עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-gkdtyr20

kind
paragraph
order
CO
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וועגן די שאלות המתחדשות וואס ס'איז געווארן בימיהם אדער א בירור אין די שאלות וואס ס'איז געווען פריער און דערנאך איז נתברר געווארן בא זיי יותר ביותר. וואס דאס איז דאך אויך וואס מ'זעט בנוגע צום צמח צדק דער עיקר אויפטו, איז די הדגשה בזה, אז אידן לומדי תורה און מקיים מצוות און חסידים ומהדרין בזה, ביז מהדרין מן המהדרין קדרין, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון תכלית ספריו, אף על פי וואס ס'איז דאך דא צווישן די מאמרי חסידות שלו א ריבוי מאמרים פארבונדן מיט ענין התשובה, און בפרט די מאמרים פארבונדן מיט חודש תשרי זה און חודש אלול שלפני זה, וכמדובר כמה פעמים, אף על פי כן קומט דאך דאס ניט צו דעם פרסום פון ספריו, אין נגלה און אין חסידות, ווי דאס איז ניט פארבונדן דוקא מיט עבודת התשובה, נאר אלס א חלק אין תורה, אף על פי וואס בכללות איז דאך פנימיות התורה פארבונדן מיט ענין התשובה, אבער דא איז דאך די הדגשה גאר אן ענין פון תשובה עילאה, וואס דאס איז גאר דער ענין פון לימוד התורה סתם, וכמדובר כמה פעמים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions