עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

67 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'האט גערעדט פריער וועגן אן עיקר גדול בתורה דעם ענין פון ”לאפשה לה” נוסף אויף 'כללות ענין' פון יהדות, דארף דאך זיין בא יעדער אידן דער ”ילכו מחיל אל חיל” זיין א הולך, ניט קיין עומד, אפילו ווען ער געפינט זיך אין א מקום קדוש,

2דארף דאס אויך זיין ניט אין אן אופן פון עמידה העומדים האלו אע' פי וואס דאס איז די דרגא פון מלאכים, נאר ס'דארף זיין דוקא ”מהלכים בין העומדים” וואס די התחלה לכל ענין ודבר און די הוראה בזה איז אסתכל באורייתא, וואס דאס איז אויך דער ענין באורייתא פון ”לאפשו לה”.

3בשעת ס'קומט דער ימים מיוחדים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט א חלק מיוחד בתורה, בדוגמא ווי פרשת השבת ומועדים ראש חודש וכיוצא בזה,

4על דרך זה אויך בשעת ס'קומט צו א יום הגאולה פון אים וואס עניניו וחייו איז געווען, כידוע דער ווארט פון דעם צמח צדק בהנוגע צו זיין שווער, צו דעם מיטעלן רבי'ן, אז מ'וואלט אים געשניטן א פינגער און ער וואלט זיך געגאסן חסידות, אזוי על כל פנים דערציילן חסידים

5איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס דארף זיין פארבונדן מיט תורתו, וואס דאס איז געווען ”אשר למד ועבד” בזה משך כל ימי חייו און אין דערויף אויך דער ”לאפשו לה”,

6”ולאפשו לה” ווי ער האט אנגעוויזן...

7ווי אזוי איז שייך זאגן ”לאפשו לה” וויבאלד אז תורתו איז ”כל ימי חייו, ותורה” ”לא בשמים היא” איז, איז דאך דאס געענדיקט זיך לכאורה מיט שנת הסתלקות שלו,

8וואס זי איז געווען ב ט' כסלו ערב י' כסלו פון שנת תקפח, איז דאך דא דער לאפשר לה ווי ער אליין האט אנגעוויזן די הקדמתו לרוב ספריו, אז דער ענין פון דער תורה איז, אז א צווייטער זאל אויך לערנען אט דאס וואס ער האט געזאגט און דערנאך געשריבן וכיוצא בזה,

9ובהוספה ווי דערמאנט פריער אז ער איז דאך געווען טרחה בגופו אויף דאס מאכן צוגענגלעך צו אזא וואס ער איז אן עני בדת און אן עני בממון, כמוזכר לעיל בפרטיות.

10וואס דערפאר איז דאס שייך צו די תורה זיינע, וואס זיי זיינען ביז איצטער געווען אין כתבי ים, וואס דעמאלט האבן דערצו געהאט א צוטריט מערניט ווי געציילטע מענטשן,

11בשעת אבער מ'וועט דאס אפדרוקן און מ'וועט דאס מפיץ זיין, ובפרט נאך אז מ'וועט דאס מפיץ זיין אין א מחירה מסיר מיט ”מרע מקומות וכיוצא” בזה-אט דעמאלט קומט דאס אן אויך אט די וואס זיי זיינען ”עניים בדעת”, ביז אויך אט די וואס זיי זיינען עניים בפשטות, בממון,

12ווארום מ'וועט מאכן א מחירה המתאים און פארקויפן דאס באופן המתאים, מיט הנחות וכו' וכו.'

13וואס דערפאר איז עלה בדעת, אז מ'זאל צו דעם יו' כסלו אפדרוקן א קובץ מאמרים פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס איז נאך ביז איצטער ניט געווען געדרוקט, מפני סיבות משונות איז דאס ניט ארויס אין פועל,

14אין יעדער ענין דארף דאך אבער זיין א דבר טוב איז דא דבר טוב שבדבר מתאים צו דעם ענין ווי דערמאנט פריער פון מיטעלן רבינ'ס בריוו, אז ווען מ'דרוקט א גאנצן ספר, איז אט דעמאלט, מפני כמה סיבות, מוז דאס קאסטן א מחיר מסויים,

15און ס'מוז האלטן אזויפיל און אזויפיל עמודים, מ'קען ניט מאכן קיין ספר פון א פערפל בויגן אדער אפילו פון א בויגן, ווי פארשטאנדיק פון דעם מיטעלע רבינ'ס בריוו עצמו, ווי דערמאנט פריער.

16איז מפני סיבות משונות וואס האבן אפגעהאלטן דעם הפעה די הוצאה לאור פון א גאנצן ספר וועט מען זיכער אפדרוקן על כל פנים א מאמין פון דעם מיטעלן רבי'ן במשך פון יו' כסלו,

17במילא וועט מען האבן די פרייז אויך במחירה המתאים לזה, וויבאלד אז מ'איז דאס געמאכט געווארן מערניט ווי פון יוצא וועגן וואס מ'נעמט געלט, אבער ניט וואס מ'איז עושן די געלט, מ'וויל אז יענער זאל געבן דערפאר א פרוטה וואס ”יכול לקנות בן חיי נפשו”,

18און מ'גיט דאס אים אויך אין א כמות בפשטות פון אין מאמר, וואס דעמאלט איז דאס בדוגמא פון א פערטל בויגן, כאמור לעיל.

19וואס דערפאר וועט מען אויך על כל פנים אלס א מאמר פון דעם מיטעלן רבי'ן אין חזר'ן נקודות פון אט דעם מאמר, וואס ווי עזר ה' איז א תקוה חזקה, אז במשך פון מעת לעת וועט מען דאס אויך קענען לערנען ברבים ובדיוק אין לשון הרב.

20וואס דערפאר וועט מען זאגן מערניט ווי נקודות מ'איז דער זיכער, אז מ'וועט זיך אויף דערויף ניט פארלאזן, און מ'וועט דאס דערנאך במשך אז ס'וועט ארויס לאור אריינקוקן אינעווייניק וועט זיין דער ענין בדיוק, נוסף אויפן ענין וואס דאס איז בדיוק לשון הרב, און נוסף אויפן ענין פון אותיות מחקימות ומאירות, מיט אלע פרטים וואס קומט-צו על-ידי האותיות,

21כמבואר בארוכה בכמה מקומות.

22וואס דער מאמר הויבט זיך אן, דאס איז אויף ספר ויקרא, אזוי וואס ס'איז שוין דא די דרושים אויף בראשית און שמות פון דעם מיטעלן רבי'ן זיינען דאך שוין געדרוקט, על כל פנים רובה, על כל פנים חלק העיקרי שבהם, זיכער אז וויבאלד אז אויף בראשית האט דער מיטעלער רבי און דער זון זיינען אליין אויסגעקליבן איז דאס איז דער חלק העיקרי,

23על דרך זה אויך בנוגע אויף שמות, וויבאלד אז דאס איז צווישן אט די ביכלאך וואס ס'איז געווען בא רבותינו נשיאינו, וואס זיי האבן געהייסן מעתיק זיין אט די און די דרושים בקשר מיט די פרשיות פון ספר שמות,

24וואס דערפאר האט מען אנגעהויבן דעם ”לאפשו לה” מיט די מאמרים פון דעם מיטעלן רבי'ן פון ספר ויקרא, וואס דער ערשטער וואס גייט ארויס, כאמור לעיל,

25לאור, שוין אויפגעזעצט, מ'דארף מען לי נדרה, ובעזר ה' אפדרוקן במשך פון דעם אמת לעת, אויב שטעלט ער זיך אויפן פסוק פון ”אדם כי יקרא מכם קרבן להוי' מן הבהמה ומן הבקר ומן הצאן”.

26און הויבט אן דערמיט דעם ביאור בדבר, אז א אידן איז דא, ווי ער ברענגט אראפ דעם לשון הכתוב, אז ”זרע אדם וזרע בהמה” וואס דאס איז אויך וואס ער זאגט אין פסוק אדם ”כי יקריב” מכם קרבן און דערנאך זאגט ער מן הבהמה.

27וואס וואס איז דאס בא יעדער אידן וואס אויף דערויף זאגט מען דאך, אז זיי זיינען ”זרע אדם און זרע בהמה”?

28איז דאס דער נפש אלקית שלו און דער ”נפש הבהמית שלו”.

29און מ'דארף האבן די השתדלות פון דעם אדם, פון דעם 'נפש האלקית', אז זי זאל טאן א ”כי יקריב” מכם קרבן מיט וועמען זאל זי דאס אויפטאן?

30אין א בהמה פון ”זרע בהמה” שבאדם, מיט זיין 'נפש הבהמית'.

31וואס מ'דארף דאס אין דערויף אויפטאן.

32וואס דאס האט אויך א קשר מיט די מאמרי רבותינו נשיאינו אויך פון דעם מיטעלן רבי'ן, פארבונדן מיט ימי הגאולה, וואס שטעלט זיך און הויבן זיך אן מיטן פסוק פון ”פדה בשלום נפשי מקרב לי” וואס

33כל ענין הקרב המלחמה וואס איז דא בעולם איז ”נשתלשלו מהן”, ”העולם נתן בלבם” פון דער מלחמה וואס איז דא באדם.

34וואו איז דא די מלחמה באדם?

35די מלחמה צווישן די 'נפש האלקית' מיט די 'נפש הבהמית'.

36וואס דאס איז א מאמר המוסגר, ווי ער איז ממשיך אין מאמר, אז ”רוח האדם היא העולה למעלה” איז דערפאר כל ענינים פון 'נפש האלקית', וואס זי איז דער אדם ביי א אידן, איז ”היא העולה למעלה” האט אלץ צו טאן מיט ענינים פון תורה ומצוותי' וכו,'

37דערנאך איז דא דער ”רוח הבהמה היא הורדת למטה” וואס דאס איז די ענינים פון די 'נפש הבהמית', וואס היא הורדת למטה רצונות ותעוות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט מטה, רצונות ותעוות גשביות.

38במילא ווערט דאך דא דער ענין פון מקראיו דארף זיין אויף דערויף דער אדם דארף פועל זיין, אף על פי וואס דאס איז פארבונדן מיט א קראיו אז ס'זאל דאס מקרב זיין תוך דעם נפש מן הבהמה די 'נפש הבהמית' אויף מקרב זיין איר,

39ביז אין דעם אופן ווי א קרבן טוט-אויף, ווי געבראכט אלס א מאמר המוסגר בכמה מקומות, אז דער רזין די קורבנע איז דאס רזין וואס דאס איז מקרב ביז ”אין סוף ברוך הוא”.

40ובפשטות, אז מ'ברענגט דאס בקודש על המזבח, און דאס ווערט אויס מציאות.

41וואס דאס איז דער אדם ”כי יקריב” מכם קרבן איז דאס דער ענין פון מין הבהמה.

42און אין דערויף זאגט מען, אז אף על פי וואס דאס איז מקרב איז קען אין דערויף זיין דער ענין, אז דאס זאל זיין דער בשלום מקרב לי און נאך אויך מוסיף, אז דעמאלט ווערט ”פדה בשלום נפשי” אז ס'איז אויך א פדיה פאר דעם אדם.

43ווי דער ענין איז בפשטות, אז בשעת אדם יקריב מכן ”קרבן מן הבהמה” איז דאך דאס א תועלת פאר דעם אדם, כמבואר אין די ספרים וואס זיי זיינען מבאר ענין הקרבנות, אנהויבנדיק פון רמב אן וכיוצא בזה, אז דער מקריב קרבן טראכט זיך,

44אז דאס האט געדארפט געטאן ווערן בו, נאר בחסדי ה' אז ער איז מקריב ”קרבן מן הבהמה” איז דאס איז בדוגמא ווי דאס איז געווען ”מיעוט חלבי ודמי” טוט דאס אויף די אלע ענינים אויך דער ענין הפדי אין דעם אדם.

45וואס דאס איז דער ענין אז ס'ווערט אין אן אופן פון שלום אויב ער טוט דאס דורך תורה, צוזאמען מיט עבודת התפילה, וואס ענין התורה איז דאך וואס ניתנה כדי לעשות שלום בעולם אויך אין דעם עולם ווי מ'דארף לכאורה האבן דארט קרב זאל דאס זיין ”פדה בשלום נפשי מקרב לי” ס'איז דא דער ענין הפדיה,

46ס'איז דא דער ענין ”כי ברבים היו עמדי” ווארום די בהמה גייט אויך מיט מיט אים, איר איז אויך מקריב, און דאס טוט זיך אלץ אפ אין אן אופן פון שלום, דורך תורה,

47ובפרט אין תורה עצמה דורך 'פנימיות התורה', וואס דארט איז דאך דער ענין השלום, ווארום לית תמן לא מחלוקת ולא קושיא ולא רמינהו ווי ער זאגט אין ספר הזהר, געבראכט און מבואר אין רעי מהימנא אין ספר הזהר, ווי געבראכט און מבואר אין אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן בספר תניא קדישא דילי.'

48און אויף דערויף איז ער ממשיך, אז אין דערויף קען זיין דער ”קרבן מן הבהמה”, קען דאס זיין מן הבקר, וואס דאס איז דאך פני שורנו השמאל על ידי ענין הגבורות, לעולם ירגיז עליו כדי אויף מבטל זיין דעם ענין פון די רצונות,

49פון א יורדת למטה צו ענינים גשמיים, בשעת ס'איז דא דער ירגיז עליו, דער מן הבקר, נעמט ער פון מדת הבקר, פון מדת השור, פני שור מהשמאל, און דאס פועל"ט אויף, אז דערפון זאל ער מאכן א קרבן פון דער בהמה.

