English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

16 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1וואס דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין יעדערן פון אייך, מיט כל בני המשפחה, אז די אלע הכנות צו דער חתונה זאלן זיין, נאר זיי זיינען שוין געווען, זאל דאס זיין בהצלחה רבה וגדולה, און די חתונה איז בשעה טובה ומוצלחת, א בנין עדי עד על יסוד התורה והמצוה,

2און אז געבענטשט ווערן בכל המצטרך, סיי בגשמיות סיי ברוחניות ובעיקר הברכה, בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי',

3און זאל זיין א הויז וואס דער אויבערשטער וועט זאגן אויף דערויף ושכנתי בתוכם וואס פון דארטן ווערט פארשפרייט אידישקייט, תורה ומצוותי', נגלה און חסידות, אין דעם גאנצן ארום, ומתוך שמחה וטוב לבב.

4אין א הסתדרות טוב, אין בני חיי ו”מזוני רויחא ובכולם” רויחא.

5און מה טוב אין ”מנהג ישראל”, אז אין טאג פון דער חתונה זאל מען סיי חתן און סיי כלה געבן אינדערפרי אויף צדקה פון זייער אייגענע געלט, און אויב די חתונה איז שוין געווען זאל מען דאס איצטער טאן לזכות פון דעם טאג פון דער חתונה,

6און די זעלבע זאך איז מה טוב זאל מען אויך טאן דער פאטער מיט דער מוטער, און די קרובים לזכותם ולזכות 'כלל ישראל'.

7און דאס זאל נאכמער צוגעבן אין אלע ברכות, און אין די ברכות פארבונדן מיט א בנין בית בישראל, ווי אויסגערעכנט בארוכה ובפרטיות אין די ”שבע ברכות”.

8ובמיוחד אז מ'קומט דאך פון ”יומין זכאין” פון יט' און כ' כסלו, און מ'גייט צו יומי הכהן פון ימי חנוכה, ס'זאל זיין א ליכטיקער לעבן ברוחניות, און א ליכטיקער לעבן בגשמיות, און אין אן אופן פון ”פדה בשלום”.

9ו”ברבים היו עמדי”, אז דער גאנצער ארום זאל זיי נאך ארויסהעלפן נאכמערער אין אלעם אין וואס זיי נויטיקן, און דאס זאל נאכמערער צוהיילן בשעת ס'קומט צו ברכות און שמחות בא אידן, און ס'קומט צו במיוחד בתים בישראל,

10בניני עד יד, מיוסד על התורה והמצוה היילט דאס נאכמער צו די גאולה האמיתית והשלימה עיידי משיח צדקנו, וואס אט דעמאלט ווערט דאך די נישואין פון דעם אויבערשטן מיטן אידישן פאלק אין אן אופן נצחי.

11ובפשטות, אז מ'גייט בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו ”קהל גדול” לארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה”,

12”בראשית השנה ועד אחרית שנה”, און דארטן טרעפט מען ”שלימות הארץ, ונתתי שלום בארץ” און דארטן גופא ירושלים אין אן אופן פון ”קרית מלך רב”, און דארטן דער הר הבית ומקדש עד נקוננו ידיך.

13ו”גדולי צדקה שמקרבת את הגאולה”, וועל ער זיך אויך משתתף זיין אין די צדקות האמורות, דארט געבן יעדערן פון אייך צו א דאלאר אויף אפצוגעבן דעם דאלאר אדער דעם חילוף אויף א ענין של צדקה, און גיין כאמור מחיל אל חיל ”בכל עניני תורה” ומצוותי', ווי די לערנונג און נתינת כח פון נרות חנוכה,

14אז מ'איז הולך און מוסיף מיום ליום, אין ”נר מצוה ותורה אור”, און מ'טוט כל הענינים אין אן אופן פון מהדרין מן המהדרין.

15און דאס זאל נאכמערער צוהיילן די חנוכת בית המקדש השלישי, און פארענדיקן די לעצטע טעג פון גלות מתוך שמחה, ”ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם”.

16און מ'גייט בקרוב ממש אין מנני שמיא, צוזאמען מיט משיח צדקנו, צו חנוכת בית המקדש השלישי, אין הר הבית, בירושלים עיר הקודש, ובארצנו הקדושה, ”ושמחת עולם על ראשם”.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים