עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-gmbt274e

kind
paragraph
order
Cp
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
כוכבים איז גלייך דערביי אויך ערקלערט אין מדרש, אז דאס וואס ס'איז דא דער מספר לכוכבים, ווי אראפגעבראכט אין ספרים דעם מספר בדיוק, איז דאס מערניט ווען מ'רעכנט אויס און מ'ציילט די כוכבים הנראים וואס זיי ווערן געזען בעין גשמי, בעיני בשר, ריבוי כוכבים וואס מצד כמה סיבות, מצד דריחוק המקום אדער דקטנות שבהם וכיוצא בזה סיבות, איז דא א ריבוי כוכבים שלא בערך מערער פון מספר הכוכבים הנראים לעין. און דערביי זאגט מען אויך, אז ס'איז דאך א משל און א דמיון א פארגלייך וואס שטייט אין תורה, במילא איז דער פארגלייך אויסגעהאלטן אין אלע פרטים, אז על דרך זה איז בא יעדער אידן, אז אף על פי וואס אתם המעט מכל העמים על דרך וכוכבים זיינען דאך גאר קליין, משא'כ שמש וירח וכיוצא בזה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions