transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1האט זיך גערעדט אין מאמר בנוגע צו תורת החסידות, וואס דאס איז ווי דאס איז אין אותיות פון קבלה, אז ווי ס'רעדט זיך אין דעם מאמר אז דאס איז פנימיות הכתר, און דארטן גופא איז פנימיות עתיק, און נאך העכער די אור אין סוף וואס איז פנימיות עתיק אין רד להאו, ווי ער איז מבאר אין לקוטי תורה אין די דרושים פון אחרון, אין שבת שבתו סוף פרשה אחרון,
¶2וואס דאס איז דאך אין אותיות פון קבלה, וואס דער תכלית איז דאך, אז דערנאך זאל דאס אראפקומען, מ'זאל דאס אפטייטשן אין דרוש און אין רמז, ביז דאס קומט אראפ אין פשט, און ביז דאס ווירקט זיך אויס אין הלכה למעשה, ”למטה מעשרה טפחים, אין” 'מחשבה ודיבור' ומעשה האדם.
¶3וואס אויף דערויף איז דאך דא כמה סיפורים בהנוגע צו תורת החסידות און וואס חסידות האט אויפגעטאן, וואס לכאורה זיינען זיי ניט מתאים איינע צו דעם צווייטן, וואס צווישן די סיפורים און די ענטפערס איז אויך דא אזוינע וואס זיי שטאמען נאך פון דעם אלטן רבי'ן, און אזוי אויך פון די נשיאים לאחריו.
¶4וואס אף על פי וואס ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” קען דאך זיין כמה ענינים, אבער ווי דער אלטער רבי אליין איז מפרש דעם ענין פון ”אלו ואלו דברי אלקים חיים”.
¶5אז דערנאך איז דאך דא ווי די גמרא זאגט ”והלכה כמותו שנאמר והוי' יתו” אז פונקט אזוי ווי אין שמות, איז אף על פי וואס אלע שבעה שמות זיינען דאך ”שמות קדושים שאינם נמחקים”, אבער אין זיי גופא איז דא דרגות, וואס דערפאר איז דער 'שם הוי' איז ער למעלה פון שם אלקים,
¶6וואס דערפאר איז דאך אויך דא כמה דינים אנטקעגן מברך השם, און אזוי אויך אין צד הטוב בנוגע צו די ענינים פון תפילות וברכות, ובפרט במקדש, וואס אט דעמאלט דארף זיין דוקא 'שם הוי' און ניט אין שם אלקים,
¶7וואס דערפאר איז דאך דוקא דער שם ווערט אנגערופן בשם המיוחד און ”שם המפורש” און שם העצם כמבואר הטעם בכמה מקומות, אז ווי אזוי אין דעם טיילט זיך אויס דוקא דער הוי' אפילו אין ז' שמות קדושים עצמם,
¶8און אפילו פון שם אלקים וואס ער איז דאך איינער פון די ערשטע און אפילו פון אלקים חיים וכמבואר בארוכה אין ספרי קבלה און בביאור אין ספרי חסידות, ביז וואנענט אפילו אין חקירה, ווי דער רמב"ם איז מאריך אין ”מורה נבוכים” אין די מעלה פון 'שם הוי'' פארוואס דוקא ער ווערט אנגערופן מיט די שם העצם והמיוחד וכו' וכו.'
¶9וואס דערפאר איז אויך, אף על פי וואס ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” איז דאך אויך א דרגא ומעלה נעלית אין אופן 'לימוד התורה', ווי די גמרא אין עירובין ברענגט דאך דאס אראפ אויף ”בית שמאי ובית הלל”,
¶10אבער אעפ' כן איז דא א העכערע דרגא אין דערויף גופא וואס אט דאס איז וואס די גמרא זאגט אז הלכה כמותו וואס ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” שטייט דאך אויף בשמאי אויך וואס אין הלכה כמותם, משא' כן אז ס'נעמט זיך פון והוי איז אט דאס קומט אראפ אין 'לימוד התורה', אז אזוי ווערט אפגע'פסק'נט דער דין, הלכה כמותו
¶11וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק דער פירוש הפשוט פון דעם מאמר אין סנהדרין לכאורה וואס הויבט דאס פאר א קשר, אז פארוואס איז הלכה כמותו?
¶12דערפאר וואס ”הוי' עמו הלכה כמותו”?
¶13דארף זיין דערפאר וואס ער האט בעסער פארשטאנען אין ”הבנה והשגה, לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא” נאר וואס דען?
¶14אין דערויף גופא קען זיין דער העכסטער אופן אין 'הבנה והשגה', און אף על פי כן זאל זיין צוויי דעות, על דרך ווי די מחלוקת פון ”בית שמאי ובית הלל”.
¶15און אט דאס דער אונטערשייד וואס ברענגט אראפ די הלכה כמותו איז דאס ניט מצד 'הבנה והשגה', כאטש אפילו ס'מוז זיין די 'הבנה והשגה', אבער כדי צו מכוין זיין ל”אסוקי שמעתא אליבא דהלכתא” דארף מען האבן אדעתו צילותא און אויך את הייתא דשמיא,
¶16כמבואר אין נגלה, ועאכו"כ, ובביאור יותר אין ספרו הנסתר, אין קבלה און אין חסידות.
¶17וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס בהנוגע צו דעם ענין וואס חסידות איז, איז דא כמה ביאורים ופירושים,
¶18וואס ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” דערפאר וואס זיי זיינען געקומען פון א בר סמכא, וחלק מהם פון נשיאי תורת החסידות, אבער אין דעם אלעם גופא איז דא די נקודה התיכונה על דרך והלכה כמותו, וואס זי נעמט-דורך די אלע אנדערע פירושים, וואס זיי זיינען מערניט ווי א טייל פון זיי.
¶19דער פירוש הכי רגיל, ביז וואנענט אז ער איז אנגעקומען אין לעומת זה איז אט דאס וואס ווערט געבראכט אין נאמען פון דער פינחס קריצער, אז אזוי ווי די וועלט איז געווען פארחלש"ט, דאס הייסט וואס הייסט די וועלט?
¶20מיינט מען דאס דער ”גוי אחד בארץ” וואס אן זיי הענגט אפ דער כל העולם כולו ”בשביל ישראל שנקראו ראשית”.
¶21ו”את העולם נתן בלבם” איז בשעת בא אידן איז געווען פארחלש"ט חס ושלום איז דאס בדרך ממילא אזוי אראפגעקומען אז די וועלט איז געווארן פארחלש.
¶22במילא האט מען געדארפט אויפוועקן פון דער הסלפות, האט מען מגלה געווען אן ענין אין תורה וואס דאס האט דערנומען אפילו אט די אב וואס זיי זיינען געווען ניט נאר ישנה בגלותא נאר אין אן אופן השינה וואס ס'איז געווארן א התעלפות.
¶23וואס דערפון איז אויך אראפ דער ביאור כפשוטו, אז אזוי ווי נאך די גזירת תך ותד, וואס דעמאלט איז דאך געווען א חורבן גדול ואיום, און במילא איז חרוב געווארן כמה ישיבות און מקום 'לימוד התורה',
¶24און ס'איז געווען רבה הצרות והמיצוקות וכו האט מען געזען, אז אויב מ'וועט מאנען אז ווי אזוי קען מען צוקומען צו שמחה ובטחון בה דוקא דורך התמדה ושקידה 'בלימוד התורה' בהפלגה,
¶25און הידור ”הכי גדול בקיום” המצוות בדיוק הכי גדול וועט דאס זיין א דרך ”שאין רוב הציבור יכולים לעמוד” בו, מפני רוב התלטולים והחורבנות והשמדות, רחמנא ליצלן.
¶26איז געקומען דער בעל שם טוב און האט באלויפטן די וועג פאר יעדער אידן, אז דורך עבודת התפילה קען מען דערגרייכן ביז השמימה, וואס דאס איז נאך העכער פון שמים, אן א ה' לפני זה און א ה' לאחר זה, און ווער קען אהינצו דערגרייכן?
¶27אפילו אזא וואס מוצב ארצה וואס דאס איז נידעריקער פון ארץ סתם.
¶28און דורך דערויף האט ער אריינגעגעבן א רוח חיים אין די לבבות הנשברים והנתקאים וואס זיינען געווען נאך דערויף אז מ'האט אנגעהויבן קומען צו זיך, און מ'האט ניט געקענט נאך האבן די דעתי צילותא אויף זעצן זיך לערנען בהתמדה ושקידה רוב היום ורוב הלילה, אז ס'זאל זיין דער טוב מאב בכוונה,
¶29און דאס זאל זיין אין אן אופן פון שמחה וטוב לבב, בבטחון חזק, אז אט די מנחת עני, וואס זי איז מצד עיני וצוק העיתים זאל זי זיין קודמת למנחת עשיר, לקרבנות של עשיר, על דרך ווי דער מדרש דערציילט, א סיפור ווי ס'איז נאך געווען בזמן הבית.
¶30עאכו"כ 'בזמן הגלות', און אין דעם קושי הגלות ווי ס'איז דעמאלט געווען בדור ההוא.
¶31און ווי מ'האט דאס דערנאך געזען בפועל, אז דער דרך הבעל שם טוב האט אויפגעלעבט אין פועל די אידן שבדור ההוא און אין די מדינות וואס זיי זיינען געטראפן געווארן, במיוחד פון די גזירות,
¶32אויפגעלעבט זיי ניט נאר בגשמיות, אז זיי זאלן קענען אנהאלטן בדרכם בחיים, נאר אויך ברוחניות, אז זיי זאלן קענען שטייגן אין דרך התורה והמצוה, וואס דערפאר האבן זיי זיך ארויסגעגעבן פון זיך במשך זמן קצר גאונים גדולים אין 'לימוד התורה' הנגלית והנסתר, און אויך מהדרין אין 'קיום המצוות'.
¶33דערנאך איז דאך דא דער ביאור הידוע, וואס איז אויך געבראכט געווארן אין דעם מאמר, אז ענין החסידות איז אויף לשנות טבע מדותיו, וואס דאס האט דאך דער רבי דער נשיא איבערגעזאגט, אז דאס איז געווען דער ענטפער פון בעל הגאולה צו דעם צמח צדק אויף זיין שאלה וואס איז חסידות?
¶34און די צוויי נוסחיות בזה, לשנות טבע מדותיו אדער לשנות מדותיו הטבעיים, ווי דער רבי דער נשיא איז מבאר דער ביאור החילוק פון די שני פירושים.
¶35דערנאך איז דאך דא דער סיפור הידוע, וואס מ'האט געפרעגט ביים אלטן רבי'ן וואס איז א חסיד?
¶36האט ער געזאגט, דער וואס טוט לפני משורת הדין, ווי ס'איז אויך געבראכט בקיצור אין דעם מאמר, האט אים געזאגט, אז וואו איז די ראי' איז נגלה עבדים?
¶37האט ער געזאגט, אז דאס איז א גמרא מפורשת, און בשעת יענער האט זיך ניט געכאפט, האט ער געזאגט, אז דאס איז וואס די גמרא זאגט, אז בנוגע צו ציפרניים, וואס אזוי ”על פי שורת הדין” איז דארף ער ניט זען פארהיטן א צווייטן פון היזק.
¶38במה דברים אמורים? אז דאס ברענגט אים ניט קיין היזק, משא"כ אויף ניט רעכענען זיך מיט אן אייגענעם היזק, אבי פארהיטן א צווייטן-אט דאס איז לפני משורת הדין.
¶39און אט דאס איז זאגט מען, אז ס'איז דא אזא וואס קוברן איז מער פארהיט ער יענעם פון היזק און ער זיכער רירט דאס ניט אן.
¶40ס'בלייבט אבער א חשש רחוק, אז ס'קען זיין, אז במשך הזמן וועט אימיצער אראפנעמען דאס וואס ס'דעקט-צו די ציפרניי, איז דאס א חשש רחוק ביותר, אבער אף על פי איז עזהו חסיד אט דער וואס סורפן וואס בשעת מ'פארברענט א חלק פון דעם גוף, אפילו אזא מין ווי ציפרניים גיט דאס אן ארט, רחמנא ליצלן,
¶41אז מ'זאל אים קענען דערנאך טאן ניט קיין גוטן ענין, אן ענין בלתי רצוי.
¶42און אף על פי כן, איז אויב ער איז שור פאן אט דאס איז א ראי' אז ער פירט זיך אין א הנהגה חסידית לפני משורת הדין.
¶43ועד דרך זה איז דא נאך כמה וכמה פירושים, און איינע פון די פירושים איז גאר, אז חסידות איז א פירוש אויף קבלה, אז אזוי ווי די ענינים ווי זיי זיינען נתבאר אין קבלה בלייבן זיי דאך אין אן אופן וואס ס'איז זיי שווער געבן צו פארשטיין אין 'שכל אנושי',
¶44ביז צו שכל פון ”נפש הבהמית, בשעת” מ'נעמט דאס אבער מבשרי אחזה אלוקה און מ'גייט דאס צו פארשטיין פון 'כחות הנפש' ותכונת הנפש והנהגת האדום בכללותו פארשטייט מען דורך דעם אט די ענינים ווי זיי שטייען אין קבלה, אין אותיות פון ספירות און שמות ורמזים וכו.'
¶45על פי כל האמור ווערט אבער ניט פארשטאנדיק פארוואס מ'זאגט, אז אין ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז אן ענין וואס דאס וועט אראפברענגען דער ענין פון 'קאתי מר דא מלכא משיחא' וואס דאס איז דאך ניט קיין ענין פרטי.
¶46דער ענין פון ביאת מלך המשיח, איז דאס ניט נאר אן ענין וואס ס'וועט זיין א גאולת ישראל מן הגלות, ווי גרויס דאס איז, ס'איז ניט נאר אן ענין וואס דעמאלט וועט זיין תורה חדשה, תורתו של משיח ווי ער זאגט אין מדרש קהלת וואס תורת 'עולם הזה' איז קהלה לגבי תורתו של משיח, א נייער אופן אין 'לימוד התורה'.
¶47ס'איז ניט נאר אט דאס ווי דער רמב'ן שרייבט אין סוף הלכות תשובה, אין סוף הלכות מלכים, אז ”לא נתאוו הנביאים” וחכמים למאות המשיח צו ריבושר וגדולה נאר כדי ס'זאל זיין מנוחה מ'זאל קענען לערנען תורה מתוך מנוחה.
¶48נאר דאס איז דאך א נייער סדר אין 'עולם הזה', במילא אויך א נייער סדר אין די אלע עולמות וואס זיי זיינען געבויט געווארן און האלטן זיך אויפן 'עולם הזה'.
¶49וכידוע, אז בשעת מ'וויל, ווי ער זאגט ווי דאס איז על-פי נגלה, און ווי דאס איז אויך מבואר בארוכה אין חסידות און אין קבלה איז דורך ווי מ'פסק'נט אפ אין 'עולם הזה' התחתון איז אט דעמאלט ”נצחוני בני נצחוני” אזוי ווערט אויפגעטאן למעלה.
¶50ביז וואנענט אז מ'פרעגט בא דעם אויבערשטן ווען איז די ראש חודש און ווען איז די ימים טובים וכו זאגט ער אז בואו אני ואתם און מ'וועט פרעגן בא דעם בית-דין דא למטה ווי אין 'עולם הזה' שטעלט זיך אויס ראש חודש און שאל און מועדים וואס זיי זיינען תלוי אין קביעות החדשים, און על דרך זה ווערט אפגע'פסק'נט למעלה.
¶51וואס למעלה איז דאך אויך אן אונטערשייד אין עולמות העליונים ווי דאס איז בימות החול צי בימות השבת צי בימות הימים טובים וכו' וכו כמבואר בארוכה און אויך מוכרח על פי נגלה.
¶52און בכללות, ווי ער זאגט דעם לשון אין מדרש, אויף ”מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל”, אז דער אויבערשטער, מה שהוא ”מצוה לאחרים לעשות” איז דאס דבריו ומשפטיו, אזוי פירט זיך דער אויבערשטער?
¶53איז אט דעמאלט, ווען ס'ווערט פסח למטה אט אזוי ווערט פסח למעלה, אין דער קביעות בית דין דלמטה פסק'נט ער.
¶54וויבאלד אז 'קאתי מר דא מלכא משיחא' איז אט דעמאלט ווערט אן אנדער וועלט אינגאנצן, וואס אף על פי וואס ס'איז דאך דא די דיעה אז ”אין בין עולם הזה למאות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד” איז דאך דא אין דערויף די צוויי זמנים, ימות המשיח און דער זמן שלאחרי זה,
¶55על אחת כמה וכמה ווי ער איז מפרש אין זהר, אז דאס וואס מ'זאגט אז ”אין בין עולם הזה למאות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד” איז דאס מערניט געזאגט געווארן לימי הארץ, משא' כן לתלמידי-חכמים איז די גאנצע וועלט אנדערש,
¶56ועל אחת כמה וכמה ווי דאס איז אין די שפעטערדיקע תקופה פון ימות המשיח עצמם.
¶57וואס דערפון איז דאך א הכרח, וויבאלד אז 'קאתי מר דא מלכא משיחא' ווערט ניט נאר א שינוי אין פרטים, נאר ס'ווערט אינגאנצן א שינוי אנהויבנדיק פון אלקות, ווי די גמרא זאגט אין פסקים,
¶58אז איצטער איז ”לא כמו שאני נכתב אני נקרא” אבער לעתיד לבוא איז ”הוי' אחד ושמו אחד” אז ווי ער איז נכתב אזוי איז ער נקרא דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז ווי ס'ווערט דער אויבערשטער האט געשריבן אין תורה, אזוי הערט דאס אן די וועלט, ניט נאר אין בית המקדש, וואס כורן השם ככתבו, נאר אויך בכל תפוצות תבל,
¶59אפילו אין מרחקי תבל, איז דאך דאס א הוראה אין נגלה דתורה, אז די וועלט ווערט אזא מין וועלט, אז זי הערט אן ניט אלקים בגימטריא הטבע, נאר זי הערט אן דעם הי' הוה ”ויהי' כאחד דא” למטריא אין 'זמן ומקום'.
¶60וואס דאס איז דאך א שינוי כללי, ניט א שינוי אין א פרט.
¶61וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט יפוצו מעינותיך איז דאס גופא א הוכחה, אז דאס איז ניט א ענין חידוש פרטי, נאר דער גאנצער ענין ווערט אנדערש.
¶62ס'איז דאך ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” וועט מען דאס פארשטיין ווי אזוי דאס איז אין 'לימוד התורה'.
¶63וואס אין 'לימוד התורה' איז דאך דא דער פשט און רמז און דרוש און סוד, וואס יעדערער פון זיי איז דאך א דרך מיוחד אין 'לימוד התורה', און יעדערער פון זיי האט דאך זיינע כלליים, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז בהנוגע לפשט, וואס דאס איז פארבונדן מיט הלכה,
¶64קען מען אהינצו ניט מישן דעם ענין פון סוד, ווי דער צמח צדק ברענגט אראפ אויך, אז מ'קען ניט פסק'ענען קיין הלכה על פי קבלה, נאר
¶65דאס דארף אפגע'פסק'נט ווערן, דוקא על ידי בית-דין דלמטה ווי דאס איז על פי שקלא וטריא בנגלה דתורה, זעט מען דאך דערפון אז חלק הסוד און חלק הפשט זיינען טאקע ביידע אין תורה, אבער זיי האבן, נוסף אויף די ענינים המיחדים, האט יעדערער פון זיי אויך זיינע גדרים.
¶66און אט דא קומט תורת החסידות, און מאכט אנדערש, העכער און טיפער, די גאנצן צוגאנג, סיי אין פשט און סיי אין רמז און סיי אין דרוש און סיי אין סוד.
¶67וואס דערמיט ווערט בדרך ממילא מושלל אט די סברא, אז חסידות איז מערניט ווי א ביאור אויף קבלה, וואס ערשטן'ס קען דאך דאס ניט זיין, מ'הויבט זיך אן לערנען חסידות איידער מ'לערנט קבלה,
¶68ס'איז דאך ניט שייך זאגן, אז מ'זאל לערנען דעם ביאור איידער מ'לערנט דעם ענין וועלכן מ'דארף מבאר און דערנאך איז דאך דא כמה ענינים בחסידות וואס לכאורה זיינען זיי גאר ניט פארבונדן מיט קבלה, דאס זיינען פארבונדן מיט נגלה אדער מיט דרוש אדער מיט רמז שבתורה.
¶69ס'איז דאך אויף יעדער ענין איז לייכטער צו פארשטיין פון א דוגמא, וועט מען דאס פארשטיין פון אן ענין אין תורה ווי ער שטעלט זיך אויס בפשט און רמז און דרוש און סוד, און ווי אזוי דערנאך?
¶70על פי תורת החסידות ווערט דער לימוד דעם ענין אין תורה אין די אלע פיר דרכים, אין אן אנדער אופן וואס ער איז מער טיפער און ער איז מער פארבונדן מיט נפש האדם, במילא איז ער מער פארבונדן מיט 'עבודת האדם'.
¶71וואס דערפאר איז קיין סתירה ניט אט דאס וואס מ'זאגט אז חסידות איז לשנות טבע מדותיו דאס איז אן ענטפער וואס איז די פעולה פון חסידות, בנוגע אין ”עבודת האדם לקונו” ס'איז אויך קיין סתירה ניט דערצו וואס מ'זאגט, אז חסידות האט אויפגעמונטערט דעמאלט אידן, אז זיי זאלן מען קענען האלטן מעמד בעולם 'הזה הגשמי',
¶72אף על פי וואס הקליפות הרשעים גוברים בו וואס דעמאלט האט מען דאס געזען בגלוי, און אף על פי כן האט מען ניט פארלארן דעם בטחון, און מ'האט אנגעהאלטן און מ'האט צוריק אויפגעבויט די ישיבות און די עניני קדושה, ביז די ענינים כפשוטם לפרנסה,
¶73און ביז אין בני חיי ומזוני, דערפאר וואס דאס איז ווי חסידות פועל"ט אויף בהנוגע צום קישור פון דער נשמה מיטן גוף, און פון די ביידן מיטן עולם, אזוי הגשמי ווי ער איז הגשמי שהרשעים גוברים בו, ווי ער זאגט אין עץ חיים און ברענגט דאס אראפ אין תניא.
¶74וואס דאס איז אלץ פרטים אין חסידות וואס זיי נעמען זיך מצד כללות ועיקר ענין החסידות, וואס דאס איז א נייע נשמה אין די אלע ענינים פון תורה, במילא איז דאס איז א נשמה פון אלע ענינים פון וועלט.
¶75וואס דערמיט איז פארשטאנדיק פארוואס מ'זאגט, אז ”יפוצו מעינותיך חוצה” ברענגט אראפ דער 'קאתי מר דא מלכא משיחא' וואס אויף אים סטייט דאך אין קבלה אז ס'איז דאך דא ווי ער זאגט אין מדרש ”חמשה שמות נקראו לה” די נשמת האדם,
¶76נפש רוח נשמה חיי יחידה, איז ביז איצטער נתגלה געווארן אמהעכסטנס ווי ס'איז געווען באדם הראשון דער ענין פון חיי משא"כ לעתיד לבוא, בביאת משיח, וועט זיין דער גילוי פון יחידו.
¶77ווי מ'זעט דאס אין די דרגות פון יחידה ווי דאס איז בפשטות, ווי מ'טייטשט דאס אפ, איז יחידה איז דאס א זאך די נקודת החיות שבאדם.
¶78וואס אין דערויף איז ניט שייך זאגן, אז זי ווערט פאנאנדערגעטיילט אין אברים, וואס דעמאלט וואלט מען דאס ניט געקענט אנרופן בשם יחידה ס'איז אפילו ניט שייך דאס אנצורופן בשם אחד וואס אחד איז דאך סובל אן ענין של איחוד פון כמה נפרדים, וואס דאס איז ווי מצד ”התפשטות הנפש בגוף” ווי דאס איז מחי' דעם גוף,
¶79איז זי דאך אן אחד נאר זי איז מייחד אין 'רמ"ח אברים' 'ושס"ה גידים', דער חיות ווי ער איז אין יעדער אבר, דערנאך איז אבער דא די נקודת החיות וואס זי איז ניט בגדר התחלקות, וואס דערפאר ווערט זי אנגערופן ניט בשם אחד נאר בשם יחיד.
¶80וואס אויף אחד דארף ניט שולל זיין אחד ואין 'שני לו', ווארום אדרבא אז מ'זאגט יום אחד קען דערנאך זיין יום ”שני, משא' כן” אז מ'זאגט יחיד איז יחיד בעולמות איז ניטא וואס צו שולל זיין ס'איז א מציאות אין א יחיד.
¶81וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אז מ'זאגט אז משיח איז דאס איז יחידה פון נשמת העולם ונשמת ישראל ונשמת כל סדר ההשתלשלות, איז דאס ניט א צוגעקומענע זאך, נאר דאס איז על דרך ווי נקודת החיות זאל נתגלה ווערן בכל חלקי הגוף בגלוי.
¶82וואס אט דעמאלט וועט דאך דער גוף זיין חי אין אן אופן אחר לגמרי שאין א כליון שולט בו על דרך ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, אז ס'וועט זיין חיים נצחיים, ווארום אין נקודת החיות איז ניט שייך קיין שינויים, וואס שינויים קענען סוף-כל-סוף ברענגען צו היפך פון ”חיים, משא' כן” אין אן ענין וואס ס'איז דער מעלה ווי שינויים.
¶83וואס אזוי אויף אנצונעמען א דוגמא אין תורה, ווי אזוי על-פי תורה ווערט געלערנט אין פשט, אין רמיד דרוש און סוד, איז דא די התחלת היום פון א אידן הויבט זיך אן מיט ”אמירת מודה אני לפניך” וואס דאס איז דאך ”מיד כשיעור משנתו” און ס'ווערט דער ”מחזיר נשמות לפגרים מתים” דער יחוד הנפש והגוף,
¶84איז די ערשטע זאך וואס ס'טוט זיך דארטן ווערט דער ענין וואס תורה הויבט זיך אן מתעסק זיין איז מיד כשיום משנתו יאמר ”מודה אני לפניך מלך חי וקיים ושחזרת בנשמתו בחמלה רבה אמונתך” און אט דא איז דא אט דער ענין ווי ער ווערט געלערנט אין די אלע פיר דרכים פון ”פשט רמז דרוש סוד”,
¶85און דערנאך איז דא ווי לאחר גילוי תורת החסידות ווערט אנדערש געלערנט דער ענין סיי על פי פשט און סיי על פי רמז און סיי על פי שון און סיי על פי דרוש און סיי על פי סוד, ניט א פשט חדש, נאר אין דעם פשט גופא מיט אן אנדער חיות.
¶86וואס בדוגמת זה געפינט מען אין נגלה אויך אט דעם דין וואס מ'זאגט, אז בשעת ס'קומט די קדושת יום הכיפורים איז ניט דער פשט און די הלכה אז ס'קומט-צו א נייער קרבן,
¶87צי נייע קרבנות מיט נייע עבודות, נאר אין די עבודות וואס זיי זיינען תדירים ותמידים בכל יום איז דער קדושת יום הכיפורים העלפט אויף דעם ענין פון קרבנות יום מוספי יום הכיפורים, און ס'העלפט אויך אויפן תמיד של יום הכיפורים.
¶88ועל דרך זה בקדושת יום-טוב ושבת וכו' וכו.'
¶89וואס בדוגמת זה אויך בשעת ס'קומט אראפ דער שבת שבתים פון תורה, דער ”אחת בשנה” אין תורה, איז דעמאלט ווערט אנדערש ניט נאר דער ענין וואס זיינען מערניט ווי דא אין ”אחת בשנה”, נאר אויך אט די ענינים וואס זיינען דא בכל יום ויום, איז מצד דער קדושה דער אויפטו פון ”אחת בשנה” ווערן יענע ענינים אויך אינגאנצן אנדערש.
¶90וואס על פי זה איז אויך מובן אט די הפלאה וואס מ'איז מפליא אין דעם ענין פון דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן בהנוגע צו שאר הגאולות, וכידוע וואס רבותינו נשיאינו האבן געזאגט אין דעם, ביז וואנענט דער ענין אז דאס איז ראש השנה לתורת החסידות ולדרכי החסידות,
¶91מיט די אלע ”פרטי הביאורים שבזה”, וואס על דרך ווי ראש השנה איז דאך ניט אן ענין פרטי, נאר דאס איז דאך אין זיך ”כולל כל עניני” השעה הבאה, נאר וואס דען?
¶92דאס איז כולל אין זיך ווי זיי שטייען אין ראש, ניט ווי זיי שטייען אין התחלקות בכל יום ויום, און ניט ווי זיי זיינען געשטאנען בשנה שעברה, נאר אין אן אופן פון אור עליון יותר וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא אור.
¶93”וכמו שיתבאר” לקמן בארוכה.
¶94וואס דער ענין פון ”מוד אני לפניך” האט נאך אן אויפטו אין זיך, אז דאס איז דאך ניט נאר בשעת מ'כאפט זיך אויף כשיעור משנתו, די ערשטע רגע פון טאג, נאר ס'איז דאך דא במשך היום ווערן דאך נתחדש ענינים וואס פריער איז ער געווען בא זיי אין אן אופן פון שלאפן, ער האט פון זיי ניט געוואוסט זיי זיינען געשטאנען בהעלם, וואס וואס איז דער חילוק פון שלאפן ווי איז אור-וואכעדיק?
¶95אז בשעת ער ווי שלאפן איז ער א בר-דעס, און ער ווייס על פי שכל, שוקל און מודד זיין די ענינים שעליו וואס ער דארף זיי אננעמען און דאס וואס ער דארף שולל זיין.
¶96וואס אזוי איז דאס דא אין כללות האדם, ווען ער כאפסט זיך אויף פון שלאף בפועל בתחילת היום, און אזוי איז דא במשך כל היום כולו, אויב ער איז נאר ווי א איד דארף זיין,
¶97דאס הייסט א הולך מדרגא לדרגא ”ילכו מחיל אל חיל” אין אן אופן שאין להם מנוחה, איז דאך במשך היום האט ער נתחדשו כמה ענינים,
¶98וואס מיט א רגע פריער איז דאס ביי אים געווען אין אן אופן של שינה 'והעלם והסתר', איז דאך דעמאלט אויך דא אויף דערויף דער ענין פון ”מודה אני לפניך” שהחזכת בין נשמתי ווארום ”קודם שיצא לאויר העולם” האט ער דאך דאס געהאט,
¶99ס'איז דאך ”מלמדים עושה כל התורה כולה” נאר דערנאך האט ער דאס פארגעסן, ס'שטייט ביי אים ווי 'העלם והסתר', און איצטער האט ער זיך צוריק דערצו דערגראבן על ידי ההתבוננות והעבודה שלו, בשקלא וטריא, אין דעם אופן העבודה ”של כל אחד ואחד”, בלימוד צי בתפילה צי בסייעתא דשמיא.
¶100וואס דערפאר איז בשעת מ'וועט זען דעם אויפטו אין דעם ענין פון מודה אני וועט דאס געבן א 'הבנה והשגה' ווי ס'ווערט איבערגעשטעלט, ניט נאר דער רגע הראשון כשיהר משנתו, נאר אויך ”כל רגע ורגע” וואס ער איז עובד עבודתו, והולך מחיל אל חיל 'בלימוד התורה' ”ובקיום המצוות, ובכל דרכיך דעהו”.
¶101לחיים לחיים.