English
ספרייה
kind
paragraph
order
b
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מאנסביל יעדער אידישע פרוי און מיידלע וואס מאכן א חתונה ווערט דאס א חתונה, א בנין עד יד, על יסודי התורה ומצוותי און נאך מערער ווי זיי ווערן באלויכטן אין אן אור נגלה ונראה, דורך טוב נגלה ונראה, פארבונדן מיט אלע ברכות הטובה הנראה והנגלה, אז ס'זאל זיין, ווי דערמאנט פריער, די הכנות צו די חתונה אליין, און דער המשך פון די שבעת ימי המשתה, און די אריכות ימים ושנים טובות לאחרי זה, ברוב הצלחה וברוב שמחה, און מיט אלע ברכות, ווי דערמאנט און אויסגערעכנט אין די שבע ברכות, און וואס מ'מאכט דאך זיי מיט א שם און מיט שבע ברכות, כמדובר. ובפרט נאך לויט דעם מנהג ישראל, אז חתן וכלה ביום חתונתם זיינען מוסיף בשיעור נוסף אויף די צדקה וואס זיי גיבן על דרך הרגיל לכבוד ובקשר פון דעם יום החתונה ביתר שאת וביתר עוז וקודם החופה, על דרך זה איז מען זיך אויך נוהג, ותבוא עליהם ברכה, אז זיי טוען אזוי אויך די עלטערן זייערע, דער פאטער און די מוטער און די זיידעס און די באבעס און די קרובים בכלל, און דאס אלץ איז נאכמער מוסיף אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות בכלל, און אין דער ברכה המסויימה ומיוחדה, אז די חתונה זאל זיין, כאמור, א בנין עד די עד, על יסודי התורה ומצוותי,' און אזוי אויך דער המשך בזה, די שבעת ימי המשתה, און אין דער המשך דערנאך די אריכות ימים בשנים טובות, כולל אז במהרה ממש, בימיהם ובימינו, ובתוקף ומיד ממש, זאל מקויים ווערן בפועל דער ישמע בריא יהודו בחוצות ירושלים, קול חתן וקול כלה, מיט די אלע כולל ענינים ווי ער רעכנט אויס אין די ברכות,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים