עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

6 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי דערמאנט פריער, פארענדיקן ווי כרגיל מ'וועט געבן יעדערן פון אייך א שליחות אויף צדקה, און יעדערער וועט זיכער אויך צוגיבן פון אייגענע געלט, אז ס'זאל זיין נאכמערער צדקה, און דער אויבערשטער זאל געבן נאכמערער פון זיינע ברכות, און האט שוין צוגעזאגט און פארשריבן און גע'חתמ'ט כביכול, אז ער וועט געגעבן אלץ מערער און מערער, אנהויבנדיק פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ועוד ועיקר, אז ס'וועט זיין דער תבוא אל הארץ בפשטות, און די שירה וואס יעדערער זינגט און לויבט דעם אויבערשטן בפשטות, אנהויבנדיק און מאכן אין דערויף אויך א התחלה על דרך ווי מ'מאכט די התחלה פון מאכן א שליח אויף צדקה, מאכן אויך א התחלה בפועל, דורך זינגען א ניגון וואס איז פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה, און דערנאך אויך באקומען די שליחות אויף צדקה אין דריי מטבעות, איינע פאר זיך און די אנדערע צוויי, איינע אויף צדקה,

2די דריטע, ווי יעדערער וועט מחליט זיין. ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין פון כתבו אל הארץ זאל מען שוין מקויים ווערן, נאך איידע ס'קומט דער שבת פון כתבו, ס'זאל שוין מקויים ווערן דער אתם נצבים לפני הוי'אלקיכם, און ס'זאל שוין מקויים ווערן, אז מ'וועט הערן פון משה רבינו אליין פונקט ווי ער האט געזאגט דעם ערשטן מאל, איז דאך ס'איז סתר דובה ות אויך נאך דערויף כמה פעמים, ווען מ'האט געלערנט פאראיארן אזינו על דרך זה, וביתר שאת וביתר עוז, אז מ'דערמאנט איצטער די התחלה פון אזינו השמים והדבירה ותשמה הארץ עם רפי פרענגט דאס גלייך צוזאמען דערמיט אויך דעם וזאת הברכה אשר ברך משה ס'ווערט באנייט משה רבינו'ס ברכה נאכאמאל צו אלע שבטי ישראל, און דערנאך לעיני כלי ישראל, צו אלע אידן, און דורך זיי צו דער גאנצער וועלט, גלייך איז דאך נאך דערויף נאך לעיני כלי ישראל

3הייבט מען דאך גלייך אן דער בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, אז מ'האט גלייך די שמים חדשים און ארץ חדשים תיכף ומיד ממש, נאך אין פרשה כתבו, און בפרט נאך אין פרשה כתבו נאך די ערשטע דריי טעג, וואס מ'האלט שוין בא דעם סיום פון די דריי טעג, וואס דאס איז דער טוב אין חודש אלול, האלט מען שוין נאך תפילת מנחה, און נאך דעם זאגן אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך, און מ'גרייט זיך צו תפילת ערבית לאחרי זה, וואס דעמאלט וועט מען נאכאמאל זאגן אך צדיקים ידעו לשמך ישבו ישרים את פניך מיט דעם אונטערשייד, אז וויבאלד אז די גאולה האמיתית והשלימה קומט תיכף ומיד, איז מען שוין מתפלל תפילת ערבית, און מ'דערציילט צו דעם סיום אויך פון תפילת

4ערבית, אז מ'בלייבט ניט אויף דעם זעלבן צושטאנד, נאר מ'גייט מחיל אל חיל ביז ילך אל אלקים בציון ווי דערמאנט פריער, בנערינו ובזקנינו ובנינו ובבנותינו, בארצנו הקדושה, ובירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, ביז אין קדש הקדשים, דערפאר וואס מ'האט שוין פאר דערויף, און בפרט נאך איצטער און נאך פאר תפילת מעריב, די גאולה האמיתית והשלימה, און וואס זי וועט קומען מתוך שמחה וטוב לבב, וואס דערפאר איז מען דאך אויך ווי דערמאנט פריער, וועט מען גלייך זינגען א ניגון של שמחה, און וואס איז אויך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, און תיכף ומיד ממש באווייזן אז באו ואומר הנה זה בא אנטקומט די גאולה האמיתית והשלימה צוזאמען מיט משיח צדקנו.

5ברכה כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומיתוקה בקשמיות וברוחניות, אריכות ימים ושנים טובות.

6מנהג יעקב יהודה, אנה טען קעמפ.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions