פסקה
פסקה rh-gh103p8p
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-m3nmn79m
- order
- kV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך בנות נעמען זיך א חלק אין נכסי האב, אדרבא בכמה אופנים גיט מען זיי גאר אפ ריער די בנות, אט דאס וואס זיי דארפן האבן זיי זאלן קענען טאן א גוטן שידוך און ס'זאל זיין א חתונה בשעתו ומוצלחת, משא נכן דאס איז א בן יחיד, אז דאס איז איין און איינציקער, סיי בנוגע לבנות אויך בנוגע לבנים. און יהי רצון, אז ס'זאל זיין כשמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, וואס דאס איז יוסף און מ'פארבינדט דאס מיטן פסוק יוסף הוי'ידו וואס דארט רעדט זיך וועגן די גאולה על ידי משיח צדקנו, און אויך אין אן אופן דוקא של שמחה, וויבאלד אז דער גלות האט זיך פארטויגן אזוי לאנג, איז דאך א זיכערע זאך, אז אויב אלעמאל האט מען גערעכנט, אז די גאולה דארף זיין ווי אידן פארלאנגען דוקא מתוך שמחה וטוב לבב, אבער אף על פי כן, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו גאולת מצרים, אז אידן האבן גע'טענה'ט, אז זיי זיינען מבטל אויף דעם ענין אז אלו יצאו ברכוש גדול אז מ'זאל שוין זיין די גאולה, און דער אויבערשטער האט געזאגט אויף ניין, ער וויל האבן ביידע ענינים זאלן אידן האבן, על דרך זה אויך בנוגע לעניננו, אז אף על פי וואס מזמן
- proofread
- 0