50דערנאך איז דא נאך א וועג וואס דאס איז מן הצאן, וואס ענין הצאן איז דאך צאן יעקב וואס ס'איז מדת הרחמי, און ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעם מאמר וואס מ'וועט אפדרוקן, כאמור לעיל, וואס דורך דערויף וואס ער האט רחמנות, כמבואר בארוכה אין תניא, אז ער איז זיך מתבונן על מעמדו ומצבו,

51כולל אויך די מעמדו ומצבו פון זיין 'נפש הבהמית', וואס דאס געפינט זיך ניט נאר א חלק מגופו, נאר דאס איז נפשו ממש, ס'איז טאקע חלק אלוקה 'ממעל ממש' אין נפש אלקית, ווי אזוי טוט אבער אויף נפש אלקית אין 'גוף האדם'?

52איז דאך דאס על ידי 'נפשו הבהמית', ביז דאס קומט אזוי אויך ארויס בפנימיות, ביז אין הלכה בפועל.

53איז דעמאלט ווי ער זאגט אין תניא וישאת כלו ויפק אז ער איז זיך מתבונן במדת הרחמים דער גודל הרחמנות אויף זיין 'נפש הבהמית' און אויף זיין נפש אלקית אט דעמאלט פועל"ט אויף מן הצאן, מדת הצאן והרחמים, צאן יעקב אז ער איז מקריב א ”קרבן מן הבהמה”.

54דערנאך איז ער אויך ממשיך אין דעם מאמר דאס וואס ס'שטייט לאחרי זה, אז ס'איז אויך דא א ”קרבן מן האוף”, וואס דאס איז פני נשר, וואס נשר איז אויך ענינו 'מדות הרחמים',

55כמבואר בכמה מקומות אויך אין פירוש רש"י על התורה.

56און וואס איז דא דער אויפטו אין דעם ענין הרחמים שבאוף לגבי ענין הרחמים וואס אין צום?

57איז ער מבאר, אז ס'איז דא צוויי אופנים אין רחמים.

58אזא אופן אין רחמים וואס רחמים גדולים ביותר, וואס דעמאלט דארף ער גאר ניט האבן קיין התבוננות אויף מרחם זיין אז זיי זאלן קומען לידי רחמים על השני.

59וואס ס'איז דא אמאל אז סוף כל סוף האט ער רחמנות אויפן צווייטן, ער דארף אבער האבן דערצו התבוננות במעמדו ומצבו פון דעם צווייטן, מיט כל הפרטים שבחייו,

60און דעמאלט איז ער מחליט און דאס איז ביי אים מעורר ומגלה די 'מדת הרחמים' שלו, דערנאך איז דאך די 'מדת הרחמים' ווי דאס איז ביי אן אויף, וואס מפיף למעלה מן הארץ אז ער דארף ניט אנקומען צו התבוננות 'מצד עצם' שלו עצמו, איז גלייך ווי ער דערזעט דעם צווייטן האט ער גלייך רחמים און 'רחמים רבים'.

61וואס דאס איז די מעלה אין נשר רחמים וואס איז פארבונדן מיט נשר שלו רחמנים לגבי רחמים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט סוף.

62און אט דעמאלט האט ער אויך דעם עזר השם, וואס מ'זאגט 'הוי' לי בעוזרי' 'לשון רבים', און צי דער אויבערשטער אל העבט די עוזרי 'לשון רבים' איז ער זיי עזר און דורך דערויף איז ער אויך עזר אין אן אופן ווי ער זאגט אין מאמר אין אן אופן פון רב לאושע,

63דעם אדם המקריב הקרבן בכל חלקה, סיי דער חלק הנשמה וואס זי איז למעלה מן הגוף, דער מזל שבנשמה, וואס דאס איז בדוגמא

64פון דעם חילוק פון אדם ובהמה וואס ביי א אידן איז דאס אויך אין נשמתו עצמו דער חילוק פון מזל שבנשמה וואס איז למעלה מן הגוף מיט דעם חלק הנשמה וואס זי איז זיך מתלבש בגוף.

65און ער האט אין דערויף די אויסריי, וואס בכללות איז דאס דער ענין התורה ומצוותי', ובפרטיות איז דאס דער ענין ה”תפילה שבמקום קרבנות תקנום”,

66ובפרטי פרטיות איז דאס דער ענין הקרבנות ממש, כמוזכר לעיל אז דאס איז קורבנע, ווארום דאס איז מקרב ביז רזי דעות אף, און צו די עוזרי איז אויך דא דערנאך ו”תרד אש מן השמים” וואס דאס איז דער ענין פון הוי' לבי עוזרי און ס'ווערט ורר לאישי' אבדל,

67”כן תהי' לנו” ”בקרוב במהרה בימינו” ממש, ”שיבנה בית המקדש ושם” נעשה לפניך די ”קרבנות כמצות רצונך”, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions