transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1איך וויל נאך מוסיף זיין נאך א פרט ווען דעם קשר פון ויזכר הוי' את נח מיט דעם ענין פון 'שמחת תורה' על פי הידוע, אז לכאורה האט געדארפט וואס ווערט געבראכט אין ”תורת אמת”, די ”קא סלקא דעתך” וסברא, וואס דאס ”קא סלקא דעתך” אין תורה איז דאך אויך תורה, אז 'שמחת תורה' האט געדארפט זיין אין זמן מתן תורתנו,
¶2איז דאס פארבונדן וואס ער זאגט אין מדרש וואס איז דער ויזכור הוי' את נח וואס עפעס מיטאמאל האט ער זיך דערמאנט?
¶3און מ'פארענטפערט, אז דאס איז אויסגעקומען לויטן חשבל ווי מ'זעט פון פשטות הכתובים ”בראש חודש סיון”, איז דעמאלט עלה בזכרון דער ענין פון מתן תורה, אז אידן איז מקבל זיין תורה,
¶4און דאס האט געבראכט דעם ויזכר הוי' את נח דער ענין פון מתן תורה.
¶5וואס דאס איז אויך פון די ענינים המקשרים ומאחדים די אלע ענינים מיט די פסוקים, מיט די פירושים פירושי חכמינו זאל בזה.
¶6און דער ”עיקר המעשה הוא העיקר” אז מ'זאל מוסיף זיין אין 'לימוד התורה', נגלה והחסידות ובהתמדות ובשקידה, ובשמחה, במילא וועט דאס פורץ זיין די מדידות והגבלות וואס ס'ווייזט זיך אויס אז זיי זיינען דא,
¶7אדער אפילו מדידות והגבלות וואס זיינען דא, און א אידן גיט מען כח ער זאל זיין דער ”יעלה הפורץ לפנינו” לערנען למעלה ממדידה והגבלה, כמדובר כמה פעמים ומבואר בכמה מקומות.
¶8וואס אין תורה איז דאך אלץ נכלל, במילא איז דאך אלץ נכלל, אז אין מבצע תורה לערנט מען אין תורה וועגן דעם מבצע פון אהבת ישראל, ביז מ'זאגט אז דאס איז א 'כלל גדול בתורה',
¶9מ'לערנט דארט וועגן דעם ענין פון חינוך, ביז אז מ'זאגט ושננתם לבניך ווערט א מצות עשה מן התורה, מ'זאל דאס זאגן פעמיים בכל יום, און מיטן גאנצן שטורעם וואס איז פארבונדן מיט ”פרשה ראשונה של קריאת שמע” און ”פרשה שני' של קריאת שמע”,
¶10און ס'איז צוויי מאל איבערגע'חזר'ט וכו און דאס ווערט דערנאך אויך נמשך ווי תורת הוי' בפיך, דער מבצע תפילין און מזוזה וואס זי איז שקולה כנגד כל המצוות,
¶11ווי דער מיטעלער רבי ברענגט אראפ בדרושו הידוע בסידורו, און דער מבצע צדקה וואס זי איז דאך מקררת את הגאולה און זי דארף דאך קומען אלס הקדמה צו עבודת התפילה, און כולל אין זיך כל המצוות, און זי איז אויך א הקדמה אויף הצלחה אין 'לימוד התורה',
¶12ווי פארשטאנדיק פון דער הקדמה פון תניא, געבראכט פון תמורה, אז דורך דערויף וואס ער איז עושה צדקה און דער גדול לערנט מיטן קטן, איז אט דעמאלט איז ”מאיר עיני שניהם הוי” אז אים קומט-צו, פון דעם אויבערשטן, פון נותן התורה, א מאיר בהוספה אין זיין 'לימוד התורה',
¶13בית מלא ספרים יבנה וחכמי וואס דאס איז דאך פארבונדן סיי מיט מבצע צדקה סיי מיט מבצע תורה וכל הפרטים שבדבר, על אחת כמה וכמה מיטן ”נר מצוה ותורה אור” איז וואס דאס איז דער מבצע פון נשק,
¶14נרות שבת קודש, און דער מבצע פון כשרות האכילה און שתי וואס דאס ווערט דאך דער ”דם ובשר כבשרו” וואס א דם ובשר פון א אידן דארף דאך זיין ”ותורתך בתוך מעי” אט דאס ווערט זיין אכילה און זיין לחם ומזון, נאר דער אויבערשטער האט געוואלט אז מ'זאל אויך מברר זיין די ניצוצות קדושה,
¶15”רובים גם צמאים נפשם בהם תתעטף” און ווי די תורה פון בעל שם טוב, אז בשעת א איד איז ראו אבים וגם צמאים איז דאס איז דערפאר וואס ”נפשם בהם תתעטף” זיין נפש אלקית איז רובה וצמאה צו די ניצוצות קדושה וואס געפינען זיך אין דעם מאכל און דעם משקה,
¶16וואס דאס איז זיין חיות און דאס איז זיינע 'ניצוצי קדושה' דאס איז פון זיין חלק.
¶17עאכו"כ דער ענין פון טהרת המשפחה, וואס תורה איז דאך דער ענין פון מים חיים ”אין מים אלא תורה” און זי איז מטהר ומכפר ומעלה ומברר ומזכר מיט אלע ענינים וואס תורה טוט-אויף, ס'קומט אבער אראפ ווי אלע מצוות, ביז אין א 'דבר גשמי', מים כפשוטם,
¶18און במדידה והגבלה ארבעים סוף וואס זיי זיינען בדוגמא פון דעם ארבעים יום פון ימי המבול, ווי ער זאגט אין די דרושים אויף דערויף אין אור התורה, און אויך אין ”תורה אור” בקיצור, און דאס ברענגט בקרוב ממש צו ”וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם” מיט כל הפרטים ווי ער רעכנט דארט אויס בנוגע צו גלותינו האמיתית והשלימה,
¶19ע' משיח צדקנו, בקרוב ממש, ו”למטה מעשרה טפחים”, ובעגלא דידם.
¶20לחיים.