עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

32 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1על פי האמור לעיל איז אויך פארשטאנדיק, אט דאס וואס ס'האט זיך גערעדט די דוגמא, אז בשעת מ'איז תופס את האדם בבגדיו אז מ'כאפט אן א צווייטן און מ'האלט אים בא זיינע לבושים, איז מען גארניט זיכער אז מ'האט אים געכאפט, דערפאר וואס ס'קען זיין ותשפת בבגדו זאל זיין ”וינך בגדו אצלה” וינת החוצה,

2על דרך ווי דאס איז אין קדושה, אדער אזוי אויך אין דעם היפך, און נאך מערער, אפילו אז מ'כאפט אים אן און מ'האלט אים בא זיין בשר ועצמות הגשמיים ווייס מען נאך ניט צי מ'האט דעם מענטשן, דערפאר וואס אויב דער געפיל זיינער און פארשטאנד זיינער איז פארקערט וועט ניט העלפן אט דאס וואס מ'האלט אן אן זיינע פלייש,

3און זיינע רמ' חוברים 'ושסה גידים'.

4וואס בדוגמת זה איז אויך דא די הוראה, אז דאס וואס מ'פרואווט זיך אויף פארשידענע ערליי וועגן אויף פארריכטן דעם יוגנט, און מ'איז ניט מצליח, דערפאר וואס מ'וויל אנכאפן די יוגנט און אנהאלטן זיי בלבושים שלהם אדער בגוף וחיצוניו שלהם,

5און מ'פארנעמט זיך ניט און מ'זוכט ניט א וועג צו דעם נפש ופנימיות פון דער יוגנט.

6דערפאר איז קיין פלא ניט וואס מ'איז אין דערויף ניט מצליח, ווארום מ'טוט מיט חיצוניות בלייבט דאס בא דער חיצוניות.

7און דאס אין וואס איז דער מושל ושולט ביי א מענטשן וואס דאס איז דער שכל ורגש שבלב, די נשמה אויף דעם גוף איז אט דאס בלייבט וואו ס'איז געווען פריער קודם ההשתדלות.

8ביז וואנענט אז אין דערויף איז דאך דא די צווייטע דוגמא פון חכמת הרפואה, וואס בשעת ביי א מענטשן איז דער מצב הבריאה שלא כדבעי, איז דאך דא אויף דערויף די סימנים אויף וועלכע מ'דערקענט אז ער איז ניט אין א מצב פון א איש בריא,

9און דערנאך איז דא די סיבה וואס זי האט געבראכט צו די סימנים וואס מ'דערקענט אז ער איז ניט ווי ס'דארף-צו-זיין, וואס די סימנים קען זיין אן ענין חיצוני אדער אן ענין פנימי, אבער בכל אופן ניט דאס איז א מסובב, ניט דאס איז די סיבה.

10און בשעת מ'קומט לרפות את החולים איז דא אויף דערויף צוויי וועגן.

11אדער וויבאלד אז מ'זעט אז די סימנים זיינען בלתי רצויים, די מדת החום איז בא אים ניט ווי ס'דארף צו זיין וכיוצא בזה היילט מען די סימנים און מ'רירט ניט אן די סיבה.

12וואס דעמאלט איז פארשטאנדיק, אז לפי שעה קלה איז קען זיין אז דאס וועט מצליח זיין ווארום ער האט זיך פארנומען מיטן סימן און האט אים מנצח געווען איז אראפגעפאלן די מדת החם וכו דאס איז אבער ניט די וועג אויף צו ער מאכט דעם מענטשן געזונט, וויבאלד אז די סיבה האט ער ניט אנגערירט איז לאחר זמן וועלן זיך די סימנים אומקערן.

13ווי אזוי ווערט מען ווי אזוי מאכט מען אים געזונט?

14איז ניט וויכטיק צו האבן צו-טאן מיט די סימנים מ'דארף האבן צו-טאן אויף מבטל זיין די סיבה, און דערנאך ווערן בדרך ממילא בטל די סימנים, אדער אויב די סימנים זיינען שוין געווארן אן ענין בפני עצמו קען מען זיך דערנאך פארנעמען מיטן טיפול פון די סימנים.

15אבער א פארנעמען זיך און מקדיש זיין כל ענינו אין רפואה צו היילן פון די סימפטאמען, איז ניט נאר אז דאס איז ניט מצליח, און ניט נאר דאס מאכט אים ניט געזונט, נאר ס'האט נאך צייטנווייז אין זיך א חסרון,

16דאס נארט אפ דעם חולה און דאס נארט אפ דעם רופא, ווארום ער זעט דאך לפי שעה אז ער האט מנצח-געווען די סימנים, און ס'זעט זיך ניט אן בחיצוניות,

17אז ער איז ניט געזונט במילא לאזט ער אים לנפשו, און די סיבה האט ער זיך ניט מבטל געווען, און יענער טראכט זיך אז ער איז שוין געווארן געזונט איז א חולה, אויב ער ווייס ניט אז ער איז ניט געזונט איז דאס די גרעסטע סכנה וואס ס'קען זיין.

18וואס על דרך זה אויך איז בנוגע צו א אידן, איז אט דאס וואס ס'פירט זיך ניט ווי ס'דארף זיך ביי אים בענינים חיצוניים, איז וויבאלד אז ער איז בניו של הקב"ה,

19”ונפש השנית בישראל”, וואס דאס רעדט זיך בכל מקום ובכל זמן, איז דאס חלק אלוקה 'ממעל ממש' איז אט דעמאלט איז ביי אים דער נארמאלער סדר, אז ס'איז הגברת הצורה על החומר, און הגברת הרוחניות על הגשמיות, במילא הגברת ”הנשמה על הגוף”,

20און אויב אין גוף איז עפעס ניט ווי ס'דארף צו-זיין איז א סימן אז ביי אים איז עפעס אין דער נשמה שלא כדבעי, און אט די עניני הגוף קומען אלץ מסובב און אלץ א סימן, אז ער זאל זיך כאפן אז ער דארף האבן א תיקון לגופו,

21דורך דערויף וואס ער וועט געפינען דעם תיקון לנפשו.

22און כאמור, בשעת מ'נעמט אט דעם וועג אויף היורן דעם מסובב און מ'רירט ניט אן די סיבה, איז ניט נאר אז דער מענטש איז ניט געווארן געזונט, נאר ס'האט נאך אין זיך ס'קומט צו א חסרון, אז דאס נארט אפ דעם חלו און דאס נארט אפ דעם רופא, אז אפשר דארף מען זיך מער מיט אים ניט מטפל זיין, ער איז שוין כדרך כל האדם.

23וואס אט דאס איז דער וואס ס'האט דאך גערעדט פריער, אז בנוגע צו בני ישראל, צו א אידן, ובנוגע צו ארץ ישראל, צו זייער חלק בעולם, וואס דאס איז ארץ ישראל.

24ועל דרך זה בהנוגע לכל עניניהם, ”לכל אשר לא בבית ובשדה” איז דארף מען איר וויסן זיין, אז די אלע ענינים זיינען טפלים לגבי זיין עצם המציאות, וואס דאס איז דער ”בנים אתם לה' אלקיכם”.

25און אויב ער זאל זיין בסדר און ס'זאל אים ניט פעלן, ניט אין ענינים גשמיים און ניט אין ענינים רוחניים, איז די ערשטע זאך דארף מען באווארענען, אז זיין עצם ופנימיות איז בשלימות, איז בשעת ס'ווערט בטל די סיבה בלתי רצוי', ווערן בדרך ממילא בטלים די מסובבים די תוצאות פון דער סיבה.

26און אט דעמאלט האט מען דערגרייכט אט די וועג, דורך וועלכע מ'וועט מאכן פון דעם ”חולה שיש בו סכנה” זאל ער ווערן מן הקל אל הכבוד א חולה שאין בו סכנה, און דערנאך זאל ער ווערן א בריא לגמרי,

27ביז ווי דער לשון ופסק דין הרמב"ם היו ”הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא” אז דאס ווערט א גוף וואס דאס דורך אים זעט זיך אן געטלעכקייט אין דער וועלט, בעולם 'הזה הגשמי' ”למעתה מעשרה טפחים”.

28און אין דערויף איז נאך צוגעגעבן געווארן א הוספה, אז דאס איז ביד כל אחד ואחת, אז ניט ווי ער זאגט אז ”לא נפלות היא ולא רחוקה היא, ולא בשמים היא ולא מעבר לים” היא,

29און ווי די גמרא און רש"י און מדרשים טייטשן אפ, אז אפילו אז ס'וואלט געווען מובר לים וואלט מען אויך געדארפט פארן באקומען איר מובר לים, על אחת כמה וכמה אז ”קרוב אליך הדבר מאוד בשיחה ובלבבך לעשותו” אז בידו הדבר תלוי, ער זאל זיין א געזונטער איד בנשמתו, און א געזונטער איד בגופו,

30דורך דעם וואס ער וועט זיין א געזונטער איד בתורתו, וועט דאס אראפקומען אויך ווי דער ווייטערדיקער דרשת חז"ל בפסוק זה, ”ויבוא יעקב שלום” אז ער וועט אויך זיין א שלום בממונו, בנכסיו בבית ובשדה, ובכל אשר לו

31בכל הפרטים זאל דאס זיין בשלימות ובמילואם ובאופן פון ”ברכת השם, היא” תעשיר.

32לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions