English
ספרייה
kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס אט אזוי איז אויך די דוגמא פון דעם און דער משל, אז בשעת א איד דארף מאכן פון דער וועלט א דירה בתחתונים, וואס דאס איז דאך דורך דערויף וואס ער ווערט באלעבאס אויף דער וועלט, איז ניט גענוג אט דאס וואס ער וועט אנשרייבן אויף א פאפירל, אז ס'וועט קומען א טאג און מ'וועט אים ברענגען דעם פאפירל, וועט ער דעמאלט דערפאר געבן אזויפיל זילבער וכו דורך דערויף ווערט דאס ניט זיין. מ'דארף האבן ער זאל טאן א מעשה בפועל, און דעמאלט ווערט ער באלעבאס אויף דעם חלק אין וועלט, דערפאר וואס ער האט שוין אפגעטאן די זאך, ניט נאר ער האט גענומען אויף זיך א התחייבות אז ער וועט דאס טאן אין א צייט נאכדעם אזוי איז אויך בשעת מ'געהערט צו צבאות השם, איז ניט גענוג אט דאס וואס מ'מאכט א החלטה און א באשלוס, אז אויב דער יצר וועט קומען און וועט וועלן איבעררעדןאיז ער מבטיח, אז מארגן און איבערמארגן וועט ער אים נוק-אוט, נאר מ'דארף האבן, אז שוין היינט זאל ער מאכן פון דעם יצר א זאך וואס האט קיין תפיסת מקום ניט, קיין ממשות ניט, במילא, אז מ'קלייבט זיך צוזאמען אין א התוועדות פון צבאות השם, איז ניט מ'פארנעמט זיך מיט קוקן ארום און ארום וואס ס'טוט זיך, און דערביי שטרילט זיך אויף און גייט ארום צווישן די קינדער און איז זיי מבלבל, און דאס דארף הייסן אז ער האט אויף זיי רחמנות. ווערט דאך די שאלה, ס'איז דאך דא צענדליקער מדריכים, איז פון די אלע מדריכים איז דא מערניט ווי געציילטע, וואס זיי האלטן אין איין ארומשפאצירן און אין איין מאכן מיט די הענט און מיט די פיס, און מבלבל זיין די קינדער, אז זיי זאלןהערן וועגן וואס מ'רעדט מיט זיי, און דערביי וויל ער, אז די קינדער זאלן אים נאך אפגעבן כבוד, און זיצט אויבן אויף, וכמדובר כמה פעמים מבלבל זיין יצר-הרע איז דורך אים מבלבל אויך די קינדער ארום אים, וואס זייער יצר-הרע וואלט זיי געראזט צופרידן.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים