English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

31 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך מפורסם און שוין אויך אפגעדרוקט און איבערגעדרוקט די ווארט וואס דאס איז א פתגם אויך א הוראה, צוזאמען מיט א נתינת-כח פון נשיא דורנו בקשר אים נרות חנוכה, אז מ'דארף זיך צוקוקן, און במילא אויך זיך צוהערן און ארויסנעמען דערפון וואס די ליכלאך דערציילן,

2וואס בכלל איז דאך דא דער סיפור ווי ער שטייט אין 'ועל הניסים', ס'איז דאך אבער זיכער וגם פשוט אז מ'מיינט דאס ניט ווי אפטייטשן פשוטם של טיבות אלו, ובפרט נאך אז 'ועל הניסים' איז דאך ניט פארבונדן דוקא מיט הדלקת הנרות,

3נאר דאס איז דאך פארבונדן גאר מיט דער תפילות פון ימי חנוכה, וואס תפילות ימי חנוכה הויבן זיך שוין אן אין תפילת מעריב, וואס אעפי וואס בבית הכנסת איז תפילת מעריב און דער ערשטער מעריב שוין אויך פארבונדן מיט הדלקת הנרות,

4אבער פאר יעדערן וואס פון אים מאנט מען זיך זיך צוהערן און צוקוקן זיך וואס די ליכטלאך דערציילן מיינט מען דאך ניט אט די ליכטלאך וואס ער זעט אין בית הכנסת,

5וואס דאס איז לכל הדיעות ניט באותו הפרטי, וואו ער צינדט אן זיין חנוכה ליכטלאך, מיט אלע הוראות שבדבר, און ווי ער מאכט זיין שהחיינו אלס א פרטי,

6וכמובן כמה פעמים, וכמובן גם בפשטות, וואס דערפאר ער רעכנט לייגט זיך בשכל, אז דאס מיינט מען די ליכטלאך וואס איז פארבונדן מיט דעם מנורה וואס יעדערער צינדט אלס א איש פרטי בביתו,

7ו”על פתח ביתו מבחוץ”, און דערפון דארף ער אויך צוקוקן זיך וואס דער ליכטלעך דערציילן און דערנאך זאל דאס אראפקומען והחי היתנה לבו לויט דעם כלל הידוע אז ”המעשה הוא העיקר”.

8במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'מאנט דאס יעדער טאג, מאנט מען דאך ניט אויב ס'איז נאר דא א מעגלעכקייט אז ס'זאל זיין חדשים ממש זאל מען אפלערנען א זאך וואס איז זיך ניט חדש ממש בשעת מ'האט א ברירה אז ס'זאל זיין אזא מין זאך וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג במיוחד,

9וואס דערפאר וואס אף על פי וואס די ערשטע ליכטות לייגט זיך אויך און דערציילט בלילה השני, ועל דרך ”זה בלילה השלישה”, וכל השמונה לילית, איז דאך לייגט זיך בשכל, אז צום אלעם ערשטן איז וואס מ'מאנט אז מ'זאל הערן דעם 'דבר חדש',

10במילא דארף מען זוכן על פי התורה והשולחן-ערוך וואס איז דער 'דבר חדש' וואס איז בכל יום, וואס מ'זעט דאס גלייך און דאס ווארפט זיך אין בהדגשה, און נאך מיט א ברכה לפניה לאחרי איז דאס פארבונדן מיט קריאת התורה, וואס אין די קריאת התורה איז דאך מחולק יעדער טאג פון אלע איבעריקע טעג,

11און קריאת התורה איז דאך אן ענין שבציבור, און תורה איז דאך מלשון הוראה, און דאס איז ווי ער איז דאך א חלק פון דעם ציבור, במילא נעמט ער די הוראה אויך אלס א פרט בתוך, אין א מעמד ומצב ווי ער איז צוזאמען מיטן גאנצן ציבור.

12וואס אזוי איז אויך בנוגע צו דער לילה שני', וואס דאס איז פארבונדן מיטן נר שני, און פארבונדן אויך מיט די קריאה פון יום השני איז דאס פארבונדן מיט די קריאה פון יום השני, וואס די קריאה פון יום השני איז דאך אנהויבנדיק,

13וואס דאס איז דאך נרות חנוכה איז דאך ”אף הן היו באותו הנס” און מ'איז זיך אויך משתדל זיין ”פרסומי ניסא” אויך פאר די קינדער, ובפרט נאך לויט דעם שטורעם און די הוראות וואס נשיא דורנו האט געגעבן בנוגע צו חנוכה געלט, אויף משתדל זיין זיך אז די קינדער זאלן דאס באקומען,

14און מיט א הסברה בדבר וכו כמדובר כמה פעמים, איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז לכל לראש מיינט מען ניט אזוי די רמזים וואס מ'נעמט ארויס פון דער קריאה, נאר לכל לראש דארף מען נעמען א ”דבר השוה לכל נפש” צו אנשים ונשים וטף, און דערנאך איז ווי על דרך פון פשוטו של מקרא,

15וואס דאס איז דאך ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”, און דערנאך איז דאך פארשטאנדיק אז יעדערער דארף ארויסנעמען די עמקו שבדבר לפון שיעורי דילי אנהויבנדיק אבער ומיוסד אויף פשוטו של מקרא, וואס ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”.

16וואס וואס איז דער זאך וואס ס'איז שוה ”לכל נפש אנשים” נשים בטף וואס מ'לערנט אפ פון די ליכטלאך וואס זיי זיינען פארבונדן מיטן צווייטן טאג, וואס דעמאלט ווערט אויסגעטיילט דער טאג אין קריאת התורה, אז מ'ווייס אז דאס איז א טאג וואס דעמאלט לויטן מען דעם ענין פון שבט ישכר,

17וואס שבט ישכר דערציילט דאך פשוטו ”של מקרא אין” דעם אפטייטש אז ישכר איז געווען פארבונדן מיט תורה, על דרך ווי יהודה לפני זה, האט ער געהאט זיין עבודה האט ישכר געהאט זיין עבודה אין וועלכע ער האט זיך אויסגעטיילט ”על כל שאר העבודות”, וואס אין דערויף זיינען אלע שבטים בשוה, האט ער דאך א הדגשה מיוחדה אויף ענין פון 'לימוד התורה',

18אזוי איז אויך דער לימוד הכי ראשון והכי עיקרי וואס מ'נעמט ארויס פון די ליכטלעך ווען מ'צינדט אן צוויי ליכטלעך, איז דאס דער ליכטלעך איז דאס דער ענין וואס מ'איז מדגיש דעם ענין פון 'לימוד התורה', וואס אין א פרט בזה איז דאך, און ניט א פרט נאר א כלל בדבר פון 'לימוד התורה' איז דאך,

19אז ”גדול לימוד שמביא לידי מעשים” וואס דאס איז דער ענין פון מעשה המצוות, אבער ווי מעשה המצוות שטייען אין תורה, אז ער לערנט אין אזא מין אופן, אז ער האט טאקע דעם 'פלפולי דאורייתא' מיטן גאנצע שקלא וטריא שבדבר, אבער לכל לראש דארף זיין ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא”,

20ועד כדי כך אז ס'זאל זיין לאסוקי שמעתתא האבן די מסקנא בנוגע צו דעם לימוד, בנוגע למעשה בפועל.

21וואס על דרך ווי דאס איז דא אין לימוד נגלה דתורה בהנוגע צו מעשה בפועל אין ענינים הנגלים, אזוי איז דאך דאס דא דער לימוד בנוגע למעשה בפועל און בנוגע צו 'פנימיות התורה', וואס בכללות איז דאס אויך פארבונדן מיט דעת אלקי אביך וואס דעמאלט קומט מען צו ועבדוה בלבב שלום וואס דאס איז דער מעשה פון דעת אלקי אביך.

22איז נוגע צו עבודת התפילה און שאר ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דעם ענין פון דעת אלקי אביך וואס 'אהבה ויראה' וכל הענינים הקשורים בזה.

23וואס דערפאר אויך איז די' לכקימא און בפרט נאך אז דאס איז ניט רמיזה, נאר דער די ועוצר וואס איז געזאגט געווארן ו”תן לחכם ויחכם עוד” וועט זיך זיכער יעדערער מוסיף זיין כהנה וכהנה.

24בפרט מ'וועט זיך אויך מסיים זיין כרגיל בכגן זה אויף מאכן יעדערן פאר א שליח בהנוגע צו צדקה, וכמדובר כמה פעמים די שייכות מיוחדה פון חנוכה און די שייכות מיוחדה פון גאולה בכל הזמנים, עאכו"כ די גאולה פון זמן זה, וואס דאס איז דאך דער עיקר הגאולה, די גאולה האמיתית ושלימה,

25וואס זי איז דאך פארבונדן מיט נתינת הצדקה, וועט מען אויך געבן כפליים לתושי', און דערנאך וועט יעדערע מוסיף זיין כפי נדבת לבו הטהור, און מ'וועט מוסיף זיין כמדובר אין מעשה בפועל, אז נאך ביום השני זאל דאס אוועקגיין אויף אן ענין של צדקה, און פארבונדן אדער מיט מבצע חנוכה אדער מיט חנוכה בכלל,

26אדער מיט כל ענינים פארבונדן מיט חנוכה, מיט אלע אפטייטשן אין דערויף, און טאן דאס מתוך שמחה וטוב לבב, כמודגש, אז דעת הרמב"ם איז דאך אויך א הלכה, אז חנוכה איז א ענין של שמחה,

27וכמדובר אשמאל, וכמדובר כמה פעמים, איז דאך א זיכערע זאך, אז בשעת איינער איז מוסיף לפני משורת הדין, לויט אנדערע פוסקים און איז מוסיף אויך דער ענין של שמחה איז תבוא עליו ברכה.

28ובפרט אז דער שמחה מאכט ער אין אן אופן וואס ער איז אויך משמח, וואס דאס באקומט ער דאך דעם כח אויף זה פון די שנה שעברה, וואס זי איז דאך געווען א שנה פון תסמח און אויך תסמח און אין דערויף גופא איז די ענינים אין אן אופן פון הקהל,

29אז סיי דער תסמח און סיי דער תסמח איז האנשים און הנשים און הטף און דערנאך ווי ס'קומט דער הקהל, כמדובר בארוכה כמה פעמים,

30און יהי רצון, אז ס'זאל זיין בשורות טובות, ביז די בשורה טובה העיקרית, אז הנה משיח בא און מ'האט משיח צדקנו בגלוי ”למטה מעשרה טפחים”, הנה זה בא ”מראה באצבעו ואומר זה” און יעדערער פון אונז גייט צוזאמען מיט משיח'ן אים ענני שמיא תיכף ומיד לארצנו הקדושה, און דארטן לירושלים עיר הקודש ולבית המקדש,

31וואס דארטן איז די 'יראה כהן בציון' ווי אזוי ער צינדט אן דעם נורא פון בית המקדש, וליקון אורות וחצניות קדשכת, איז דאך אויך חנוכה געלט, וכמדובר בארוכה ועוד והוא העיקר אז ס'זאל זיין ”בפועל ממש, למטה מעשרה טפחים”, וכפשוטם של דברים, תיכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים