פסקה
פסקה rh-gws7ym5g
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-grg4qdng
- order
- R7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין צוויי אופנים, עקיפין אדער פנימיים, איז אבער ווערט דאס אויך נתחלק אויף די ג'אופנים פון כסף און פון שטר און פון ביאה, על דרך זה ווערט דאס דערנאך אויך נשתלשל אין קידושים בין אדם בין איש לאשה גשמיים, כמדובר כמה פעמים, על דרך ווי ס'איז אויך בנוגע צו מחירה בפשטות בין אדם לחבירו, איז דאס אויך דורך די די אופנים פון כסף און שטר און חזקה, און ווי ער איז אויך מחלק אין דערויף, אז ס'דארף זיין א מעשה וואס ס'איז געווען א מעשה וואס האט מעיל געווען, ס'האט עפעס אויפגעטאן, אט דעמאלט איז מען על ידי המעשה איז מען דאס קונה. ועל דרך זה אויך בהנוגע אז מ'בויט א בית און מ'דארף קונה-זיין דעם בית איז ניט מספיק, אז אדער ער פארשליסט אליין, אדער ער איז פותח אליין, און ווי דער רמב״ם פסק'נט אויך אין דעם שיעור, ובסמיכות שלו מער בפרטיות, אז ס'דארף זיין נועל ופותח דוקא דעמאלט איז מסר מפתח ונעהל ופתח דעמאלט איז דאס קונה, אדער פתח ונעהל דעמאלט איז דאס קונה.
- proofread
- 0