English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

152 סעיפים

1לכאורה דא אינגאנצן ניט פארשטאנדיק: דער דין איז, אז א גר טאר מען אים ניט זאגן זכור מעשיך הראשונים בשעת ס'איז געווען כמה דורות לאחרי דערויף ווי רות האט זיך מגייר געווען איז פארשטאנדיק פארוואס מ'רופט איר אן רות המואביה אין מגילת רות, ווארום דא דארף מען דאך דערציילן דעם גאנצן ענין ווי ס'איז פארגעקומען;

2בשעת ס'איז געווען כמה דורות לאחרי זה, און מ'דארף דערציילן ווער ס'האט געבראכט דעם קרבן העצים, וואס דאס איז געווען מיוצאי חלצי' פון רות איז ווי אזוי רופט מען זיי אן? רופט מען זיי אן בני פחת מואב. וויסנדיק, אז לויט איין דיעה איז דאס בני דוד בן ישי,

3בן צרוי איז דאך לכל הדיעות וואס דארף מען דא דערמאנען אז דאס איז פארבונדן מיט מואב, במילא דארף מען גלייך מפרש זיין, ווי רש"י ברענגט טאקע, אז זיי שטאמען פון רות המואבי ווי קומט רות אין מואב? דערפאר וואס זי איז אמאל געווען ניט קיין אידיש קינד און דערנאך האט זי זיך מגייר געווען בשעת דער דין איז, אז מ'טאר ניט זאגן קיין זכור מעשיך הראשונים

4אפילו ווען מ'האט עפעס דערפון, על אחת כמה וכמה, אז דא רעדט זיך ניט וועגן איר אליין, דאס רעדט זיך כמה דורות לאחרי זה, אפילו כמה דורות לאחרי דוד ויואב, איז וואו כאפט מען דא אן דעם ענין אז דאס איז בני פחת מואב

5דער רמז בזה, על דרך הדרוש על כל פנים, אז דאס איז בדוגמא פון דעם ענין העצים, וואס ווי גערעדט פריער, אז די עצים, איידער מ'ה אט זיי געבראכט, זיינען זיי אפילו ניט קיין מכשירי קרבן און נאך מערער, אז ווען מ'וואלט זיי ניט געשניטן כדבעי וואלט אט דעמאלט געווען דער ענין אז די עצים וואלטן אנגעהויבן מתליע זיין,

6ווערן אין זיי ווערימלעך, ובפרט נאך אז עשרים במנחם אב איז דאך נאך חמשה עשר באב, א ון ווי די גמרא זאגט דארטן גופא, אז בחמשה עשר באב איז פסק כח חמה במילא האט מען געדארפט האבן א זהירות מיוחדת, האט מען פסקו לכרות עצים בחמשה עשר באב, און ווי

7מ'פארענטפערט, אז אדער בעשרים באב איז דאס געווען דעמאלט פון די צוגעגרייטע, וואס זיי האבן געשניטן לפני חמשה עשר באב, אד ער זיי האבן בודק געווען די עצים, אז זיי זאלן ניט זיין מתולעים, וואס אף על פי וואס לכתחילה איז פסקו לכרות עצים בחמשה עשר באב איז דאס דעמאלט אז מ'האט געהאט די ברירה; דעמאלט איז דאך אבער געווען, ווי די גמרא זאגט אליין, אז

8ס'האט זיך אויסגעלאזט די עצים שבלשכה איז בודאי אפשר, אן ענין פון בדיעבד, איז מען געגאנגען אין דעם זמן וואס ס'קען זיין עצים על דרך הרג יל, מצד פסקה חמה איז דאס נאך חמשה עשר באב איז קען זיין עשויין להתליע, און מ'האט בודק געווען און געבראכט לבית המקדש, למערכה, למזבח לויט די דיעות ווי גערעדט

9פריער. בדוגמת זה איז דאס אויך בהנוגע דער חילוק צווישן אידן און ניט-אידן: אויב דאס איז א איד איז ווי גערעדט פריער בארוכה: יעדער איד איז דעם אויבערשטנ'ס א בית המקדש ושכנתי בתוכם זאגט די גמרא השוכן אתם בתוך טומאתם וואס ווי די גמרא זאגט אין יומא גייט דאס אפילו אויף זמן הגלות, ניט נאר בשעת

10ווען ס'איז געווען דער משכן ומקדש, נאר ווי די גמרא דערציילט, אז ס'איז געקומען א גוי און האט גערעדט מיט א אידן, און האט אים געזאגט: וואס איז דער יחוס פון אידן? האט ער אים געזאגט: דער יחוס איז, אז אידן זיינעדיק אין גלות איז השוכן אתם וואס פאר א איד ס'זאל ניט זיין, אפילו ווען ער געפינט זיך אין אן אמת'ן גלות, וואס דאס איז ניט דער גלות חיצוני, נאר דער גלות פנימי: ער איז אין גלות בא דעם

11זיך אין הארצן! ניט דער גוי איז אויף אים נויט אויף אים ארויף דעם גלות ער איז בא זיך געפאלן לגבי דעם גוי! דער גוי ווייס גארניט דערפון, דער גוי וויל דאס גארניט! ער איז זיך ניט משער, אז דער איד איז פאר אים אזוי געפאלן; ער איז עד כדי כך אין גלות-אז ער האט מורא, נפל פחד הגויים עליהם, ביז וואנענט אז

12מ'ברימט זיך, אז ככל הגויים בית ישראל אט דאס איז רחמנא ליצלן דער יחוס מ'איז גלייך מיט א גוי, רחמנא ליצלן! במילא איז פארשטאנדיק, אז א גוי קומט צוגיין און ער זאגט אז אים הארט ניט אז מ'וועט אים פארשרייבן אלס א יהודי פארליט מען זיך אינגאנצן פאר דער טובה וואס דער גוי האט געטאן, און מ'טראגט אים אונטער אין אותיות מרובעות מיט

13און מ'זאגט אים, אז "כל הפתחים פתוחים לפניך" וויבאלד אז דו ביסט אזא פיינער גוי, אז דיר הארט ניט אז מ'וועט אויף דיר פארשרייבן יהודי אף על פי וואס מ'מאנט פון דיר גארניט וכו' וכו' כמדובר כמה פעמים בארוכה. און דערפאר איז מען מדגיש, אז דא רעדט מען וועגן פחת מואב אז ס'קומט

14עשר באב איז עצים עשויין להתליע ס'איז דא צווישן גויים אריינגעפאלן ניצוצים, נשמות, וואס זיי זיינען געשטאנען בא מעמד הר סיני, ווי ער זאגט אין פרקי דרבי אליעזר "את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה" זאגט ער דארטן, אז דארט זיינען געשטאנען די אלע נשמות העתידין לבוא, און אויך די נשמות פון די

15דערנאך האט דער אויבערשטער געוואלט, אז אט די עצים אט די נשמות, זאלן אריינפאלן צווישן גויים געבורן געווארן בא גויים, ביי א גוי'קע, ביי א גוי'אישע פרוי, ביי א גוי'אישע מוטער. מ'דארף אבער וויסן זיין, אז וויבאלד אז פסק כח של חמה אט די היץ וואס מ'האט פאר אידישקייט איז אפגעשוואכט געווארן דארף מען בודק זיין צי דארט איז דא א

16ניט. און על פי רוב, איז פסקו לכרות עצים למערכה ווארום פסקה כח של חמה אז ס'קומט צוגיין צו מגייר-זיין דארף מען אים אפרעדן. פארוואס דארף מען אים אפרעדן, אפשר מיינט ער דאס מיט אן אמת? וויבאלד אז פסקה כח חמה וויבאלד אז ישראל דוויים וסחופים ווי גערעדט כמה פעמים בארוכה

17איז דעמאלט איז מען ניט גוזר עצים למערכה. זאלן זיי זיין אין יער און דארטן וועלן זיי ממלא-זיין תפקידם. ס'איז דא תפקידים וואס א יער איז ממלא, וואס ער טוט-אויף גוטע זאכן. על דרך ווי א גוי יש לו חלק לעולם הבא. און אט דא קומט מען צוגיין און מ'זאגט, אז נאך חמשה עשר באב, וואס דעמאלט איז דארף מען זיך היטן מיט עצים

18איז דאס בדוגמא ווי פחת מואב אז פון מואב מאכט מען א פחת ס'איז אבער ניט געגאנגען אזוי גלאטיק: נעמי האט איר אפגערעדט וויפל זי האט געקענט, ביז וואנענט אז זי האט איר געזאגט, אז זי זאל וויסן זיין, אז ס'איז פארבונדן מיט אן ענין פון היפך חיי הנשמה בגוף: אז א גוי וועט טאן דעם איסור בלייבט ער בח יים על פי תורה; אז א איד

19וועט טאן דעם איסור איז ער היפך החיים על פי תורה! און אין אלע-ערליי פיר אופנים, ווי רש"י ברענגט אראפ בפשטות, וואס דאס איז פאר א"בן חמש למקרא אויך בפירושו אויף רות איז דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז דער פירוש הפשוט פון דעם באשר תליני אלין מיט די אלע פרטים ווי ער רעכנט דארט אויס. און תנ"ך באווארנט נאך מערער, אז

20מ'זאל וויסן זיין, אז ס'קומט צוגיין א גוי וואס דאס איז א שוועסטער פון דער זעלבער רות, און וויל אויך מיטגיין נאך נעמי, און זי איז אויך א בת מלך פונקט ווי רות איז, און וויל אלץ פארלאזן און גיין זיך מאטערן צווישן אידן דערציילט ער אין מגילת רות, אז מ'דארף זיך היטן: ס'קען זיין אז דאס איז די מוטער פון גליית'ן, וואס ער איז מחרף

21אלקים חיים און מחרף מערכות פון ישראל! און אט דאס איז וואס מ'זאגט פחת מואב אז ווער קען זיך פאנאנדערקלייבן אין די עצים וואס זיי געפינען זיך אין יער לאחר חמשה עשר באב? איז מיני'ובי'אבא לשדי בי'נרגא אז מ'דארף האבן דעם פאנאנדערקלייבן זיך אין

22איז די נבואה איז לעובדי'האדומי! און ווי ער זאגט דעם טעם מיני'ובי'אבא לישדי בי'נרגא ווער האט מלחמה מיט פלישתים? דער אייניקל פון רות המואבי דוד מלך ישראל. פארוואס איז דאס? דערפאר וואס ס'איז געווען דער ענין פון פחת מואב פון רות המואבי איז דאס געווען אין אן אופן אז ניט נאר אז זי האט געזאגט אז זי וויל מיטגיין און

23אויף דערויף קען מען זיך ניט פארלאזן: זי ווייס ניט וועגן וואס ס'רעדט זיך, מ'ווייס ניט מיט וואס ס'איז פארבונדן מ'דארף איר דערציילט אנהויבנדיק פון א תחום שבת, ביז דערנאך ביז די ד'מיתות בית-דין, ביז דעם ענין ווי דאס איז לאחרי החיים, ווי רש"י ברענגט אראפ: אפילו נאך דערויף ווי ער איז דורכגעגאנגען אלע עונשים, איז אויך א חילוק צווישן

24און אט דערפאר אז מ'קומט צוגיין און מ'זאגט: אזוי ווי מ'וויל טאן אלץ פארן אידישן פאלק, קען מען, רחמנא ליצלן מוותר זיין אויף גיור כהלכה דא רעדט זיך ניט וועגן אידישן פא לק; דאס רעדט מען וועגן גויים! און ווי גערעדט כמה פעמים: איינע פון די בעסטע עצות, אין אן אופן פון חכמים המה להרע אז מ'האט ניט וואס צו ענטפערן, און דאס איז א זאך וואס ס'איז היפך הצדק,

25היפך היושר, היפך השכל הישר וכו אז מ'זאל איבערשטעלן, אז ניט וועגן דער שאלה רעדט זיך! ס'רעדט זיך ניט וועגן אידן. במילא, אט די גאנצע טענה: אזוי ווי מ'דארף האבן אז ס'זאל זיין אחדות ביי אידן, אזוי ווי מ'דארף האבן אז ס'זאל זיין קירוב הלבבות, אזוי ווי מ'דארף באזעצן ארץ-ישראל, אשר לכן קען מען מוותר זיין אויף גיור כהלכה גיור אויב

26ס'איז ניט כהלכה רעדט זיך וועגן גויים, רעדט זיך ניט וועגן אידן! ס'איז דא אידן וואס זיי מיינען, אז זיי קענען אפנארן זיך, במילא מיינען זיי אז זיי קענען אויך אפנארן א צווייטן אויך וכו זאגן זיי אויף דעם גוי, אז דער גוי איז א איד ניט זיי נארן זיך אפ, ניט זיי נארן יענעם אפ! בשעת מ'קומט צוגיין און מ'מאכט א טומל: גיור איז ניט שייך אויב ניט כהלכה, ווארום

27איז דער גאנצער ענין פון גיור ניטא; אויב ניט כהלכה איז דארף מען קיין גיור ניט האבן! אויב ס'איז ניטא קיין מחיצה צווישן אידן מיט גויים דארף מען קיין גיור ניט האבן! אז מ'זאגט אז מ'דארף האבן גיור, פארוואס? דאס גופא איז א הוכחה, אז ס'איז דא א חילוק צווישן א אידן מיט א גוי; פון וואנענט ווייס מען אז ס'איז דא א חילוק? דערפאר וואס אזוי שטייט אין חומש. ס'איז ניטא

28קיין אנדער מקור. אין חומש שטייט ואבדיל אתכם מתוך העמים קיין אנדער מקור איז ניטא: זאגן אז ס'איז דא א חילוק צווישן א פראנצויז מיט א דייטש בהנוגע צו די ענינים פנימיים, על דרך זה זעט מען ניט קיין חילוק בהנוגע צו אמיתית צו ענינים פנימיים צווישן א אידן מיט, להבדיל, ניט-קיין-אידן; די גאנצע ראי'אויף דע רויף איז פון

29און אויף דערויף זאגט מען, אז"כל הבדלות גייען צוזאמען, ווי די גמרא זאגט אין פסחים, איז המבדיל בין ישראל לעמים און בין אור חושך גייט דאס צוזאמען ס'איז איין ענין: פונקט אזוי ווי דא קען מען ניט משנה זיין, ווי גע רעדט כמה פעמים אנטקעגן בוקר וידע הוי ווי רש"י ברענגט אראפ, אז פונקט אזוי ווי גבולות לילה ויום קען מען ניט משנה זיין

30מען ניט משנה-זיין די גבולות וואס ביי אידן עצמם, צווישן א כהן מיט א לוי וישראל און כהן גדול, על אחת כמה וכמה אין די הבדלה בין ישראל לעמים. איז מען געפאלן אויף דער המצאה, אז מ'זאל ניט רעדן וועגן גויים נאר אנהויבן רעדן אין דער מעלה פון אידן. די מעלה פון אידן דארף מען ניט דערציילן: א איד וואס ווייס פון הלכה דארף מען אים ניט מסביר זיין, אז א איד האט א מעלה; דערמיט לעבט ער און דערמיט איז ער

31און דאס איז זיין מציאות! אט די וואס ווייסן ניט וועגן דער מעלה פון אידן, נאר וואס דען, מ'האט זיי צוגעקוועטשט צו דער וואנט, און זיי האבן ניט וואס צו ענט פערן: היתכן מען מאכט פון גויים אן אנדער מציאות, וואס ניט דער גוי איז דאס ניט דער איד איז דאס איז מען געפאלן אויף דער המצאה צו זאגן, אז נומיר בעסער רעדן וועגן אידן, די טובה פון אידן! די טובה פון אידן איז, אז א איד זאל בלייבן א איד, און א

32גוי להבדיל זאל בלייבן א גוי. וואס דאס איז דער ענין וואו עס ווערט דערציילט דער ענין פון גרים בארוכ ה, וואס דערפון לערנט מען אפ דער רוב הדינים פון גיור כהלכה לערנט מען אפ פון דעם ענין פון רות, איז צוזאמען מיט דעם ענין פון גיור פון רות'ן דערציילט מען וועגן דעם ענין פון

33לויט דעם איצטיקן חוק, וואס ער איז א חוק שאין בו כל ענין של תוכן, מערניט ווי אן ענין פון צו-להכעיס: אזוי ווי מ'דארף באווייזן צו פלוני בן פלוני, אז ניט ער האט די דיעה אויף צו זאגן וואס צו טאן איז רעכט חרוב-מאכן, רחמנא ליצלן, אן ענין וואס איז נוגע צו פערצן מיליאן אידן, צו פופצן מיליאן אידן! אבי צו-להכעיס באוויזן א

34צווייטן, אז ניט זיין מפלגה וועט טאן דאס וואס ער דארף. די מפלגה וויל דאס גאר ניט! דערציילט מען גלייך, ווי ער לערנט אפ די ענינים פון גירות, זאגט מען: לויט אט דעם חוק, ערפה באקומט א דרכון-א פאספארט-אז זי איז א יהודי זי וויל גיין אין ארץ-ישראל, זי

35וויל מוותר זיין אויף א יר יחוס וואס זי איז א בת-מלך, איר הארט ניט האבן צו-טאן מיט א שוויגער... מ'זאגט אז ס'איז א גוואלדיקע זאך אז א שנור איז מסכים מיטגיין אדער נאכגיין נאך א שוויגער איז א סימן אז ס'איז ניט שייך צו זאגן! כלו כל הקיצין האט זי אויף דערוף אויך מסכים געווען. און ווען די שוויגער איז אין א מעמד ומצב"אל תקרו לי נעמי כי המר לי ה און

36ווען זי קומט צוגיין אין לוד גיט מען איר ארויס א פאפיר, אז דרכון, אז זי איז א יהודי זי האט ניט וואס צו טאן מיט נעמי, דאס איז דער ענין וואס אויף דערוף האלט זי ך, רחמנא ליצלן, ווי זיי זאגן, דער קיום וקירוב, ווי די אמיתית הענין אט דאס שלעפט מען אריין, רחמנא ליצלן, א גלית הפלישתי אין ארץ ישראל! און אין אן אופן, אז מ'גיט אים כל הענינים מ'זאל ניט

37דערקענען צי איז ער גלית"צי איז ער א יהודי אמיתי. וכאמור, אז ס'איז כלו כל הקיצין ס'איז ניטא וואס צו ענטפערן איז מען געפאלן אויף א נייע המצאה: נומיר רעדן וועגן קירוב הלבבות פון אידן: אזוי ווי ס'איז דא אידן וואס זיי הארט ניט גיור שלא כהלכה, וואס ווי מ'ווייס דעם אמת: זיי אליין האבן

38די קאנסערוואטיווע מיט די רעפארמער דא: אזוי ווי סאיז דא א לחץ פון די פרומע זאלן זיי שיקן בריוו, אז זיי ווילן ניט אז ס'זאל זיין גיור כהלכה. וואס דערפאר איז דאך ביז איצטער איז ניט געווען אין פוצה פה ומצפצף פון זיי, און ס'איז פארשטאנדיק פארוואס אויך: זיי דארפן קיין גיור ניט האבן א יין און פערציק פראצענט, רחמנא ליצלן, מאכט חתונה א גוי מיט א אידן אן א גיור!

39דער בלייבט א גוי און דער בלייבט א איד; ער דארף ניט האבן די טובה, ער קען אים סיי-וויי חתונה-מאכן; נאך וואס קאכט ער זיך אין גיור פאר אים איז דאס אן איבעריקע צערעמאניע. נאר וואס דען? מ'האט זיך געכאפט, אז מ'האט אויפגעטאן אן ענין וואס ס'איז היפך טובת ישראל-ס'איז היפך טובה פון די

40זיי א גר צדק, וואס ער וועט זיך וועלן אמאל מגייר-זיין, לאזט מען אים ניט צו ער זאל זיך מגייר זיין, ווארום מ'האט אים איינגערעדט אז ער האט זיך שוין מגייר געווען דורך באקומען א פאפירל פון א פקיד אין לוד וואס ער ווייס ניט מאי קאמר. וואס דערפאר איז גלייך מיט גיור כהלכה האט מען גלייך באווארנט, אז ניט דערפאר אז דאס באווארנט אזא וואס וויל ניט

41אויסגעריסן ווערן מיט אידן: ס'גייען צוויי גויה'ס, און ביידע זיינען בנות מלכים, און ביידע זיינען מסכים אויף גיין אין ארץ-ישראל און אויסגעריסן ווערן דארטן. כי המר לי ה אויף דעם תנאי גייען זיי און אף על פי כן זאגט תורת אמת, וואס זי איז תורת חיים, אז איינע פון זיי איז פון איר וואקסט גלית הפלישתי די

42צווייטע איז-אט די וואס ריבתה להקב"ה בשירות ותשבחות וואס דערפאר איז נקרא שמה רות ווי די גמרא זאגט אין ברכות. און די ברירה ווי אזוי דערקענט מען דאס איז דאס ניט דורך דערויף וואס דער וועט זאגן א שיינעם ווארט אדער ניט-קיין-שיינעם ווארט; די ברירה איז דא איין און איינציקע ברירה: ער איז מקבל אויף זיך תחום שבת, מקבל אויף זיך יחוד, מקבל אויף

43זיך ד'מיתות בית-דין, מקבל אויף זיך בית-הקברות מיוחד, מיט די אלע פרטים ווי די גמרא רופט דאס אן בכללות קלות וחמורות און דאס איז נוגע, ווי מ'זעט פון דעם סיפור עצמו: דאס איז ניט אן ענין פרטי, אז וויבאלד דאס רעדט זיך וועגן איין גויה, וועגן ערפה, במילא איז וואס איז אזוי דא וואס צו מאכן דעם

44אלעמאל זיין, מ'איז דאך מערניט ווי א בן-אדם, און שגיאות מי יבין האט מען א גויה פארשריבן אלס א אידישע, איז וואס איז דא די עוולה? דערציילט די מגילת רות כפשוטו: ס'האט זיך גערעדט וועגן איין און איינציקער גויה, וועגן ערפה, און זי האט געהאט קרובים אין ארץ-ישראל: א שוויגער, א שוועסטער וואס האט זיך מגייר געווען וכו'וכו איז

45לכאורה וואס איז דא אזוי דער גוואלד? איין גוי וואלט מען א טעות געהאט, און דערנאך קען מען דאך מאכן נאך א ועד וועט מען מאכן א וועידה מ'וועט מודיע זיין אז מ'האט אוועקגעזעצט א קאמיטעט, קען מען זיך גיין לייגן שלאפן, וועט דורכגיין דריי יאר, ואין קול ואין עונה. מ'פרעגט ווער ס'זיצט אין דער ועידה זא גט מען ניט קיין נאמען! פארוואס זאגט מען ניט קיין נאמען? ס'איז ניטא וועמען אנצורופן; ס'איז קיין ועידה ניטא!

46און וועגן וועמען רעדט זיך דאס? וועגן איין און איינציקן פאל! דערציילט ער, אז וואס איז געווען נוגע דער איין און איינציקער פאל? איז געווען נוגע, אז גל יית הפלישתי איז געקומען בשריון, האט מען געוואוסט, אז דאס גייט א פלישתי, האט מען זיך צו אים געגרייט, האט שאול געמאכט א גאנצן טומל, און מ'האט געפונען דוד'ן, און דוד האט גענומען די שטיינדלעך, מיטן גאנצן סיפור המעשה; פארוואס?

47אידן האבן געוואוסט אז דאס איז גלי ית הפלישתי און גליית הפלישתי האט געוואוסט אז ער איז א פלישתי רחמנא ליצלן, ווען מ'נעמט איר אריין אינעווייניק, און גליית וואקסט-אויס צווישן אידן, ו מדבר בלשון הקודש ו הולך ד'אמות בארץ-ישראל, און דערנאך קומען נאך

48זאגן: וואס האט מען צו אים א טענה?! ער טענה'ט אז ער איז א איד, ער איז מדבר בלשון הקודש, מהלך ד'אמות בארץ ישראל זאגט ער אין ירושלמי אז"יש לו חלק לעולם הבא דער איין חילוק איז: דער ירושלמי זאגט דאס וועגן א אידן! אט דאס איז דער גאנצער חילוק. וויבאלד אז ניט נאר ער וויל ניט אז ס'זאל זיין א חילוק צווישן א אידן מיט א

49איז דער חילוק להיפך: ער איז בא זיך אראפגעפאלן פארוואס האט אים דער אויבערשטער געשטראפט אז ער איז געבארן געווארן ביי אתם המעט מכל העמים ער האט דאך געקענט געבארן ווערן א פראנצ ויז, געקענט געבארן ווערן אן ענגלאנדער! אט דעמאלט וועט אידן האבן געהאט די תורה ומצוות איז זיין זיידע איז געלאפן אין די וועלדער, געגעסן רויע פלייש און גע'הרג'ט מענטשן, און געגעסן זיינע

50און דער אויבערשטער האט אים געשטראפט אז ער איז געבארן געווארן אין א קליינע שטעטל, דארף זיך האלטן מיט זיין אידישקייט, קען דערפון ניט באפרייט ווערן, אז ס'קומט צוגיין ערפה און שרייט, אז זי איז מסכים רעדן לשון הקודש, און מסכים להלך ד'אמות בארץ-ישראל, און מסכים אז ס'זאל מיטגיין מיט דער אין אן אופן פון המר לי פארלירט ער זיך

51אינגאנצן בא זיך. און בשעת ס'קומט צוגיין א צווייטער איד און זאגט: וואס ווילסטו צונעמען דעם ברעקל ברויט פון מיין זון, און דערמיט שלעפן א גוי פון חוץ-לארץ, און אין אים משקיע זיין דרייסיק טויזנט דאלער, כדי ער זאל זיך באזעצן אין ארץ-הקודש האלט-אויס די ארימע קינדער אין ארץ-ישראל! די ארימע קינדער אין חוץ-לארץ. הויבט מען אן טענה'ן: ס'דארף זיין

52זאגט, אז נאך מערער ווי מ'דארף זיך היטן פון די דארף מען זיך היטן פון די צבועים וואס דאס איז גאר אן ענין וואס לא הי'לעולמים: אפילו ריש גרגותא מן שמיא קא ממנו לי האט דער אויבערשטער געוואלט אז ס'זאלן זיין פיר-פינף אידן וואס זיי זאלן באקומען מערער געלט, מערער כבוד, און מיט זיי זאל זיך פלוני בן פלוני

53צו זאגן פלוני בן פלוני, אז דאס וואס זיי זאגן איז דאס די מיינונג וואס זיי וועלן דאס דערנאך דורכזעצן בא הונדערט טויזנט אידן וואס זיי האבן זיי געקליבן, צי הונדערט און פיר טויזנט אידן, און מיט אנדערע איז זיך ניטא וואס

54צו רעכענען! בשעת מ'האט אבער געזע ן, אז אומר ואינו עושה, גוזר ואינו מקיים ניט זיי האבן א דיעה אויף זיך, במילא איז פארשטאנדיק אז זיי קענען ניט האבן קיין דיעה אויף אנדערע; אזוי ווי מ'האט פארכאפט די בענקלעך, און דער עיקר די קופה פון די געלט, און דער עיקר די מעגלעכקייט א ויף געבן שטעלעס האט מען

55פשוט מורא, אז ניט בלייבט מען אן א שטעלע, גיט מען לכתחילה ארויס א פאפיר, אז וואס פלוני בן פלוני זאגט מארגן און איבער-מארגן און איבער-איבער-מארגן איז ער אויף דערוף מסכים! כ'האב באקומען א בריוו פון א רב פון ארץ-ישראל, איז מען געקומען צו אים צוגיין און מ'זאגט אים, אז אזוי ווי ס'דארף זיין

56אז דו וועסט שטימען פאר פלוני בן פלוני נעמט מען דיר אריין אין דער ועידה וואס דארף קלייבן די רבנים ראשית, און ער פרעגט ביי מיר אן: ווי דארף ער זיך פירן? אזוי ווי ס'איז אים נוגע זיין פרנסה, ווארום אויב ער וועט זאגן אויף ניט, איז דאך א סימן אז ער וויל ניט פאלגן אט דעם וואס האט אים געגעבן פרנסתו, וואס יענער רעדט אז

57לעם ישראל צי קען ער שטעלן אין סכנה זיין פרנסה, אדער ער זאל מוותר זיין און זאל זיך ניט איינרייסן און זאל לכתחילה ארויסגעבן א פאפירל, אז ווי מ'וועט אים הייסן אזוי וועט ער שטימען. על כל פנים רעדט זיך דאס וועגן בחירות אויף רבנות. דא רעדט זיך וועגן בחירות אין אידישן פאלק! וועגן אויסקלייבן אז פלוני בן פלוני

58ביז דער רגע איז ער געווען א גוי, א בן-נח, איצטער איז ער געווארן"בן אברהם יצחק ויעקב און נאך מערער: ווי דער רמב"ם שרייבט אין דער תשובה צו רבינו עובדי'הגר, אז דער יחוס פון א אידן איז"בן אברהם יצחק ויעקב דער יחוס פון א גר איז דער אויבערשטער אליין, ווי ער ברענגט דארט ראיות אויף דערויף מכמה מקומות. וואס דאס איז העכער פון דעם יחוס צו אברהם יצחק

59ויעקב, אונטערשטייט מען זיך ארויסגעבן דעם יחוס מיטן אויבערשטן צו א גוי, וואס ער איז געווען א גוי, ער איז א גוי, און וועט זיין א גוי, און וועט ברענגען-רחמנא ליצלן-פירוד הלבבות צווישן איין אידן מיט א צווייטן אידן, מיט אלע שוועריקייטן, נוסף אויפן ענין פון

60אז ס'איז געקומען, מ'האט זיך אלץ געדרייט מיט תירוצים אהין, תירוצים אהער: ס'איז מערניט ווי איין גויה, ס'איז צוויי גויה'ס, און ווי גערעדט פריער בנוגע צו ערפה האט זיך אויך גערעדט וועגן איינע, דערנאך האט מען געזאגט א צווייטן ענין: מ'האט אוועקגעזעצט א קאמיטעט, א ועידה וואס עד היום ווייס מען ניט די נעמען, ווער ס'איז דארטן, וואס די ועידה האט געטאן וכו און דערנאך איז אבער שוין

61ניט געווען קיין ברירה, און מ'האט געדארפט זאגן קלאר, אז צי פאדערט מען אז ס'זאל שטיין גיור כהלכה"צי ניט, בא וועמען האט מען דאס געפרעגט? איז איינער האט בפירוש געזאגט, אז אויב די ראש הממשלה וועט זאגן, אז מ'זאל שטימען אנטקעגן דעם שינוי החוק, אריינצושטעלן גיור כהלכה וועט ער אזוי טאן, וועט ער שטימען אנטקעגן!

62דערנאך איז א צווייטער וואס האט געזאגט, מיט א פאר חדשים פאר דעם, און האט דאס געזאגט בגלוי אין כנסת און ס'איז געווען געדרוקט, אז דאס וואס ס'שטייט אז גיור און מ'זאגט אז ס'מוז זיין גיור כהלכה מערניט וואס דער שר המש פטים איז אזוי מפרש וכו איז במה דברים אמורים? וועגן ארץ-ישראל, א גיור וואס איז אין חוץ-לארץ, זאגט מען בפירוש בשם

63פון זיין גאנצע מפלגה, אז דאס איז געווען אפגערעדט, אז לגבי חוץ-לארץ האט מען קיין מעגליכקייט ניט צו מאכן חילוקים וחקירות ודרישות, איז קיין נפקא מינה ניט וואס פארא גיור ס'וועט ניט זיין. וואס ווי גערעדט פריער: די רעפארמער מצד עצמם איז די גאנצע זאך ניט נוגע; זיי גיבן זיך אן עצה, מ'מאכט חתונה א גוי מיט א אידן אן גיור לגמרי!

64וואס איין און פערציק פראצענט איז דאס איז אפיציעל, ס'איז דא אזעלכע וואס אביסעלע שעמען זיך, מ'ווייס נאך ניט וויפל האבן דאס ניט געוואלט מגלה זיין איז אט דאס איז דער צווייטער וואס מ'האט ביי אים געפרעגט. דערנאך, אז מ'איז געקומען פאר זיך אליין און מ'האט א קוק געטאן אויף זיך אליין אין שפיגל: וואס הייסט אז ער אליין וועט גיין און מ'וועט פר עגן צי ס'דארף זיין געשריבן

65כהלכה וועט ער שטימען אנטקעגן, אדער ער וועט שטיין און שווייגן, וואס דאס גופא ווייסט מען ווי דאס ווערט אויסגעטייטשט, אז שתיקה כהודאה דמיא איז מען געפאלן אויף אן אנדער המצאה, אז מ'זאל האבן א טענה, אז דער וואס האט דאס דער לאנגט איז ער שלא כדבעי. ווי גערעדט אמאל בהנוגע צום דעם פראצעס וואס מ'האט געמאכט אויף בייליס'ן האט זיך גערעדט וועגן עלילת דם אויפן

66גאנצן אידישן פאלק, על-דרך ווי פלוני בן פלוני זאגט, אז דער אידישער פאלק זיינען ראסיסטן, אשר לכן איז ווילן זיי אפטיילן אידן פון גויים וכו וויסנדיק אז על פי אידישן פאלק איז ניטא קיין ענין של גזע: יעדער גוי, אויב ער איז זיך מגייר כהלכה ווערט ער א איד, און ווי דער רמב"ם זאגט, אז נאך מער מיוחס פון א אידן!

67און ער ווייס דערפון אף על פי כן זאגט מען דאס בגלוי, און עד היום האט ער ניט חרטה געהאט, און ער איז איינער פון די וואס האט גע'פסק'נט אז מ'זאל געבן שליט'ס קינדער א פאפיר אז ער איז יהודי אבער גע'חתמ'עט האט ער ניט, מערניט ווי געזאגט אז אזוי דארף זיין. און ער ווייס, אז אין שליח לדבר עבירה די עבירה האט געטאן דער וואס האט

68מיט זיין פקיד און מיט דעם וואס ער האט אויף אים מאיים געווען, אז אויב ער וועט ניט חתמ'ענען, ווארפט מען אים ארויס פון דער שטעלע! אז ס'איז געווען על דרך זה בא דיעלא בייליס אז מ'האט ניט געוואוסט מיט וואס אפצוענטפערן די שאלה איז ווי גערעדט אמאל כמה פעמים, האט מען זיך אנגעהויבן טשעפען: אזוי ווי אויף די בולים אויף די סטעמפס איז געווען די צורה פון דעם מלך פון רוסי

69האט מען אנגעקלעפט דעם סטעמפ מיט די קאפ אראפ, איז ער מבזה מלכות. וויבאלד ער איז מבזה מלכות איז קיין נפקא מינה ניט וואס ס'שטייט אינ עווייניק אין בריוו געשריבן. האט מען אנגעהויבן זיך פארקען: וואס איז די כוונה פון דעם, וואס ער האט געוואלט אז מ'זאל שטימען צי גיור כהלכה"צי ניט וואס איז אייך די נפקא מינה די כוונה?! מ'בעט צי מ'זאל אים געבן א מעדאל? ניט וועגן

70דערויף רעדט זיך; ס'רעדט זיך צי גיור כהלכה"צי ס'מאכט ניט אויס היפך ההלכה! וואס וואס איז הלכה זאגט די גמרא: דבר הוי'זו הלכה דאס גייט מען אנטקעגן דעם אויבערשטן. פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן פלוני בן פלוני, ער זאל אריינטראגן די הצעה? דאס איז דעם אויבערשטנ'ס דרכים, ווייס איך ניט, ער ווייס אויך ניט, אבער וואס איז הלכה?

71איז דאס ניט דבר פון פלוני בן פלוני, דאס איז דבר ה אונטערשטייען זיך אידן און זאגן, אז ער וועט שטימען אנטקעגן דערפאר וואס דער ראש הממשלה האט געזאגט, אז אויב ער וועט ניט שטימען אנטקעגן וועט מען אים דעמאלט טאן כך וכך. דערנאך, אז ס'איז געווארן גאר ענג האט מען זיך מיישב געווען, געמאכט א

72החלטה, אז במה דברים אמורים אז מ'וועט זיך אפהאלטן פון שטימען, וואס דאס אליין איז ווי גערעדט, דאס איז שתיקה כהודאה דמיא אזוי האט מען מיט זיי אויסגענומען, אז אויב זיי שוו ייגן איז א סימן, אז זיי גייען ניט אנטקעגן די קאאלציע, וואס וואס זאגט די קאאליציע? זאגט זי גיור שלא כהלכה קיין נפקא מינה ניט וועלכער גיור. מ'האט דאס בפירוש אויסגעטייטשט:

73מ'דארף ניט זוכן קיין ראיות צי שתיקה כהודאה דמיא אדער דערפאר וואס ער רעכנט זיך ניט מיטן מדבר; דאס וועט קיינעם ניט איינפאלן זאגן, אז די עלף מענטשן, צוועלף מענטשן, רעכענען זיך ניט מיט די וואס האבן אריינגעטראגן די הצעה פון גיור שלא כהלכה במילא איז ער אים אויף אזויפיל מבטל אז ער איז גאר ניט משים לב, אים שטייט ניט אן צו רעדן מיט זיי חס ושלום אז מ'וועט זיי חושד זיין

74אין דעם! זיי וועלן דערהערן אז מ'איז זיי חושד אין דער זאך איז ניט שייך צו זאגן, וואס הייסט ער רעכנט זיך ניט מיטן צוויין מיניסטער?! במילא אט די סברא איז אינגאנצן אפגעפאלן, מערניט ווי שתיקה כהודאה דמי וואס איז די נפקא מינה? אויף דערויף האט מען באקומען דעם רשיון. האט דער אויבערשטער

75ווי ער זאגט אין דניאל, אז אין סוף הגלות יתבררו ויתצטרפו ויתלבנו הדברים ס'מוז ווערן ק לארער"מי לה הלנו אתה או לצרנו האט מען דאס אוועקגעשטעלט אויף אפשטימונג, האט מען געמאכט נאך קלארער די לאגע האט מען מחליט געווען מיט עטלעכע שעה פאר דער אפשטימונג, אז אויב מ'וועט באקומען א הבטחה

76תמיד אט די פאר חדשים וואס זיי זיצן נאך על כסאם, און דאס וועט זיין די הבטחה בכתב, א צווייטער תנאי: אויב אט די אלע צוועלף-עלף מענטשן וועלן זיך אלע אפהאלטן אט דעמאלט וועט מען זיך אויך אפהאלטן, משא"כ אבער מכלל הן אתה שומע לאו אויב ס'וועט ניט זיין קיין הבטחה בכתב,

77אויב אפילו איינער וועט זיך ניט אפהאלטן און וועט שטימען אז גיור קען זיין נאר כהלכה אט דעמאלט קענען אלע שטימען אז גיור איז כהלכה. אט דאס איז געווען די החלטה מיט געציילטע שעות פאר דער הצבע ה. איז מען געקומען צוגיין צו דער באלעבאסטע האט זי געזאגט: א הבטחה בכתב לא מיטן א גרויסן אל"ף. האט מען

78שלוחים הין און צוריק, און צוריק און אהין, האט מען געזאגט א הבטחה בעל-פה פון איר אליין האט זי געזאגט"לא פארוואס האט זי געזאגט"לא זי ווייס מיט וועמען זי האט צוטאן: מענטשן וואס ס'איז מערניט ווי מ'זאגט דאס דא יעס מענער זיי זיינען אוועקגעזעצט געווארן בתנאי, אדער זיי אליין און ווי גערעדט פריער, אז מ'האט זיך דאס ארויפגענומען, אז וואס מ'וועט זיי זאגן

79איז בד יבור וועט מען זיך די נגען; בהנוגע לפועל זאגט מען מלכתחילה"הן וויבאלד אז דאס קומט ממקום פלוני. האט זי געוואוסט: זי דארף ניט געבן קיינע הבטחות בכתב, דארף ניט געבן בעל פה, ביז וואנענט אז מ'איז איר צוגעשטאנען סוף:- כל-סוף דארף עפעס פארט זיין האט זי מסכים געווען, ס'זאל אוועקגיין צוויי שלוחים, און די שלוחים זאלן רעדן חדר

80מחדר, און דערנאך וועט מען זאגן, אז די שלוחים האבן געזאגט כך, דער האט געזאגט כך, געזאגט בשמה, שלא בשמה וכו'וכו דערנאך איז מען אוועקגעגאנגען צו די הצבעה איז געווען איינער וואס דער אויבערשטער האט אים אריי נגעגעבן די שטארקייט און ער האט געשטימט אנטקעגן, במילא, לויט זייער החלטה אליין, אז קיין הבטחה בכתב איז ניט

81געווען, און ניט ס'איז ניט געווען בדרך מקרה זי האט געזאגט בפירוש: זי וועט ניט געבן קיין הבטחה בכתב, און דערנאך איז געווען בא די הצבעה האט איינגער געש טימט גיור כהלכה איז לויט זייער החלטה אליין האבן זיי אלע געקענט שטימען גיור כהלכה ווארום אזוי האבן זיי מחליט געווען-זיי האבן אזוי מחליט

82דער חילוק איז: אט דער וואס האט געשטימט גיור כהלכה מיט א שעה פאר דעם איז ער געגאנגען צום כותל המערבי; אט די וואס האבן זיך אפגעהאלטן איז עטלעכע פון זיי האט מען געשיקט שלוחים זיך מיישב-זיין מיט דעם וואס טיילט געלט אין דער ממשלה, מיטן שר האוצר, א צווייטער איז געשיקט שלוחים מיישב זיין זיך מיט א צווייטן פאליטישן, זיי איז ניט

83איינגעפאלן: אפשר דארף מען זאגן א קאפיטל תהלים, זיי זאלן ניט פארשריבן ווערן צווישן אט-די-א וואס זיי ברענגן טובות אויף אידן אדער צווישן אט די וואס זיי זיינען הפכם. און דערנאך איז דאס נאך אלץ געווען ווייניק און אט דא זעט מען דעם חושך כפול ומכופל: אט די החלטה האט געמיינט, און ווי ס'איז געזאגט געווארן

84אז אויב ס'וועט זיין אן ענין וואס מ'וועט ערלויבן אז מ'קען שטימען אנטקעגן, דאס הייסט אז גיור דארף שטיין כהלכה מ'וועט ארויסנעמען פון די התחייבות, וועלן זיי שטימען גיור כהלכה די איינציקע זאך פארוואס, דערפאר וואס מ'ערלויבט זיי ניט, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דער נוסח פון גיור כהלכה איז דאס זייער נוסח, וואס

85זיך און מ'שעמט זיך ניט, אויף מארגן דרוקט מען אפ אין צייטונג, אז וואס קריגט מען זיך און וואס דינגט מען זיך אז ס'זאל שטיין גיור כהלכה דאס איז פ ארקערט: דאס איז ניט נאר ס'וועט ניט זיין קיין תועלת דאס וועט זיין א קלקול, ווארום די רעפארמער וועלן זאגן, אז זיי האבן כהלכה ווערט דאך די שאלה: מיט דריי שעה פאר דעם האט איר אליין מחליט געווען, אז

86בחסד אז איר זאלט שטימ ען פאר דעם תיקון וועלן זיי זיך ניט רעכענען-אט די עלף מענטשן-וואס איז די כוונה פון דעם וואס האט אריינגעטראגן די הצעה, און זיי וועלן שטימען אז ס'דארף שטיין גיור כהלכה וואס דעמאלט האט מען אויך געוואוסט אז ס'איז דא רעפארמער, און מ'האט געוואוסט אז ס'איז דא קאנסערוואטיווער, און מ'האט געוואוסט, אז מ'האט זיי געבעטן אז זיי זאלן שיקן

87אז זיי ווילן ניט אז מ'זאל משנה זיין גיור כהלכה מיט די אלע פרטים, און אף על פי כן האט מען מחליט געווען דברים ברורים, אז אויב מ'וועט באקומען דעם רשיון פון א בן אדם אז מ'זאל שטימען גיור כהלכה וועט מען שטימען גיור כהלכה ניט קיין אנדער נוסח, איז א סימן, אז זיי האבן מחליט געווען און מ'האט דאס אפגעדרוקט-אז דאס איז

88האפשרי, דערנאך האט מען געזאגט, אז אויב מ'וועט ניט געבן קיין רשיון פון בשר-ודם וועט מען זיך ניט רעכענען מיט דער קאאליציע מיטן אויבערשטן, מיט דעם ברית וואס לעברך בברית הוי'אלקיך ובאלתו אז מ'דארף טאן ווי דבר הוי'זו הלכה נאר וואס דען ס'וועט גיין אזוי ווייט ביז שווייגן,

89וועגן וואס? וועגן דערויף אז ס'זאל שטיין גיור כהלכה און דערנאך, כאמור, איז דאס נאך ווייניק, איז מען אוועקגעגאנגען צו אלטע רבנים, און מ'האט זיי דערציילט ענינים וואס קיינער איז דע רביי ניט געווען און מ'ווייס ט ניט וואס און ווען, און דערנאך האט יענער געזאגט-אדער מ'זאגט בשמו-אז דאס איז א קידוש השם וואס מ'האט זיך אפגעהאלטן

90ווי גערעדט פריער, אז דער ראש הממשלה האט בפירוש געזאגט, אז די שתיקה איז דאס כהודאה דמיא שטימען אנטקעגן דבר הוי'זו הלכה עד כדי כך הגיעו הדברים, אז מ'שעמט זיך ניט אליין צו זאגן, אז ס'איז געווען ביי אים אליין א קא-ס לקא-דעתך און א סברא חזקה ער זאל זיך אפזאגן פון דער

91חברות אין כנסת אבי ניט זיין מוכרח פון ניט שטימען פאר גיור כהלכה איז דאך א סימן, אז ער אליין ווייס וועגן וואס דא רעדט זיך, עד כדי כך אז ביי אים איז רעכט צו מוותר זיין על כל הענינים אבי ניט זיין א שווייגער, ווען ס'טומלט זיך צי גיור כהלכה"צי גיור ניט כהלכה אבער צום כותל המערבי איז ער ניט

92געגאנגען, קיין קאפיטל תהלים האט ער ניט געזאגט! ועד כדי כך הגיעו הדברים, אז בשעת מ'האט געדארפט מסביר זיין פארוואס מ'מעג שווייגן ווען ס'גייט-אן א סברא צי דבר הוי'זו הלכה האט אויך אן תוקף אין ארץ הקודש, אדער וויבאלד אז דארט איז מסיבות שונות ומשונות דארף מען

93דארט שטימען אנטקעגן דעם האט ער אויף זיך גענומען די שליחות, און מ'שמועסט אים איין אז דאס איז א קידוש השם, אז ער זאל דאס מסביר זיין וויסנדיק אז ער אליין האט געזאגט אז ער האט געוואלט זיך אפזאגן פון אלע זיינע פאסטנ'ס, אבי ניט שווייגן, און על אחת כמה וכמה ניט דארפן שטימען אנטקעגן, ער אליין איז געווען צווישן די וואס האבן

94מחליט געווען, אז אויב איינער וועט זיין ניט קיין נמנע נאר וועט שטימען, אז ס'דארף שטיין גיור כהלכה דאן קענען אלע שטימען אזוי און אף על פי כן האט ער דאס געטאן! און דערנאך כ'ווייס ניט וואס מ'האט אים צוגעזאגט, אבער ס'איז שוין דא א קא-סלקא-דעתך: ס'איז געווען איינער וואס איז פריער געגאנגען צום כותל המערבי, און דערנאך האט

95ער געש טימט אז דער אויבערשטער איז גערעכט אפילו אין שנת תשל"ב אין ארץ הקודש, אפילו אין ירושלים עיר הקודש, איז דבר הוי'היא תקום אז ס'וועט זיין דער ענין פון גיור דוקא כהלכה האט מען אים די ערשטע זאך ארויסגעווארפן פון די פאסט'ן וואס ידם מגעת, און ווי ער

96אליין האט דערציילט, אז ער האט זיך גאר ניט דערווארטעט, קענענדיק זיי, אז פון זיי וועט זיין אן אנדער יחס, אז זיי וועלן אים ניט ארויסווארפן, און געבראכט א ראי אז פלוני בן פלוני-און ער האט אנגערופן דעם נאמען-האט אים געזאגט, אז אויב ער וועט שטימען גיור כהלכה וועט מען אים ארויסווארפן פון דער שטעלע, און ארויסווארפן פון דער דירה, און האט דאס געזאגט

97אנרופנדיק דעם נאמען, און דערנאך מסיים געווען, אז איך רעד מיט אים וועגן אן ענין פון מצפון פון אמונ ה ודת און ער ענטפערט מיר אן ענין פון א דירה מיט א שטעלע! פארוואס טאקע האט ער אים געענטפערט א דירה מיט א שטעלע? דערפאר וואס ביי אים ווייס ער, אז בנוגע צו אים איז א

98דירה מיט א שטעלע איז מכריע דעם כף מאזניים, אן קיינע ספיקות. עד כדי כך, ווי גערעדט פריער, אז זיי אליין האבן געזאגט מיט עטלעכע שעה פארדעם, אז גיור כהלכה, אויב נאר זיי האבן דעם רשיון איז בפירוש וועלן זיי שטימען אז ס'דארף שטיין גיור כהלכה די איינציקע מניעה איז וואס זיי האבן ניט קיין רשיון וכו'וכו און איצטער גייט מען

99ענינים, אז כהלכה וועט דאס זיין א טובה פאר רעפארמער, און זיי ווילן מציל זיין דעם דבר הוי מיטן שולחן-ערוך פון די רעפארמער-אשר לכן האבן זיי געטאן כך וכך; ס'איז צוגעקומען א נייער הישג דתי! דער גאנצר ענין איז א הישג דתי איצטער איז צוגעקומען א נייער הישג דתי בלשון הידוע: מ'איז ניט אנטלאפן פון דער

100מערכה. און אט דא קומט-צו נאך א דבר מבהיל: איידער מ'האט געשטעלט אויף אפשטימונג דעם ענין פון גיור כהלכה איז געווען אן אפשטימונג פון א צווייטע זאך, פון א צווייטן חוק, וואס דאס איז א באזונדער צרה בפני עצמה, וואס אין כאן המקום לדבר על זה, וואס דארט האט מען געו וען פארקאכט אז ס'זאל זיין וואס מערער שטימען, איז געווען

101הונדערט מענטשן בא דער הצבעה פון דער ערשטער הצבעה אז ס'איז געקומען צו דער הצבעה פון דעם חוק האבן געפעלט צוואנציק מענטשן וואס זיינען אוועקגעגאנגען. אן קיין כוונה. ס'זיינען אוועקגעגאנגען די לינקסטע שבלינקסטע מיט די מי טלסטע וכו פרעגט זיך די שאלה: איר האט ניט קיין שטארקייט אט די

102שטימען פאר דעם אויבערשטן אנטקעגן א בשר-ודם-ער שטימט ניט אנטקעגן זיך: ער אליין ווייס אז גיור קען זיין נאר כהלכה ווי גערעדט פריער: די גאנצע זאך איז אריין אין א"צו-להכעיס א ין א שאלה פון פרעסטיזש: ווער וועט מנצח זיין! אט דאס איז די גאנצע זאך. אבער אלע צדדים ווייסן אז גיור איז כהלכה פרעגט זיך די שאלה: האסט בא

103זיך ניט די שטארקייט, מאיזו סיבה שתהי אויף טאן ווי דער אויבערשטער וויל און זאגן אז דבר הוי'זו הלכה האט א שטארקי יט אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, אפילו אין זמן הגלות שלא הי'כמוהו, אז מ'זאל זאגן אויף א חורבן אז דאס איז א הישג דתי אף על פי כן איז דבר הוי'זו הלכה אזוי האלט ער

104צוואנציק פון די מערך פארוואס איז ער ניט או ועקגעגאנגען צוזאמען מיט זיי?! קיינער האט אים ניט געשטערט, אויף דערויף איז גאר קיין ציווי ניט געווען! די נפקא מינה איז: אז מ'וואלט אוועקגעגאנגען וואלט געפעלט דער נשיאת-חן ניט בעיני אלקים בעיני אדם! און ניט

105ער איז דא, און ער איז מקדש השם בלשון סגי נהור, און מ'פרעגט צי ס'דארף זיין גיור כהלכה זיצט ער קאלט-בלוטיק בא דער זייט און שווייגט, און דערנאך ברימט מען זיך, אז מ'איז געבליבן זיצן, מ'איז ניט אוועק פון דער מערכה צוואנציק מענטשן פון דער מערך זיינען אוועקגעגאנגען מיט עטלכע מינוט

106פאר דעם מצד איך ווייס ניט מאיזו סיבה שתהי צווישן זיי איז מסתמא געווען אזעלכע כדי זיי זאלן ניט דארפן שטימען אנטקעגן הלכה, און פון אט די עלף האט זיך ניט געפונען אחוץ איינער וואס איז אוועקגעפארן, און שעמט זיך איצטער צו זאגן אז ער איז אוו עקגעפארן כדי ניט דארפן שווייגן ווען מ'איז מבזה דבר הוי'זו הלכה און

107זוכט אנדערע תירוצים, און אט די עלף האבן בא זיך ניט געקענט פועל'ן אפילו אט דעם ענין אויף ארויסגיין שמועסן אדער שפאצירן אדער טאן וואס זיי ווילן, אבי ניט זיין בא דעם בזיון פון כללות עם ישראל, אז ס'קלייבן זיך צוזאמען אידן, און זאגן אז זיי רעדן בשם עם ישראל היושב בארץ ישראל, און זיי

108גייען שטימען אז דבר הוי'זו הלכה פארנעמט ניט, רחמנא ליצלן, בא זיי קיין ארט! וואס על פי דין איז א מקום לדון צי האט מען ניט געדארפט רייסן קריעה ווען ס'איז געו וען אט די הצבעה! ניט נאר אז זיי איז דאס ניט איינגעפאלן נאר זיי האבן געשוויגן, דערנאך האט מען אויסגעקליבן אט

109דעם וואס אים וועט מען ניט חושד זיין אז ער זיצט אויף א בענקל, מ'האט אים מערניט ווי צוגעזאגט א בענקל בעתיד, אבער ניט דערוויילע, זאל ער מסביר זיין אז מ'האט געדארפט שווייגן, אף על פי וואס ער אליין האט געזאגט, אז ער האט זיך געהאלטן ביי אפזאגן פון די אלע ענינים אבי ניט דארפן שטימען אנטקעגן, און דערנאך גייט מען אן און מ'איז

110מבטיח, אז בשעת ס'וועט קומען די צייט, און ס'וועט קומען דער יום הדין און ס'וועט זיין בחירות זיינען זיי מבטיח, אז דעמאלט וועלן זיי מלחמה-האבן פאר דבר הוי'זו הלכה! אט דאס וואס זיי האבן מחליט געווען מיט א שעה פריער, און זיי האבן דאס געהייסן דרוקן האט מען גלייך געטאן פארקערט, דערנאך האט מען דאס מסביר געווען, אז דאס איז א

111דערנאך האט מען מסביר געווען, אז דאס וואס די רבנים האבן ארויסגעגעבן א פסק-דין אז ס'דארף שטיין דער ענין פון גיור כהלכה איז דאס א סיוע פאר רעפארמער. דאס איז דאך אן ענין וואס תצילנה אזני כל שומע! א פסק-דין פון זייערע רבנים, אז ס'דארף שטיין גיור כהלכה, נאך די אלע סילופים, אז ס'איז געווען אן ענין פרטי

112וכו אבער דאס איז הכל מודים, אפילו נאך די סילופים, אז דער תיקון איז געווען אז ס'זאל שטיין גיור כהלכה אונטערשטייט מען זיך, מ'שיקט פאנאנדער א בריוו, אויף ענגליש, כדי ס'זאל אנקומען צו גויים אויך, אז אויב ס'וועט שטיין כהלכה איז דאס אנטקעגן משה ורבינו ותורתו, דאס וועט העלפן רעפארמער! וואס האט ער געזאגט מיט א

113פריער, וואס האבן געזאגט די רבנות ראשית, פארוואס איז מען מיט דרייצן יאר צוריק געהאט אין זיך די מו ט ארויס פון דער קאאליציע? נאר וואס דען, מ'רעכנט דאך אז מסת מא וועט מען אלע זאכן פארגעסן, צדיק האחרון בריבו ניט ווי דער לשון הפסוק, און איצטער זאגן זיי, איצטער קיינער האלט ניט אז זיי וועלן דערנאך אזוי טאן, אז בשעת ס'וועט קומען צו בחירות און מ'וועט וועלן אז

114מ'זאל זיי אויסקלייבן זיינען זיי איצטער מבטיח, אז דעמאלט וועלן זיי שטימען פאר גיור כהלכה אבער דאס איז אלץ געווען פאר דער הצבעה איצטער איז מען געפאלן אויף אן אנדער סברה, כמדובר, אז כהלכה וועט גאר זיין א תועלת פאר רפורמים; מדארף זוכן אן אנדער נוסח! דערנאך איז מען געפאלן אויף אן אנדער המצאה, ווי גערעדט פריער: אזוי ווי מ'קען דאך ניט געפינען קיין

115הסברה, פארוואס מ'וויל אויף א גוי זאגן אז ער איז א איד האט מען משנה געווען דעם גאנצן נוסח, און מ'זאגט אז ס'רעדט זיך גאר וועגן פירוד הלבבות! אזוי ווי פרומע אידן ווילן מאכן פירוד הלבבות זיינען געקומען די לי נקע און זיי ווילן מאכן קירוב הלבבות! דאס איז דער נייער סגנון. זיינען זיי געפאלן אויך אויף דער המצאה: אזוי ווי ס'איז דא הונדערט טויזנט אידן

116וואס האבן געשטימט פאר זיי, און במילא מ'וויל מלחמה-האבן מיט די הונדערט טוינזט אידן אשר לכן טשעפעט מען זיך צו די עלף מענטשן! קיינער וויל ניט מלחמה-האבן אפילו מיט די עלף מענטשן אויך ניט! מ'וויל מלחמה-האבן מיטן חורבן וואס דער יצר-הרע פון די עלף מענטשן לאזט זיי ניט צו אויף מונע זיין

117רחמנא ליצלן, אידן. די הונדערט טויזנטער אידן ווייסן ניט דערפון, מ'דערציילט זיי ניט וואס ס'טוט זיך, און אז מ'זאגט זיי היינט א האלבן אמת זאגט מען מארגן א האלבן שקר, דערנאך איז מען מכחיש זיך אליין, און יעדער מאל טוט מען דאס בכל תוקף: פריער איז מען מכריז בכל תוקף, אז ס'איז דא א פסק-דין פון רבנות ראשית, דערנאך איז מען מכחיש בכל תוקף אז מ'האט באקומען די

118דערנאך איז מען מכחיש בכל תוקף אז ס'איז דא מערער ווי עטלעכע גויים וואס מ'האט זיי געגעבן פאפירן אלס יהודים דערנאך איז מען מודיע אז מ'האט געזעצט א קאמיטעט מיט חדשים צוריק אז ער זאל דאס חוקר ובודק זיין, דערנאך איז די לעצטע המצאה: אז מ'טאר ניט שרייבן כהלכה ווארום דאס וועט העלפן די רעפארמער היפך פון די

119רבנים, היפך וכו'וכו ניטא קיין זאך פאר וועלכע מ'שעמט זיך. און מ'וויל איינשמועסן די הונדערט טויזינט אידן, אז אט די עלף און אט די פינף זיי זיינען ראוי אנפירן מיט אן עדה קדושה בישראל, און זיי וועלן דאס זיין די וואס זיי וועלן דורכפירן אז ס'זאל זיין ארץ-ישראל על פי תורת-ישראל ווען זיי

120שווייגן ווען מ'זאגט אז אויב איר שטימט ניט פאר גיור כהלכה איז א סימן אז איר זיינט אין קאאליציע, משא"כ אט די וואס זאגן גיור כהלכה זיינען זיי אנטקעגן דער קאאליציע, וואס איר זיינט דארטן שותפים! וכאמור לעיל, די איינרעדעניש מיט נישואין אזרחיים דאס איז מערניט ווי געשראקן מיט א קול עלה נדף ווי כאמור לעיל: ס'איז דא דער

121וואס ער איז אפגעדרוקט, און דארט שטייט בפירוש פארוואס מ'קען ניט איינפירן קיין נישואין אזרחיים, על דרך זה כמה וכמה ענינים דערפאר וואס מ'מוז זיך רעכענען מיט די נוצרים, להבדיל, און מיט מוסלמים, להבדיל. ועל דרך זה די אלע איבעריקע ענינים וואס מ'ו ויל איינרעדן, אז אזוי ווי מ'האט געוואלט עפעס מציל זיין, האט מען

122הלכה ווי גערעדט כמה פעמים, אז דאס איז בדוגמת דבר אז מ'זאגט אז מ'וועט אפשניידן די קאפ, רחמנא ליצלן, כדי צו מציל זיין א פוס איז קיין בר-דעת וועט דאס ניט זאגן! ס'איז מערניט אט דער וואס האלט זיך אז ער איז א גרויסער פאליטישאן, איז אנשטאט צו זאגן קאפ געפינט ער ווי דער ווארט איז אויף לאטיין און אויף גריכיש, און מאכט דאס איבער אין חילופי

123צו זאגן פוס איז ער או יך דאס משנה, וואס דער תוכן בלייבט דער זעלבער, אבער די ווערטער באקומען זייער א שיינעם אויסדרוק, א דעמאקראטישן אויסדרוק, א פאליטיש ן אויסדרוק, אן ענין פון לשון נופל על לשון און דערנאך הייסט ער דאס אפדרוקן, און דערנאך זאגט ער: היתכן? אחדות ישראל! ווער רעדט וועגן אחדות ישראל? מ'רעדט וועגן אחדות צווישן גויים, אריינבריינגען אין

124ישראל, און מ'פארלאזט זיך, אז מסתמא וועט מען זיך לאזן פארטומלען און ס'וועט אזוי אנגיין ווייטער אויך וכו'וכו וכאמור כמה פעמים: די עוולה איז וואס אין פוצה פה ומצפצף: מ'לאזט אט די עלף מענטשן און אט די פיר מענטשן אנגיין ווייטער זיי זאלן זאגן אז זיי רעדן בשם פון הונדערט טויזנט

125אידן, אט דאס וואס זיי האבן געשוויגן זאגן זיי אז דאס האבן געשוויגן, רחמנא ליצלן, הונדערט טויזנט אידן, הערנדיק אז מ'שטימט ניט פאר גיור כהלכה רעדן זיי בשמם, דאס איז געווען ווייניק זאגט מען, אז דאס איז א הישג דתי דאס איז געווען ווייניק זאגט מען א שקר: אז ס'וואלט דורכגעגאנגען דער חוק פון נישואין אזרחיים וואס כאמור לעיל ס'איז ניט געווען קיין מעגלעכקייט אז דער

126זאל דורכגיין; ניט מצד אידן, נאר מצד גויים, להבדיל. און מ'פארלאזט זיך, אז וויבאלד אז דערנאך זאגט מען, אז מ'האט מחליט געווען, אז אויב ס'וועט זיין דערנאך בחירות וועט מען דעמאלט אריינשטעלן אין דער פראגראם אז ס'דארף זיין גיור כהלכה אז אויב ס'וועט זיין א קאנקרעטער פאל וועט מען ארויסגיין פון קאאליציע דאס איז א זאך וואס

127אויב מ'האט מורא פאר נישואין אזרחיים איז וואס וועט אויפטאן אז ס'וועט זיין א קאנקרעטער פאל?! ס'רעדט זיך וועגן איין גוי, וועט ער דערפאר מוותר זיין אויף נישואין אזרחיים?! אויב דאס איז א קידוש השם איז ווי זאגסט ואין דער החלטה גופא, אז אויב ס'וועט זיין א קאנקרעטער פאל, א גיור שלא כהלכה וועט מען אים וועלן פארשרייבן, וועט ער דעמאלט זיך ניט רעכענען מיט

128וואס איז דער פירוש הדברים? אז דערוויילע בלייבט ער דאך על מעמדו ומצבו, דערוויילע איז מען פון אים צופרידן, ער האט נושא-חן געווען בעיני אדם, דערוויילע האט ער באוויזן, אז ער איז ניט אוועקגעפארן, ניט ארויסגעגאנגען מיט די צוואנציק וואס זיינען ארויסגעגאנגען ער איז געבליבן זיצן, ס'זאל בלייבן פארשריבן אין רעקארד אז ער איז אט דער וואס האט

129ניט געזאגט אז גיור דארף זיין כהלכה ועד כדי כך איז דאס א חושך כפול ומכופל, אז דער וואס האט געהאט אין זיך די שטארקייט אויף זאגן גיור כהלכה איז די ערשטע זאך האט מען געזען מ'זאל אים אראפזעצן פון בענקל, און ס'איז ניט ווי זיי זאגן, אז מ'האט דאס געוואלט מצד שמאל וכו ער אליין האט דערציילט, אז קודם ההצבעה האט מען

130געזאגט, ער זאל וויסן זיין, אז ניט נאר ער וועט פארלירן דעם בענקל, ער וועט פאר לירן די דירה! אז מ'האט אויפגעהויבן א טומל פון דער דירה איז שוין דא א חסד רב, אז מ'איז אים מבטיח, אז קען זיין אז נאך צוויי חדשים וועט ער קענען בלייבן זיצן בדירתו. וועגן דעם עצם ענין, אז דא רעדט זיך וועגן

131פון דבר הוי'זו הלכה האט מען אראפגענומען פון סדר היום. אויף דערויף איז ניט שייך צו דינגען זיך. רעדט מען: וואס איז געווען די כוונה פנימית פון דעם וואס האט אריינגעטראגן די הצעה, וואס איז געווען די כוונה פון דעם וואס האט געשטימט פאר, וואס איז די כוונה פון דעם וואס האט געשטימט קעגן מ'פארגעסט אז דא רעדט זיך בנוגע צו א פשוט'ע זאך, דערנאך קומען די כוונות שבדבר. די פשוט'ע זאך איז, אז די

132איז געווען צי דבר הוי'זו הלכה איז דאס אזוי אין תשל"ב, אין ירושלים עיר הקודש און אין ארץ ישר אל, בהנוגע צו אט די פינף, בהנוגע צו די עלף, בהנוגע צו די הונדערט און צוואנציג, בהנוגע צו די אנדערע, אדער מ'קען זיצן און שווייגן, און דערנאך גיין אויסבעטן ביי אימעצן א בריוו מיט א הסברה, אז זיין הנהגה איז א הישג דתי און

133בשעת מ'האט דעם אראפגעזעצט פון בענקל, וכאמור לעיל, מ'האט אונטערגעשטעלט, אז רעדן זאלן רעדן די, און דערנאך האט זי געהאט א מאמר ראשי א גאנצן טומל: פארוואס איז זי געגאנגען טאן די שווארצע ארבעט; דעם אראפזעצן פון בענקל האבן אים געדארפט אט די וועמענס בא-כח ער איז געווען. און וואס דארט האבן זיי אויך ניט געהאט דעם תוקף אויף אוועקגיין פון דער

134ניט דעם תוקף אויף צושטעלן זיך צו די וואס האבן געזאגט אז מ'דארף אים לאזן בלייבן אויפן בענקל. און מ'זוכט תירוצים, אז ניט דאס האט מען געמיינט, ניט דאס האט מען געטראכט וכו וויסנדיק אז די עובדות זיינען פארשריבן, מ'האט דאך אבער צוגעזאגט, אז דער וואס וועט זיין א פאלגער ווי דער באס האט געזאגט, ווי דער עומד בראש

135אנגעזאגט, וועט ער בא על שכרו איז געווען דריי סברות אין דעם: די ערשטע סברא איז געווען, אז דער וואס האט געזאגט אז ער וועט שטימען אנטקעגן גיור כהלכה אויב נאר דער ראש הממשלה וועט אים הייסן, וואס ס'איז ניט געווען קיין הכרח ער זאל דאס זאגן ס'איז געווען וואכן איידער ס'איז געווען די אפשטימונג! ער האט דאך אבער באוויזן שטארקייט זאל מען אים אוועקזעצן אויף דעם

136פון דעם וואס איז פריער געווען ביים כותל מערבי, און דערנאך געקומען פון דארטן און האט געשטימט, אז גיור דארף זיין כהלכה אף על פי וואס די קאאליציע זאגט, אז ס'דארף ניט זיין כהלכה. זאל מען אים אוועקזעצן. און ס'איז פארשטאנדיק אויך: דאס איז מדה כנגד מדה במילא דער וואס האט געזאגט אז ס'דארף זיין היפך הקאאליציע דארף מען א וועקזעצן במקומו אט דעם וואס האט זיך

137אנגעשלאגן ווען קיינער האט ניט גענויט אים אז ער זאל שוין מודיע זיין, אז אויב די קאאליציע וועט הייסן שטימען גיור שלא כהלכה וועט ער אזוי שטימען! דערנאך האט מען געמאכט א טומל: היתכן, ס'איז דאך עפעס צופיל בולט איז מען געפאלן אויף א צווייטע סברא: אזוי ווי ס'איז דא דער וואס ער האט געזאגט בפירוש אין כנסת, און ס'איז

138אפגעדרוקט, אז גיור שלא כהלכה אויב ער געטאן געווארן אין חוץ-לארץ, וועט מען אים אנערקענען אין ארץ-ישראל, און אזוי האלט זיין גאנצע מפלגה, און דאס איז דער פירוש פון דעם חוק, און געזאגט דאס מיט חדשים פאר דעם זאל מען אים אפגעבן דעם בענקל! ער האט אויך באוויזן א הישג דתי ניט אנטלאפן פון דער מערכה.

139מ'האט דאך אבער מורא געהאט אז מ'וועט זיך דערמאנען וועגן דעם ענין האט מען אנגעהויבן שרייבן, אז ער איז בלתי-ידוע, ער פארנעמט זיך מערניט ווי מיט שטילע ארבעט, און צו דעם גאנצן ענין איז ער אן איש מן השורה, אשר לכן גיט מען דאס אפ א גלאטן מענטשן. אין דעם ענין פון מיהו יהודי איז ער געווען מיט חדשים צוריק וואס האט בפירוש געזאגט, אז אין דעם עסק חבילה אין

140דעם פעקעדזש די ל וואס מ'האט געמאכט צווישן די פיר בשם הונדערט טויזנט שומרי תורה ומצוות מיט דעם מערך איז געווען לכתחילה די כוונה אז גיור שלא כהלכה אין חוץ-לארץ וועט אנערקענט ווערן אין ארץ-ישראל! און כאמור, דאס איז געדרוקט אין די אפיציעלע פראטאקאלן פון דעם און דעם טאג. דערנאך איז

141א דריטע המצאה: ס'איז דא נאך איינער וואס האט געהאט א הישג דתי וואס האט בא זיך ניט גע'פועל'ט אפזאגן פון די ענינים פון פאליטיקע און גיין מרב יץ זיין תורה ברבים, וואס לכתחילה האט ער ניט געטארט פון דארט אוועקגיין, אבער מילא דאס איז דאך זיין ענין פרטי, האט ער ניט געקענט דאס בא זיך פועל'ן געבליבן שטעקן אין דעם בוץ פון פאליטיקע, האט ער אויף זיך

142גענומען גיין שטעלן זיך בפני פון די הונדערט מענטשן וואס זיינען דא געווען, וויסנדיק אז דערנאך וועט דאס זיין געדרוקט און דאס וועט נתפרסם ווערן בכל קצוי תבל, אז ער זאגט אז דאס איז א הישג אז בשעת מ'שטימט צי ס'זאל זיין דבר הוי'זו הלכה אדער ס'זאל זיין דער דבר המערך דער דבר הקאאליציע דארפן אידן שומרי תורה

143זאל מען אים לכל הפחות געבן דעם בענקל, ער האט זיך אויך געמאכט פארדינסט! וכאמור, דא איז ניט אזוי גענוג געוואלד בנוגע צו דעם ענין: ס'שטייען ארום און ארום אידן, וואס די פיר מענטשן און די עלף מענטשן רעדן בשמם, און זאגן אז זיי וועלן רעדן בשמם, און זיי האבן קיין חרטה ניט, זיי זאגן אכלתי

144ניט ווי דעמאלט וואס זאגט אכלתי ואוכל עוד זי האט געזאגט אז זי טוט אן עבירה; זיי זאגן אז דאס איז א הישג דתי ביז וואנענט עד כדי כך, מסביר זיין אז הלכה הייסט דאס טאן ווי די רעפארמער ווילן אויב מ'וועט צושטעלן דעם ווארט, און אט די מעטשן לאזן זיי רעדן בשמ ם, און גארניט, עד כדי כך, דער טענה'ט, אז ער קען זיך ניט מישן, ער ווייס ניט פרטי

145הדבר וואס דארפסטו וויסן פרטי הדבר?! הלכה איז א ווארט וואס שטייט אין שולחן-ערוך, און גיור כהלכה איז אויך א ווארט וואס שטייט אין שולחן-ערוך, און שווייגן בשעת מ'איז מבזה, רח מנא ליצלן, דבר הוי'זו הלכה ברבים איז א דין אין שולחן-ערוך, מ'דארף ניט האבן קיין פרטים בדבר! דערנאך, כאמור לעיל, גייט מען אוועק צו א צווייטן

146ניט וואס, און יענער גייט ארויס און שרייט אז דאס איז א הישג דתי דער שווייגן און די אלע ענינים, דערנאך גייט ארויס א דריטער און שרייט, אז מ'האט מציל געווען כלל ישראל פון סכנות, כאמור וואס די סכנה איז ניט געשטויגן און ניט געפלויגן, על כל פנים במשך השנים הקרובות, כל זמן ס'איז נאך דא די גויים אין ארץ-ישראל, מ'האט נאך ניט אפגעגעבן די שטחים מיט זיי צוריק צו די גויים וכו וואס אין

147כאן המקום להאריך בזה, און כאמור מ'וועט זיך גלייך אנהויבן טשעפען צו די דריי ווערטער, ווי גערעדט פריער, אז וואס דארף מען רעדן וועגן עלילת דם זאל מען בעסער רעדן ווי דער סטעמפ איז געקלעפט, צי מיטן קאפ אראפ צי מיטן קאפ ארויף. וכאמור, אז די גרעסטע עוולה איז, נוסף וואס די עוולה פון די פיר און עלף איז אויך אין כמוה, לא היתה כזאת בישראל, ווי גערעדט כמה פעמים: אלע צרות וואס אידן האבן געהאט איז נאך ניט

148געווען איינער זאל זיך דערטראכטן צו גיור שלא כהלכה! וואס זאל זיך דערטרא כטן, אז א רב זאל גיין און חתמ'ענען אויף דעם, על כל פנים ער זאגט אז ער האט סמיכות און ער חתמ'עט זיך, און דער תירוץ: ס'רעדט זיך מערניט ווי וועגן ערפה, וועגן איין גויה, ניט קיין עטלעכע וויסנדיק אז ס'איז דא הונדערטער פאלן וכו און אלע ווייסן

149אזוי ווי מ'שטייט דאך שוין נאך די ימי החורבן פון תשעה באב און די ימים שלפני זה, און מ'איז אריין אין די שבעה דנחמתא איז אף על פי וואס ותאמר ציון עזבני הוי'ואדנ'שכחני ווי מ'האט געזאגט אין דער הפטורה פון דער פריערדיקער סדרה זאל זיך דער אויבערשטער דערמיט ניט רעכענען, און די טענות הנביא בשם כנסת ישראל אז

150זאל דער אויבערשטער יערה עלינו רוח ממרום ניט רעכענען זיך מיט דער בחירה, ו ידעו כל העמים כולם"אז"יש אלקים בישראל אז דער אויבערשטער איז האט די שליטה אין ארץ הקודש במכל-שכן וקל-וחומר פון די שליטה אין חוץ-לארץ. ודבר אלקינו הוא יקום, אז ס'וועט זיין

151אזוי און ניט אנדערש, און ניט די פיר מענטשן וועלן דאס משנה זיין, ניט עלף מענטשן וועלן דאס משנה זיין, ניט הונדערט מיט צען מיט צען גויים ביחד וועלן דאס משנה זיין, און ס'וועט בלייבן בכל דור ודור איז דא ווי ער זאגט אין דער הגדה והקב"ה מצילנו מידם ויהי רצון אז ס'זאל זיין בדרכי נועם, ובטוב הנראה

152והנגלה, ובעגלא דידן, אז אידן זאלן וויסן די גרויסקייט פון יבחר לנו את נחלתנו את גאון יעקב אשר אהב סלה און ניט שעמען זיך זאגן, אז ער גריי סט זיך דערמיט וואס ער איז א איד, אפילו ווען בשעת מעשה שטייט ביי דער זייט א צווייטער און ער איז מלעיג עליו, און זאגט

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים