Paragraph
Paragraph rh-gjvjkra3
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pr4jw2a1
- order
- uB
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און יהי רצון, אז בכל ענינים אלו, אז מ'ברענגט דאס אראפ ביז אין אן אופן של שמחה, ושמחה תשמח, און מ'ברענגט דאס צו צו אנשים נשים וטף זאלן זיי נאכמערער צוהיילן, ווי געדערמאנט פריער דער אושפיז פון היינטיקער מעת-לעת, אנהויבנדיק פון דערנאכט דער צמח-צדק, וואס דאס איז דאך על שם חיבורי על שם פארבונדן מיט משיח צדקנו, וואס צמח שמו, און דעמאלט וועט זיין צדק עזר מתניו וואס דאס שטייט דאך בנוגע צו די סימנים פון משיח צדקנו, זאל דאס זיין ניט אין אן אופן של רמז, על אחת כמה וכמה ניט אין אן אופן של סוד, אפילו ניט אין אן אופן של דרוש ורמז, כאמור, נאר בפשטות ממש, אז בפשטות ממש גייט מען ארויס און מ'פראוועט שמחת בית השואבה מיטן גאנצן שטורעם, סיי אין פשט און סיי אין רמז און סיי אין דרוש און סיי אין סוד, איז מען דאס אויך מפיץ חוצה, ביז וואנענט אז די גאס ווערט דורכגענומען מיט די מעיינות, און דערפון טאנצט מען גלייך אריין אין די ענינים כפשוטם, וביחד עם זה אין אמיתית הענינים, אז מ'האט דעם צדק מראה בן זבעי ואומר זה, מאנט פריער, אז דאס איז פארבונדן מיטן שיעור אין חומש מיט אשריך ישראל וואס דאס איז דאך אויך דער אפטייטש פון אשריך איז דאך דאס בפשטות דער ענין העונג, וואס גילוי העונג האמיתי איז דאך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט אז דאס איז אויך פארבונדן און מ'איז דאס ממשיך אין דוד'ס גואל אחרון, וואס במהדי סיום במושה אשריך איז מתחיל אשרי האיש, און ס'ווערט בפשטות, נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, בא יעדער אידן אין חייו הפרטיים, און נאך קודם דער רגע הגאולה האמיתית והשלימה, ווערט ביי אים דער ענין העונג בכל עניניו, אנהויבנדיק פון ענינים הכי פשוטים והכי גשמיים, ביז וואנענט אז ער איז אויך מהפך די חומרות הענינים, ווערט דאס אן עונג אמיתי,
- proofread
- 0