עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ggjz61h0

kind
paragraph
order
EM
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ויש להאריך בכל זה, אבער יעדערע קען אין דערויף מוסיף זיין מיט דיליין, בפרט נאך אז מ'קומט דאך פון חודש תשרי, וואס ס'איז געווען מרובה מיט קריאת התורה, און מרובה מיט לערנען און מרובה אין מעשה המצוות-אלע זאכן וואס מאכן איידעלער אידן, און מאכן אים נאכמערער קולק זיין די אלע גוטע זאכן פון תורה ומצוותי.' ווערט זיך נאכמערער צוגעגעבן אין די אלע זאכן, וואס דאס איז דאך אויך כמדובר וכנהוג, אז בשעת מ'פארט זיך פאנאנדער איז יעדערער תחת גפנו ותחת תאנתו, כדי דארטן צו מאכן אז ס'זאל זיין אן ארץ נושבת און לא ישבותו, און אן ארץ וואס דארט זאל זיך אנזען, אז דאס האט דער אויבערשטער באשאפן אן עולם התיקון, ווארום ס'איז דאך חרבו המים מעל הארץ, און דער אויבערשטער האט איר געזאגט, אז איצטער דארף נוח אויפבויען די וועלט אין אן אופן פון ניחא בתחתונים און אהינצו אויך אראפברענגען דעם ניחא בעליונים ביז וואנענט אז דאס ווערט אן איש תמים ס'ווערט א גאנצע וועלט און א גאנצער איד און א גאנצע משפחה און א גאנצע קהילה, ביז די גאנצקייט איז דורך דערויף, אז זיין חולק בעולם פון דער משפחה ווערט אריינגענומען און דאס ווערט א טייל פון זייער לעבן, ווערט דאס א תמימות אמיתית, אן אמת'ע גאנצקייט, אז ער, מיט כל נכסיו שלו, עאכו כמה וכמה ווי ער און בני ביתו, ביז בכל מאדך בכל ממונך ווערט אן איין און איינציקע גאנצע זאך, וואס האלט אין איין-וואקסן, און ווערן אלץ מערער גאנצער און אלץ מערער גרעסער און ברייטער און טיפער, און אלץ מערער גליקלעכער און פריילעכער, אויף אויפנעמען די גילוי משיח צדקנו, און אויפנעמען דעם גילוי פון לא יקנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions