transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דאס איז דאך דער ניגון אויף די פסוקים וואס דער אלטער רבי, וואס היינט י' טות כסלו, וועט זיך די התוועדות אויף צו דערמאנען זיך און מעורר זיין זיך, און מעורר זיין אנדערע, מעורר זיין מיט ן עיים,
¶2און דערפון זאל מען קומען צו מעורר זיין מיט אן אלף סיי זיך און אויך אנדערע, באור תורתו, מיט זיין תורה און מיט די הוראות וואס ס'קומט ארויס פון זיין תורה,
¶3ווארום יעדער ענין אין תורה איז דאך מלשון הוראה וואס דאס איז אן אנווייזונג, ובלשון חז זל ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה” איז דאך על אחת כמה וכמה בהנוגע צו תורתו פון בעל השמחה והגאולה,
¶4אז דערפון קומט ארויס אויך בנוגע למעשה, און ניט אויך בדרך טפל, נאר דאס ווערט אן עיקר, ובלשון חז זאל, ווי כ' האט דער פריער גערעדט, אז ס'איז דא סברות צי ”תלמוד גדול צי מעשה גדול”,
¶5און מ'איז מסיים אז ס'איז גדול פון תלמוד דערפאר וואס ”מביא לידי מעשה” איז דאך דער מעשה שבתלמוד ניט וואס אויך נאר דאס ווערט אן עיקר אין דעם לימוד,
¶6ווי די גירסא שלנו ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה”.
¶7וואס דאס איז דאך די כוונה בכל פעם, אז אידן קלייבן זיך צוזאמען, על אחת כמה וכמה כמה עשיריות בישראל, אז דערפון זאל ארויסקומען אן ענין אין תורה ומצוות, ביז ”אין המעשה הוא” העיקר.
¶8עאכו"כ אז דאס רעדט זיך וועגן צוזאמענקלייבן זיך, כדי צו דערמאנען זיך אויף זכרון הגאולה, וואס דער מאסר און די גאולה זיינען דאך געווען פארבונדן מיט הפצת התורה, און אין אן אופן אז דאס זאל אריינברענגען אן 'אור וחיות' אין 'קיום המצוות', אין מעשה בפועל,
¶9איז דאך די כוונה און תכלית פון דעם צוזאמענקלייבן איז דאך דער תכלית העיקרי, ווי גערעדט ווי געזאגט פריער, אז ס'זאל צוקומען בא יעדערן און ער זאל אויך ווערן א מפעיל, א פועל אויף דעם ארום, בענינו פון תורה ומצוות, ווי דאס ווערט דורכגענומען מיט אן 'אור וחיות', חדשים לגמרי.
¶10בדוגמא ווי אן ענין פון גאולה איז ווי דער דין איז דאך, אז דעמאלט ווערט א מציאות חדשה, בדוגמא ווי אן עבד שנגב ”משעבוד לגאולה” ווערט דאך דאס א מציאות חדשה דערפון איז פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ”תורת אמת” גיט דאס א נאמען גאולה איז גאולה איז דער היפך פון דעם ענין פון ”עבדות, ובלשון משעבוד לגאולה”,
¶11וכהלשון ”משיעבוד לגאולה” אז דאס ווערט א מציאות חדשה, במילא דארף אויך זיין אין 'לימוד התורה' און אין 'קיום המצוות' אין אן אופן פון מציאות חדשה.
¶12וואס דאס איז דאך אויך בפשטות איינע פון די טעמים וואס ”היוצא מבית האסורים” דארף ער דאך בענטשן גומל, און מ'זאגט דאך דעמאלט אז ידיו והשם חסדו ונפלאותיו למנה אדם מיט די גאנצע הפלאה שבדבר,
¶13און דאס איז פארבונדן מיט ארויסגענומען פון סכנת מבות אין אן ענין של חיים כפשוטם, וואס דערפאר איז דאך דער סימן אויף דערויף ”וכל החיים” לדו חס סלה ווי ער ברענגט אראפ אין רמיו און אין אחרונים, אויף די ד' שחייבים להודות,
¶14על דרך זה און על אחת כמה וכמה אז דא איז דאך געווען דער מאסר פארבונדן מיט א פסק דין וואס האט געקענט זיין לחיים אדער להפכו, ווי כידוע דער סיפור פון דעם מלשינות מיט וואס דאס איז געווען פארבונדן.
¶15איז שרייבט דאך דער בעל השמחה והגאולה, אז די גאולה איז פארבונדן ווען ער האט געזאגט דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” און דערנאך איז ער נאכמער מדייק איידער ער האט אנגעהויבן דעם פסוק שלאחרי זה,
¶16אז דאס איז אן ענין של בדיעה ומקרב לי, וואס קרב איז דאך אן ענין של מלחמה אויך בסכנה פון חיים, און דאס איז געווען אין אן אופן פון שלום כפי שיתבאר לקמן ווי אזוי דאס איז אויך אן עיקר אין אופן הבדיעה.
¶17וואס דעמאלט איז אנגעקומען די בשורת הגאולה.
¶18איז דאך ידוע דער סיפור וואס איז דעמאלט געווען דוקא די אמירה פון דעם פסוק?
¶19דערפאר וואס דער אלטער רבי האט געזאגט דעם שיעור תהלים אויך כפי שנאחל את לימי השבוע, אז נוסף אויפן שיעור חדשי, איז דאס איז געווען דער שיעור פון יום השלישי בשבוע, וואס היינטיקן יאר איז דאך די קביעות ווי ס'איז געווען יענעם יאר,
¶20אין שנת הגאולה, ווי ער איז אויך מדייק אין די אגרת על דבר הגאולה וואס דער אלטער רבי אליין שרייבט, אז ס'איז געווען ביום השלישי י' כסלו,
¶21און דאס איז דאך דער קאפיטל פון דעם שלישי בשבוע, ווי דער תהלה ווערט פאנאנדערגעטיילט, לשבעה חלקים לשבעת ימי השבוע.
¶22איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דערנאך איז אויך געקומען די פסוקים שלאחרי ”פדה בשלום” ביז אין גמר כל השיעור, על אחת כמה וכמה אט די פסוקים וואס זיינען אין דעם זעלבן קאפיטל,
¶23און זיי רעדן וועגן דעם זעלבן ענין וועגן וועלכן ס'הויבט זיך אן דער ”פדה בשלום”, ביז דעם סיום המזמור פון דעם קאפיטל איז דאך דאס אלץ א ביאור ווי אזוי ס'איז געווען דער ”פדה בשלום”, ביז דעם סימן ביז דעם סיום, אז דאס איז געווען דער ”ואני אפתח לך”
¶24וכמדובר כמה פעמים, ובפרט מיוסד על דברי בעל הגאולה, אז פון יעדער ענין איז דא א הוראה בעבודת ה' בחיי יום יום, עאכו"כ אין דעם יום הקבוע לזה, ובזמן הקבוע לזה, ווען ס'רעדט זיך וועגן פדי בשלום,
¶25איז דאך אויך אין דעם ואני אפתח בך א הוראה ברורה בהנוגע לזמנים אלו, וואס ס'איז דאך דא מרש-שחורי ניקות און וואס גייען בחשבון הטבע וכו און מ'איז דאס מייסד, און וויבאלד אז ס'שטייט ”אין סומכין על” הנס דארף מען מאכן א חשבון בדרך הטבע, ובהתרון צו דעם חשבון ווערט אויך מצב רוחו,
¶26און במילא האט דאס אויך א ווירקונג אויף הנהגה ”שלו ופעולה שלו” איז אז ער מאכט דעם חשבון בדרך הטבע בהנוגע צו ממשלת ושולחן התורה והמצוות,
¶27וואס אן דערויף הימט זיך דאך אפ אויך דער קיום וביסוס וחוזק פון עם ישראל, פון אידן וואו נאר זיי געפינען זיך, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ”בחוקותי תלכו ואת” מצוותי כשמרו איז דאך אט דעמאלט דער ונתתי גשמיכם אט דערנאך ווי ער רעכנט אויס די אלע ברכות,
¶28איז אין 'דרך הטבע' זעט ער, אז ס'האט זיך ארויסגעוויזן, אז וחסד לאו ממחתת און די חשבונות וואס מ'האט פארלאזן זיך אויף פלוני בן פלוני וכיוצא בזה, האט דער חשבון ניט אויסגעהאלטן,
¶29וכו' וכו מיטן גאנצע אריכות הביאור והחשבון בזה, איז מען גלייך מסייע, אז כל זמן ס'איז דא דער ואני אפתח בך איז אט דעמאלט איז ניט נאר אז מ'איז בטוח אז ס'וועט זיין א פדי און נאכמערער אז ס'וועט זיין דער ברבים היו עמדים ווי ער טייטשט אפ אין ירושלמי אז אפילו די וואס על-פי דרך הטבל ועל-פי חשבון
¶30האבן זיי געדארפט זיין אנטקעגן דוד'ן, איז אנשי הכשלום'ן, ניט נאר זיי זיינען געווען מיט דוד'ן, נאר זיי האבן נאך מתפלל געווען אויף מצחונו של דוד,
¶31ווי ער זאגט אין ירושלמי, אז דאס איז דער פירוש פון ”ברבים היו עמדי” איז אויב נאר ס'איז דא דער ואני אפתח בך און ווי ער זאגט אין מדרש, אן אנדער פסוק אויפן דאך, אז דאס מיינט מען מערניט ווי אויפן אויבערשטן אליין, אויף קיינע זאכן ניט,
¶32איז אט דעמאלט איז מען בטוח אז ס'וועט זיין דער פדר, און דער פדר וועט זיין אין אן אופן פון בשלום מקרגלים און ווי דער דיוק בזה איז, אז ניט נאר ס'קומט ניט לידי מלחמה נאר ס'איז מלכתחילה אן ענין של שלום, אז דער צד שכנגד ווערט ער עמדים.
¶33וואס אזוי ווערט דאס בהנוגע כלפי חוץ, כאמור לעיל, און דאס איז פארבונדן אויך מיט כלפי פנים, אז אנשי אפשלום איז ניט נאר זיי זיינען ניט מנגד צו דוד'ן, נאר מתפללן לי נצחונו של דוד,
¶34ועל דרך זה אויך אין דאס וואס ס'איז דא ”דוד מלך ישראל חי וקיים” בא יעדער אידן, וואס דאס איז זיין יצר טוב, וואס דאס איז דאך געווען ענינו של דוד ער האט ניט געהאט קיין ”יצר הרע, כי הרגי דתענית”.
¶35”ולבי חלל בקרבי” ברענגט דאך אראפ דער אלטער רבי אין ספרו התניא גלייך אין דעם ערשטן פרק, אין דעם מאמר חסדרשת חזל בזה, אז דאס האט געזאגט דוד, דערפאר וואס ער האט געהאט מערניט ווי דעם יצר-טוב.
¶36ס'איז דאך געווען די אנשים וואס זיי זיינען געווען פארבונדן מיט אפשלומ'ן, דאס הייסט בנמשל, אט דאס וואס ס'איז דא דער וואס האט נאך ניט הרגע די תענית, אדער ער האט צו-טאן מיטן יצר-הרע פון א צווייטן, איז אויב נאר ס'איז דא דער ואני אפתח בך,
¶37אז מ'לייגט אוועק אן א זייד די אלע חשבונות, אפילו פון טבע אויסגעהאלטן על פי טבע, און מ'גייט בדרך הישר, וואס האלקים עשה את האדם ישר אז מ'זאל גיין לויט ווי אין ספר ישרים, וואס דאס גייט דאך אויף ספר בראשית וכל התורה כולה, ווי די גמרא טייטשט דאך ישרים אז דאס איז אברהם יצחק ויעקב, וואס דאס איז דאך דער ”מעשה אבות סימן לבנים”.
¶38איז אט דעמאלט, דורך דעם ואני אפתח בך, איז פועל"ט מען פריער בא זיך, אז ס'זאל זיין בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו און אויך דערנאך אין דעם עולם שמבחוץ ממנו און שמבחוץ פון עם בני ישראל,
¶39וואס דארט געפינען זיך די שבעים אומות, מיט די אלע זייערע סניפים וכו אז ס'זאל ווערן דער סוף דבר דער ענין פון מקרב לי זאל מתהפך ווערן צו בשלום און א פדי' בשלום, און אט דעמאלט ווערט מוצדק אויך בנוגע לפועל דער ענין פון ואני אפתח בך, ביז וואנענט דאס קומט ארויס אין א שמחה גלוי.'
¶40און געפינענדיק זיך אין אזא מעמד ומצב וואס ס'איז ניטא ווי דער רבי נשמתו עדן שרייבט, אז מ'לעבט אין א צייט אז מ'דארף כאפן מכל הבא לידו על דרך זה איז דאך אויך בהנוגע להקב"ה, איז וואס וועט זיין פריער?
¶41איצטער איז דאך הבא לידו מ'זאל פטור ווערן פון אלע דאגות, פון די שבעים אומות וכל אביזרייהו, און ס'זאל זיין אין אן אופן פון ”פדה בשלום” דערפאר וואס אידן זיינען מכריז ואני אפתח בך מערניט ווי אין דעם אויבערשטן אליין, און דעמאלט גייט ער לבטח דרכו, ווארום דער אויבערשטער איז דאך א קול יכול בעולם 'הזה הגשמי', און אפילו החומרי,
¶42אפילו ווי די גשמיות און חומריות שטייט נאך קודם הבירור איז אט דעמאלט קומט ארויס דער ואני אפתח בך אין א שמחה גלוי וואס דאס קען דאך זיין דעמאלט ווען מ'זעט דעם דבר המשמח אויך 'בעיני בשר',
¶43וכמדובר כמה פעמים וואס דער דין איז, אז ”אין שמחה אלא בבשר און אין שמחה אלא ביין” אף על פי וואס דאס איז פארבונדן מיט ושמחת בחגיך פרעגט מען דאך אויף דערויף די שאלה, אז ער איז זיך מתבונן אין שכל, אז ס'איז ימי הפסח, און דער אויבערשטער האט אים ארויסגענומען פון א שיעבוד לגאולה,
¶44און ווי מ'זאגט דאך אז ס'איז ניט דעמאלט אז ”משעבדים היינו לפרעה במצרים” אז איצטער נעמט אים ארויס, איז וואס דארף ער נאך האבן צו דעם ושמחת בחגיך ”בחג המצות ובחג” הפסח אויך דעם ענין פון בשר ויין.
¶45שטייט דאך אויף דערויף דער ביאור, אז דאס איז דאך אלץ וואס ער פארשטייט מיטן שכל.
¶46אויב ביי אים איז מוח שליט על הלב קען ער אויך האבן א געפילה אין הארצן א רגש של שמחה, א רגש וואס ער איז ניצול געווארן ”משיעבוד לגאולה” מ'דארף אבער האבן, אז אויך דער גוף החומרי,
¶47על אחת כמה וכמה דער גוף הגשמי, זאל אויך זיין פריילעך און טאנצן, און דערפאר מוז מען אנקומען צו בשר, ס'דארף טאקע זיין 'שלמי שמחה' אבער בשר, ומשחרב בית המקדש צו יין כפשוטו.
¶48על דרך זה, וויבאלד אז מ'מאנט און אידן גיבן נאך און טוען דאס בשמחה, דער ענין השמחה, דערפאר וואס דאס איז א שמחה באמת, איז פארבינדט דאס דער אויבערשטער מיט אן ענין וואס דער דבר משמח איז אויך אין אן אופן אז מ'דארף ניט אנקומען צו א התבוננות גדולה, אפילו ניט צו א התבוננות קלה,
¶49נאר מ'זעט דאס 'בעיני בשר' ובמוחש, ווי אזוי ”פדה בשלום נפשי מקרב לי” און מ'פועל'ט אויף דער ברבים היו עמדי סיי בגשמיות כפשוטו, אז מ'ווערט פטור פון די אלע בלבולים און תירדוס און איומים פון די שבעים אומות,
¶50ועל דרך זה אויך פון ”אל זר אשר בקרבך” איז מען מהפך אז ברבים היו עמדי ”בכל לבבך בשני יצריך” אז אויך אנשי אפשלום העלפן יעדער אידן ער זאל זיך פירן ווי דוד האט געוואלט,
¶51און ווי דער רמב"ם איז דערמיט מסיים ספרו 'יד החזקה' אז בשעת ס'וועט קומען עקבתא דמשיחא איז דאך אט דעמאלט זיין דער ענין וואס מ'וועט זיך פירן כדוד אביד און ווי ער טייטשט אפ אין בבלי אז ”דרך כחב מיעקב” גייט דאס אויף יעדער אידן,
¶52אף על פי וואס דער רמב"ם ברענגט אין דעם זעלבן פרק, אז דאס איז דער ענין פון משיח'ן, איז דאך דער ביאור בזה, אז ניצוצו של משיח איז דא בא יעדער אידן, דערפאר האט ער בכח ארויסנעמען יעדער אידן פון גלות, דערפאר וואס ער האט דארטן זיין ניצוץ,
¶53וועט בא יעדער אידן אים ארויסהעלפן זיינע אנשי אפשלום, און זיי וועלן ווערן נמדו אויף ארויסנעמען די ניצוצות הקדושה, וואס דערוויילע זיינען זיי דאך מפוזר ומפורד,
¶54ויבנה בית המקדש במקומו אז יעדערער בויט-אויף זיין בית המקדש במקומו אין פנימיות לבבות און אין פנימיות נפשי בכלל, און דערנאך ווי ”יקבץ נדחי ישראל” ער קלייבט צוזאמען די אלע ניצוצות וואס האבן א שייכות צו אים, און מגאולה הפרטית לגאולה הכללית,
¶55אז ס'קומט ”משיח בן דוד”, וואס ער איז 'הוגה בתורה כדוד אביו' ”וילחום מלחמת ה'” וינצח און ס'וועט זיין דערנאך ויבנה בית המקדש כפשוטו,
¶56ובמקומו אין ירושלים ”בעיר שחוברה לה” יחדיו, ירושלים מוקפת חומה, און דערנאך ”ויקבץ נדחי ישראל” בגאולה האמיתית והשלימה, ובקרוב ממש.