English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

97 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1אין ”מנהג ישראל”,

2וואס ”מנהג ישראל” איז דאך תורה הוא אז בשעת צוויי אידן טרעפן זיך, עאכו"כ מערער ווי צוויי אידן, איז דער סדר איז, כאמור, אז ס'איז שוין געווארן א תורה, וויבאלד אז מ'האט זיך אזוי נוהג געווען מכמה וכמה דורות, אז מ'הויבט אן בשלום, און אויך חותם בשלום,

3אז מ'זאגט שלום עליכם און דער צווייטער ענטפערט גלייך 'עליכם שלום'.

4און דאס ווערט די התחלה און דער ראש וואס איז כולל דערנאך דעם המשך פון זייער טרעפן זיך, ווי מ'געפינט בנוגע צו 'תחילת השנה', אז בראש השנה נעמט מען אן די החלטות טובות על כל השנה כולה,

5און צוזאמען דערמיט באקומט מען אויך דעם אויבערשטנ'ס ברכות על כל השנה כולה, פון ראש השנה על כל השנה, על כל ימי השנה איז ”צדיקים דומין לבוראן” וואס ”עמך כולם צדיקים” איז אויך אזוי דער סדר, ווי דער אויבערשטער איז פתח בשלום,

6אז מ'הויבט אן און דערנאך ווערט דאס די התחלה, ניט נאר אן אנהויבס סתם, נאר אויך אז דער גאנצער המשך איז נכלל אין די התחלה,

7ובפשטות אין די ערשטע רגעים ווי אזוי מ'האט זיך געטראפן און ווי אזוי מ'האט אנגעהויבן פארבינדן זיך איינער מיטן צווייטן בדיבור, וואס דאס באווייזט דאך אויף דעם קשר און די התאחדות פנימיות וואס ווערט נתגלה ע'ידי הדיבור,

8וואס דאס איז דאך אמיתית ענין הדיבור, אויף מגלה זיין דעם אמיתית ווי דאס געפינט זיך בפנימיות בא יעדערן איז די התחלה בזה מיט דעם ווארט שלום, מיטן ענין השלום,

9ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז דאס איז ניט סתם א ווארט וואס דערמאנט שלום וואס קען דאך זיין לכאורה, מצד סיבות שונות ומשונות, פון פארשידענע ערליי סוגים,

10זאגט מען, אז בשעת מ'זאגט שלום בלשון הקודש איז דאס שלום איז דאס שמו של הקב"ה, הוא דאס איז פארבונדן מיטן אויבערשטן, און ניט סתם פארבונדן מיטן אויבערשטן ווי כל עניני העולם,

11האט דאך דער אויבערשטער באשאפן די גאנצע וועלט, וכל אשר בו, ”בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ”, און דערנאך איז ער דאס מהוה ומחי' ומקיים 'בכל רגע', כהדגשה בתורת הבעל שם טוב, ווי דער בעל הגאולה, דער אלטער רבי, ברענגט דאס אראפ אין התחלה און אין ספר התניא אין שער היחוד והאמונה,

12וואס כסיפורי החסידים איז לכתחילה געווען דער ”קא סלקא דעתך”, אז דאס זאל אויך זיין די התחלה, דער חלק ראשון פון תליא.

13ברענגט ער שוין דארט אראפ, אז א בעל שם טוב פירוש, אז יעדער זאך אין וועלט, אנהויבנדיק פון שמים וארץ עצמם, איז ניט נאר ”בדבר הוי' שמים נעשה וברוח פיו כל צבאם”,

14נאך 'בכל רגע' ורגע איז ער ”מחדש תמיד מעשה בראשית" מאין ואפס ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, איז דאס דאך דא איז דאס נאכמערער, נאר דאס ווערט שמו של הקב"ה, פונקט אזוי ווי בשעת מ'זאגט וה' האדם להבדיל, איז דאך ”דיברה תורה כדרך בני אדם” בלשון בני אדם,

15אז מ'זאגט אז דאס איז שמו של הקב"ה, בשעת מ'רופט אן אן אדם בשמו, איז דאך דעמאלט איז ער נפנה לקורא, גיט ער זיך א קער צו דעם מיט וועלכע ער רופט אים אן בשמו, און פארבינדט זיך מיט אים.

16אויב די קריאה איז ווי ס'דארף צו זיין, ווערט דאך ”כמים הפנים לפנים” א קריאה אמיתית, איז ווערט דערנאך אזוי אויך בא דעם וועלכן מ'רופט בשמו,

17אזוי זאגט מען אז שלום אין שמו של הקב", דאס איז דער נאמען מיט וועמען מ'רופט אן דעם אויבערשטן על פי ”תורת אמת”, אזוי איז דערציילט תורה וואס זי גיט ארויס אמיתית הענינים, און וויבאלד אז תורה רופט דאס אן בשם שם,

18איז דאס גופא באווייזט אויפן תוכן הענין, אז ניט ווען מ'רופט דעם אויבערשטן בשמו איז אט דעמאלט קערט זיך דער אויבערשטער נאכמערער און נאכנעענטער לעם קרובו וואס זיי זיינען קוראים בשמו, און זייער אמת'ער לשון איז דאך לשון הקודש, וואס דאס איז איינער פון די ווערטער בלשון הקודש,

19און זיכער איז דאך בא דעם אויבערשטן ”כמים הפנים לפנים”, ובלשון חכמינו זל, אז מדתו של הקב"ה איז דאך מדה כנגד מדה האט מען אויך פון דעם אויבערשטן די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט שלום, און אויך דערנאך איז חותם בשלום, ווי דער בעל הגאולה איז מבאר בכמה ממאמרות,

20אז דאס וואס די גמרא זאגט ”פותח בברוך וחותם בברוך” איז דאס בדוגמא פון א חותם וואס מ'לייגט ארויף אויף אן אגרת, אויף א בריוו,

21איז כדי שלא יגבו יד זר איז בשעת מ'איז ניט גענוג וואס ער איז פותח און שרייבט די אגרת, מ'דארף דערנאך אויך האבן ער זאל דאס חותם זיין, אפחתמ'ענען און חתמ'ען בברוך ובשלום איז אט דעמאלט לא יגעבו יד זר.

22עד"ז אויך בעניננו, דער אויבערשטער האט דאך באשאפן די וועלט וכל אשר בו, כולל אויך א אידן, אז ”נתתי לפניך את החיים ואת הטוב”, און אויך דער ענין רחמנא ליצלן דעם היפך,

23און זאגט אים גלייך אן ”ובחרת בחיים”, און ווי דער אלטער רבי איז מבאר, אז די ציוויים בתורה האבן א צווייענדיקן אפטייטש, דאס איז אן ענין של ציווי, דו זאלסט אויסקלייבן אזוי, דאס איז אויך א לשון של הבטחה,

24ס'איז א זיכערע זאך, ”בל ידח ממנו נדח” אז אין וואס פאר א מעמד ומצב און ווי ס'איז ניט געווען בעבר איז א זיכערע זאך אז מ'וועט אויסקלייבן בחיים.

25עד"ז אויך בנוגע לשלום, איז ווי דערמאנט פריער אז דאס ווערט א ”מנהג ישראל תורה” היא אז גלייך ווי מ'טרעפט זיך, וואס לכאורה איז דאך אז בשעת מ'טרעפט זיך איז דאך דא כמה ענינים וועגן וועלכע מ'דארף רעדן און זיך דורכרעדן און זיך דעררעדן וכו',

26סיי בנוגע פרטי און וויבאלד אז יעדער איד איז דאך אויך א כלל, לשון חכמינו זל במשנתם, אז יעדער איד איז דאס אן עולם, און ניט סתם אן עולם, נאר ”עולם מלא”, אן עולם וואס איז אנגעפילט און על מילואו נברא ער שטייט במילואו,

27איז מען גלייך באווארנט מען אויך, אז זייער טרעפן זיך איז דאס אין אן אופן פון שלום, און אויך עליכם 'לשון רבים' ער קוקט אויף א צווייטן אידן, אפילו ווען ער איז לכאורה 'לעיני בשר', מערניט ווי אן איין און איינציקער, ווייס ער אז דאס איז א רבים, ובלשון חזל האמור דאס איז אן 'עולם מלא',

28און דער צווייטער ענטפערט אים אויך, וואס לכאורה האט ער דאך אים געדארפט ענטפערן דעם זעלבן נוסח, באווארנט אבער דער צווייטער, און איז מוסיף על הראשון, אז 'עליכם שלום'.

29ער איז אויך חותם שלא יגע ביד זר, אז אע"פ וואס מ'געפינט זיך אין 'עולם הזה', עאכו"כ משחרב בית המקדש,

30ו”גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו"”, ווי מ'געפינט זיך אין גלות, עאכו' כמה אז מ'געפינט זיך נאך אין עיקבתא דמשיחא, ווען דער גלות איז א חושך כפול ומכופל בכל מקום שבעולם, איז דאך דאס ניט ווי ס'איז געווען ”בזמן שבית המקדש קיים”,

31ס'איז געווארן ”אותותינו לא ראינו” וין איתנו יודע עד מה", ביחד עם זה איז דאס מערניט ווען מ'באטראכט זיך איתנו און ראינו אט דאס מ'פארלאזט זיך אויף זיך אליין.

32בשעת מ'הויבט אן מיט שלום מיט שמו של הקב", און דער אויבערשטער איז זיכער מקיים אט דאס וואס ער דערציילט אין תורה אז אז מ'רופט בשם איז ער דעמאלט נפנה קערט ער זיך צו צו דעם וואס ער איז א קורא בשמו איז ער אויך ענטפערט אים דער אויבערשטער ”עליכם שלום”.

33וואס אט דעמאלט ווערט ער באלעבאס אויף וועלט, ווארום ער איז ניט פאר זיך, ער איז מערניט ווי א שלוחו של ”הקב"ה ו שלוחו של אדם כמותו”, טייטשט אפ דער אלטער רבי, דער ”בעל הגאולה, אין” לקוטי תורה שלו,

34אז דאס גייט אויך אויף שלוחו פון דעם אויבערשטן, של ”אדם העליון שעל הכסאו”, ווערן זיי כמותו, און ווי ס'שטייט דאך בכמה מקומות כמותו ממש, אז מ'האט אין זיך די שליחות, צוזאמען מיט דעם נתינת כח פון דעם אויבערשטן,

35אז ס'זאל זיין דער ”שלום בכל העולם כולו”, אנהויבנדיק פון ”קשוט עצמך” פון דעם שלום אין די אייגענע ד' אמות, אין די ד' אמות עצמו, אנהויבנדיק פון דעם שלום בפנימיות, ובלשון פון דעם אלטן רבי'ן פמליא של מטה איז דאס דער ”נפש האלקית ונפש הבהמית”,

36שטייען זיי אין א מעמד ומצב וואס ס'ווערט שלום ביניכם ובלשון פון קריאת שמע וואס דאס איז דאך התחלת הש"ס, אז ”בכל לבבך בשני יצריך” איז ”ואהבת את הוי' אלקיך” ער דינט בשני יצריך, און זיי ביידע שטייען אין דעם זעלבן ווארט,

37וואס דעמאלט על פי תורה ווי מ'לערנט דאס אפ פון צד שכנגד, פון שעטנות, אז וויבאלד אז ס'שטייט די אלע אותיות און דעם זעלבן ווארט, שוע תביא ונוז, דארף דאס זיין אלע צוזאמען און דאס ווערט איין מציאות אט אזוי איז אויך דורך קורא ”בשמו של הקב"ה שלום”,

38און האט מען אויך דער נפנה, דעם וועלכן מ'רופט און מ'דערמאנט זיין נאמען, אל הקורא בשמו.

39און מ'באווארנט אויך, אז ניט קוקנדיק וואס מ'געפינט זיך אין א וועלט וואס די וועלט איז דאך אין א ענין פון ווי זי ווערט אנגערופן אין זהר עלמא די פרודה,

40ובלשון הכתוב ”ומשם יפרד”, ארויסגייענדיק פון גן עדן איז דא דער ענין וואס ”נהר יוצא מאדן ומשם יפרד” אין עדן אין גן עדן איז א ענין של אחדות,

41בשעת ס'קומט אין וועלט ווערט דערנאך ”ומשם יפרד” לכאורה היפך השלום, וויבאלד אבער אז דער בורא עולם גיט די שליחות, צוזאמען מיט די כוחות אויף דורכפירן די שליחות איז אט דעמאלט ווערט דער חתימה אויך בשלום, בפשטות דער ענין החתימה, דער סיום הענין איז אויך אין אן אופן פון שלום,

42אז ער איז ממלא די שליחותו אין אן אופן פון שלום, דאס באווארנט אויך שלא יגעבי יד זר, אז אע"פ וואס מ'געפינט זיך נאך אין גלות,

43איז דאך דא דער ענין פון זר איז דא במילא איז אנהויבנדיק פון ”אל זר אשר בקרבך” קען דאך זיין חס ושלום אז על כל פנים אז נוגע זאל זיין בזה פון דעם זר האט ער דעם חותם ”בחותמו בשמו של הקב"ה” אויך שלום.

44און דאס פארענטפערט די שאלה, וויבאלד אז מ'איז ”מפוזר ומפורד בין העמים”, אין אן אופן פון היפך השלום והאחדות, אדרבא מפוזר ומסדר,

45זאגט מען, אז דוקא דורך דערויף וואס דתיהם שונות מכל העם אז זיי זיינען אנדערש מכל העמים איז דאס מאכט אויף, אז ס'ווערט דער ישנו עם אחד דער עם אחד שטייט אין אן אופן פון ישנו, פון א מציאות אמיתית, וואס דאס איז דאך בלשון הקודש די הדגשה אין דעם ווארט יש,

46וואס דערפון נעמט זיך אויך דער ווארט ישנו אז ניט מ'געפינט זיך ח' ושלום באמת'ען גלות, נאר מיט די אמת"ע מציאות און די אמת"ע בעה"ב בתוש ”לוחו של בורא” העולם ומנהיגו,

47וכתורת הבעש' טו, וואס ער איז מהוה דעם ”כל העולם כולו בכל” רגע אין אן אופן פון מחדש, און מחדש דאס אין אן אופן פון בטובו ווערט דעמאלט דער חותם בשלום, און דערנאך דער גאנצער המשך וואס מ'טרעפן זיך צוויי אידן צוזאמען,

48ווערט דאך שוין דער ”שלום בכל העולם כולו” וויבאלד אז זיי טרעפן זיך על מנת כן, איז דער אויבערשטער גיט כח, זיי זאלן דורכפירן אט די שליחות,

49וואס דאס איז דאך די עיקר'דיקע שליחות, ביז וואנענט ווי ער זאגט אין ספרא, און דער רמב"ם ברענגט דאס אלס א פסק הלכה, אין סוף הלכות חנוכה וסיומם,

50וואס דאס איז דאך דער סיום וחותם פון דער וואך, וואס הויבט זיך אן מיט יו טס כסלו איז דאך בשבת די התחלה פון ימי חנוכה, וואס די התחלה פון ימי חנוכה איז דאך אויך כולל ”כל שמונת ימי חנוכה”,

51וואס דערפאר איז דאך דא די דיעה ביז להלכה פון בית שמאי, אז מ'איז מדליק שוין בלילה הראשון שמונה נרות ”כנגד ימים הנכנסים”, וואס זיי זיינען אלע נכלל, אין דער לילה הראשונה, אין דעם יום ראשון.

52אפילו ”לדעת בית הלל”, איז דאך דאס כמדובר כמה פעמים דערפאר וואס ”שיטת בית הלל”, אז ס'איז דא צוויי אפשרויות, אדער לפי הכח אדער לפי בפועל, איז אט דעמאלט בנוגע למעשה בפועל, בנוגע צו הדלקת הנרות בפועל דארף מען גיין נאכן בפועל,

53און בפועל וואס ס'שטייט בגלוי, בלילה הראשונה, איז דאס מערניט ווי א יום אחד, איז ער מדליק מערניט ווי נור אחד, אבער ניט ער איז שולל חס ושלום דעם ענין אז בלילה הראשון איז נכלל געווארן ”כל שמונת הימים”,

54ואדרבא, ”מעשה רב”, ווי די גמרא דא אליין איז מגלה, אז די אלע שמונת ימים האט מען אנגעצונדן און זיי זיינען געווען ליכטיק, אין אן אופן וואס ”הנרות הלל אין בטלין לעולם” פון דעם פך שנמצא חתן בחתמה של כהן גדול אין דעם יום הראשון,

55ו ממנו הדליקו ”כל שמונת הימים”.

56וואס על דרך זה בנוגע לעניננו, גלייך ווי אידן טרעפן זיך, איז בכח שטייט שוין בא דער רגע ווען זיי טרעפן זיך אלע ענינים טובים וואס זיי וועלן דערנאך ארויסברענגען בפועל, און די אלע ענינים וואס אין זיי איז דאך דא דתיהם 'לשון רבים',

57רצוא הקב"ה ”לזכת את ישראל לפי כך הרבה להם תורה” ומצוות, איז דאך דאס א ענין פון עליכם 'לשון רבים' און הרבה להם תורה ומצוות א סך, ביז למעלה ממדידה והגבלה, ”אשר לא ימנה מרוב”

58נאך מערער ווי תרי' בכללות, האבן זיי דאך ענפים און סניפים, ובלשון חז"ל ”ועלמות אין מספר אל תקרי עלמות אלא עולמות און אלו הלכות” שבתורה, ווי ער זאגט אין מדרש, אז זיי זיינען אין מספר,

59איז אויך געווען דער פתיחת התורה בשלום, און דאס האט אויך געבראכט דערנאך דעם ”שלום בכל העולם כולו”, ווי ער דערציילט אין מדרש, אז ס'איז געווען דער טומל פון נתינת התורה,

60און מ'האט געזאגט אז דשם ”עוז לעמו יתן” אז די שם יברך 'את עמו' בשלום האט דאס געבראכט אויך א שלום בין אומות העולם, עאכו' כמה וכמה א שלום בין אומות העולם לישראל,

61ווארום אידן האבן זיך געהאלטן בא די אין עוז אלא תורה ”ואין מקרא יוצא מידי פשוטו”, זיי האבן זיך געהאלטן מיט א שטארקייט מיטן אמת'ן עוז וואס ווערט אנגערופן אין ”תורת אמת” בשם עוז אז מ'ווערט ניט נתפעל פאר דער וועלט וכל אשר בה,

62און מ'פירט זיך מיטן גאנצן שטורעם ובגלוי און מיט ”גאון יעקב” לויט די אנווייזונגען פון תורתנו, וואס זי איז ”תורת אמת”,

63וביחד עם זה אויך תורת חיים, הוראה בחיים, און זי ווערט באלעבאס אויף דער וועלט וכל אשר בה, ווי ער זאגט אין ירושלמי אויף כל גומר עלי, אז בשעת א רב בא אידן פסק'נט על פי התורה,

64ווארום ער איז ניט חס ושלום ער וויל אריינשטעלן אין תורה ווי ביי אים קומט אויס, נאר ער גייט על פי התורה, ”תורת אמת”, ניט קוקנדיק צי דאס איז פתוק פאר אים צי ניט פתוק פאר אים, איז ער א משועבד און מקבל אויף זיך די תורה אין אן אופן פון הקדמת 'נעשה לנשמע',

65נאך איידער ער פארשטייט איז ער שוין נעשה, און דוקא דורך דערויף איז ”טומאת ישרים תנחון” ווי די גמרא זאגט אין מסכתא שבת אין די סוגיא, וואו ס'רעדט זיך וועגן מתן תורה,

66וואס דאס איז דאך א ”ענין תמידי בכל” יום ויום, דערפאר זאגט מען דאך אין ברכת התורה נותן התורה, ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ לשון הוה,

67אז בכל יום ויום, ווי די גמרא זאגט אין ברכות, איז מה להלן בשעת מתן תורה איז געווען ”באימה וביראה וברתת ובזיע איז אף כאן” אז א איד לערנט א ענין אין תורה, דארף ער אויך שטיין ”באימה ובאירא וברתת ובזיע”?

68פרעגט מען אויף דערויף די שאלה היתכן?

69דעמאלט איז דאך געווען די קולות וברקים און 'קול השופר' מיטן גאנצן שטורעם.

70ענטפערט מען אויף דערויף בפשטות ובאריכות אין דער תורה פון בעל הגאולה, אז מה להלן?

71איז דאך דער עיקר אימה יראה ברתת ובזיע איז דאך געווען דערפאר וואס ס'איז געווען ”וירד הוי' על הר סיני” דער אויבערשטער אליין, און אלע איבעריקע ענינים איז דאס געווען אין אן אופן של טפל, און די אימה ויראה וברתת ובזיע באמיתית איז דאס געווען דערפאר וואס ”וירד הוי' על הר סיני” זאגט ”תורת אמת”,

72אז בשעת א איד לערנט ”קורא ושונה בתורה” איז אט דעמאלט הקב"ה קורא ושונה, און ניט ער לערנט דאס דער אויבערשטער אין דער רקיע,

73ביז אין ”רקיע השביעי” איז ער גלייך ”תורת אמת” מדגיש, אז ער איז קורא ושונה כנגדו, ער שטייט אנטקעגן דעם אידן וואס זאגט א ווארט אין תורה און לערנט א ווארט אין תורה,

74און ער זאגט נאך דעם אידן, בשעת דער איד איז ”קורא ושונה בתורה” איז הקב"ה, דערנאך קורא ושונה כנגדו.

75און אז ער כאפט זיך, אז אזוי זאגט ”תורת אמת” איז פארשטאנדיק בפשטות, אז ”מה להלן איז אימה וביראה וברתת ובזיע איז אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע”,

76ו”מה להלן בשעת מתן תורה” איז דאך געווען ארץ ירא ושקטה", אז ס'האט אריינגעבראכט דעם שקט, וכאמור לעיל מתן תורה האט אריינגעבראכט אויך ”שלום בכל העולם כולו”.

77און דאס ווערט אויפגעטאן דורך אידן, ווען אידן האלטן זיך מיט עוז זו תורה.

78און דאס דריקט זיך אויס אויך בגלוי, אז אין יעדער זאך וואס איז פארבונדן מיט תורה און מיט אידישקייט שטייען זיי מיטן גאנצן שטאלץ און תוקף, ביז וואנענט אז עמי הארץ דערקענען דאס, און טרייסלען זיך דערפאר,

79און קומען צולויפן צו זייערע חכמים און פרעגן וואס טוט זיך דאס, פארוואס איז אויף זיי אנגעפאלן אימתה ופחד דערציילט מען זיי, און זיי נעמען דאס אן, און דאס ווירקט אויף זיי, אז הקב"ה ”נותן תורה לישראל”,

80און התורה כאמור לעיל וואס דער רמב"ם ברענגט אראפ אז ”התורה ניתנה לעשות שלום בעולם”, אין הלכה איז ניטא קיין פשט'לעך, דאס מיינט מען בפשטות אין דער גאנצער וועלט, און דאס איז דער נתינת התורה,

81און אין דעם אופן איז 'לימוד התורה' אט דעמאלט ווערט נכלל גלייך אין דער ערשטער רגע וואס צוויי אידן טרעפן זיך, עאכו' כמה וכמה עשרה מישראל, וואס ה”כל בי עשרה שכינתה שערי” ווערט גלייך דער טרעפן זיך דער אנהויבס פון דעם טרעפן זיך מיט שלום,

82און דער חותם מיט שלום, דערנאך ווערט דאס אזוי נמשך במשך פון דעם גאנצן טרעפן זיך, און פון דעם טרעפן זיך איז מען דאס דערנאך ממשיך ”במשך כל השנה כולה”, און מ'איז דאס ממשיך בחלקו בעולם,

83אז ס'ווערט אויך דער שלום בעולם נאך זייענדיק אין דעם חושך הגלות, און אין מצב פון גלות פון חושך כפול ומכופל, ווען ארץ ירא אז מלכיות מתגרו זו בזו, און אין אן אופן מבהיל וואס הולך ומוסיף איז אל תיחתו אפילו מאותת השמים,

84עאכו"כ דאס וואס ס'טוט זיך בארץ למטה, ווארום ישראל וקובה דורך אורייתא איז דאס חדהו און אט דעמאלט איז עוד והדר במקומו, און ער האט דעם הקב"ה כנגדו, ווארום ער האלט זיך בתורה און דורך אורייתא ווערט ער נתקשר מיט קובה,

85ביז וואנענט דאס ווערט כביכול אין מציאות 'כולא חד'.

86און אט דאס ברענגט אראפ דעם אמת'ן שלום, אין שלום אויך פון לשון שלימות, אז פון דעם ”פדה בשלום נפשי” בפשטות, ווי דאס איז געווען צום ערשטן מאל ווען דוד המלך האט דאס געזאגט לאחרי מלחמת אויף שלום איז דאס דערנאך נמשך געווארן בכל דור ודור, לויט דעם מצב פון דעם דור,

87ביז ווי בקשר מיוטת כסלו, ווי דער בעל הגאולה שרייבט דאך, אז כשאמרתי ”פדה בשלום נפשי” איז אט דעמאלט איז אנגעקומען די בשורה וועגן דער גאולה, און ווי דער מיטעלער רבי מנא מלא מקומו איז מסביר,

88אז דאס ווערט די הכנה וואס ”פדה בשלום” מקרב איז אויך דער אפטייטש אז ס'ווערט אזא מין שלום אז מ'ווערט אויסגעלייזט פון דער גאנצער מציאות אז מ'דארף גאר ניט אנקומען צו קרב ומלחמה,

89ווארום ס'איז בנוגע צו שלום פנימי וגאולה פנימית, ווערט בשני ”בכל לבבך בשני יצריך” זיינען ביידע 'עובד את הוי בשלימות'.

90און דאס איז אויך ממשיך, און אויך בעולם, אז ”והיו מלכים אומניך ושרותיהם” מניקותיך וואס דאס איז נאך אין זמן הגלות, ווי די גמרא דערציילט א ”מעשה רב” ווי דאס איז געווען ווען א איד איז געשטאנען לפני המלך, א מלך גדול בזמנו,

91האט זיך דער מלך געכאפט און געטאן א מעשה בגופו, צוגעגאנגען צו דעם אידן, און האט אים געזאגט ער זאל וויסן זיין, אז ער געהערט צו ממלכת כהנים,

92איז אפילו זיינע לבושים דארפן זיין ”לכבוד ולתיפרת” האט דער מלך בעצמו פאראכטן מתקן געווען די לבושים פון דעם אידן, אז זיי זאלן זיין ”לכבוד ולתיפרת” אויך לעיני כל העמים.

93עאכו' כמה אז דאס ווערט, בשעת מ'געפינט זיך אין עקבתא דמשיחא, ו ”כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה”, וואס תשובה איז דאך ווי די גמרא פסק'נט אפ אין קידושין,

94אז ברגע אחד איז ”הראור בלבו לעשות” תשובה ווערט ער גלייך א צדיק גמור, ווי די גירסא אין אור זרוע ברענגט דאס, ובקרוב ממש, וברגעא חדא, די ”פדה בשלום” מקראה,

95אז ס'ווערט אט דער שלום ווי דער מיטעלער רבי איז דאס מבאר בארוכה, ווי דער שלום וועט זיין ב ביאת משיח צדקנו, און וואס מעין זה איז שוין געווען בימי שלמה המלך, וואס דערפאר ווערט ער דאך אויך אנגערופן בשם שלמה ווארום שלום יהי' בימיו.

96און ס'ווערט דערנאך נמשך בביאת משיח צדקנו, וואס דער רמב אים איז דאך מדייק אז ער איז מזרע דוד און אויך מוסיף ושלמה,

97וואס ילכון הלחמת הוי' וינצח ”ויבנה בית המקדש במקומו ויקבץ נדחי ישראל"”, און דערנאך וועט גלייך זיין אהפוך אל כל העמים כולם, ”שפה ברורה לעבדו כולם שכם אחד”, ”והיתה להוי' המלוכה” במהרה בימינו ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים