענטשן וואס מ'דארף זיי ארויסהעלפן בנוגע צו צרכים כפשוטם,

31איז דארף מען נעמען א טייל פון די געלט און אפגעבן אויף עניני מצוות, ובפרט נאך אויף אזא מין מצוה פארבונדן מיט א בנין מקוה וכיוצא בזה, וואס דאס איז דאך מערניט ווי פאר חתונה-געהאטע פרויען און איז א זמן איידער ס'ווערט נפסק וכו' וכו און אויף דערויף נעמען מכספי צבאו.

32איז מען אים מסביר, אז דער אויבערשטער איז קול רחום וחנן.

33ואדרבא, אט דאס וואס ס'איז גומלי חסדים בא מענטשן איז דאס דערפאר וואס מה הוא רחום איז אף אתה רחום דערפון ווערט די מדה פון גבילת חסדים ורחמנות א מענטשן דא למטה.

34און אז ער האט געזאגט אט די הנהגה מיט אט דעם ציווי, און האט נאך מחמיד געווען בזה, כמבואר בתורה-שבכתב ובתורה שבל-פה איז דאס גופא א הוכחה, אז דאס איז די אמת"ע מדת הרחמנות בשבי הקירה והאהבה והחסד אז מ'פירט זיך אין אזא אופן.

35און די טענה אז ס'איז נוגע מערניט פאר פרויען ובזמן כתוב ומדד וכו דאס איז נוגע צו די קינדער וואס ווערן געבארן, און צו זייערע קינדער, ”עד סוף כל הדורות”, אז זיי זאלן דערנאך זיין ”אתם קרויין אדם” ”אדמה לעליון” אז זיי זאלן זיך פירן מיט מדות טובות,

36אפילו מדות טובות ווערן זיי מלכתחילה געבארן בטבע במדות טובות, עאכו"כ אז זיי באקומען דערנאך דעם חינוך כדבעי על פי התורה,

37און דערפאר איז דאס נוגע טאקע הויבט זיך דאס אן די פעולה אין א זמן מסויים מיט א מענטש מסויים וכו דערנאך איז דאס אבער באווירקט דאס און דאס שטעלט אויף א דור ”ודורי דורות, עד סוף כל הדורות”,

38אין אן אופן אז דאס איז ”לשבת יצרה” אז דאס איז אן עולם וואס ער איז ראוי ער זאל זיין א דירה לו יתברך בתחתונים, אנהויבנדיק פון ”ושכנתי בתוכם בתוך” ”כל אחד ואחת מישראל”, אין יעדער אידישע הויז.

39ביז וואנענט אז ס'איז דאך ידוע דער פסק-דין אחרון, האט מען דאס געבראכט באחרונים, מיוסד אויף ראשונים, אז מ'מעג פארקויפן און מ'דארף פארקויפן א בית הכנסת אויב ס'איז ניטא קיין אנדער וועג אויף אויפבויען א מקוה וואס זי וועט אויפשטעלן דורות טהורים בישראל, מענער און פרויען וואס זיי וועלן דאוונען און זיי וועלן זויען ”בתיק נשיאות ובתי” מדרשות,

40און מקיים זיין מצוות אז מ'זאל ניט דארפן אנקומען צו די השתדלות וואס מ'דארף אנקומען במקום מסויים ובזמן מסויים, כדי צו פועל'ן אט די אלע ענינים.

41וואס דאס איז, כאמור, דער ענין פון א מצוה שהזמן גרמא, ובפרט ווי די גמרא זאגט, אז ”אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף”, אז ס'דארף זיין דער ענין פון הולדים בנות ובנות און ס'דארף זיין אזוינע קינדער, כמובן ופשוט,

42וואס זיי וועלן מקרב זיין די גאולה, על ידי 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' וכו כדי צו מקבל-זיין פני משיח צדקנו,

43און די עלטערן זאלן קענען זאגן ”ראו גידולים שגדלנו”, וואס בקרוב ממש, על ידי הוספה, און דאך וואס ביז איצטער איז מאיזו סיבה ותהי' נאך ניט געווען די פעולות ווי ס'דארף צו זיין זאל מען זיי מאכן ווי ס'דארף צו זיין,

44אז ס'זאל זיין א מקוה כשרה ומהודרת און חבורות נשים וואס זיי זיינען זיך מתעסק אין הפצת הידיעות וועגן דעם גודל ענין פון דער מצוה זו, און ווי אזוי וואס דאס איז א יסוד פאר קינדערגוטע, און פאר עלטערן זאלן האבן חיי שלום וקירוב, און דאך חיים המיוסדים על פי התורה והמצוה.

45און דאס איז די החלטה בדבר, ס'איז דאך שוין ”מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה”, אז ס'וועט זיין דער ענין פון ונתתי שלום נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, און ס'וועט זיין דער ענין ווי ער זאגט דאס בהמשך אחד, אז ויתן ”לי לעם ואנכי הי' לכם לאלקים” ווארום ”בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשיתם אותם”.

46און מ'וועט זיין אין די לעצטע טעג פון גלות אין א מעמד פון ”ואולך אתכם קוממיות בקומה זקופה” ניט נתפעל ווערן פאר גויים, ניט נתפעל ווערן פאר די גוי'שקייט וואס מ'האט נאך דעם ”אל זר אשר בקרבך” דעם יצר-הרע וואס מ'האט נאך ניט מבאר געווען,

47ווארום ער האלט נאך ניט בא דער דרגא פון ”ולבו חלל בקרבו שאין לו יצר הרע” כמבואר אין פרק ראשון אין ספר התניא פון בעל הגאולה והשמחה.

48און ס'וועט זיין פון דעם ”ואולך אתכם קוממיות” אין די לעצטע טעג פון גלות גיין בקרוב ממש לקבל פני משיח צדקנו, אן אן אונטערשייד צווישן די זיידעס מיט די באבעס און די גמוטעס מיט די פאטערס צוזאמען מיט די קינדער,

49מיט די אייניקלעך און מיט די אורע אייניקלעך, וועלן אלע גיין ”יעשו כולם אגודו אחד לעשות רצונך בלבב שלום” און מקבל זיין פני משיח צדקנו, ובקרוב ממש.

50לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions