English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

58 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1כסלו תשל"ז.

2שוין ווי גערעדט כמה פעמים, י' טס כסלו איז דאך דא ”בכל שנה ושנה”, איז וויבאלד אז ס'איז דא דער ציווי פון ”להעלות בקודש” אויף מוסיף זיין אין אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט קדושה,

3און וואס ברענגען צו א הוספה אין קדושה, ולאידך גיסא צוזאמען דערמיט איז דאך דאס פארבונדן מיט די זעלבע פאסירונג פון דער גאולה פון בעל התניא והשולחן ערוך,

4איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז ”בכל שנה ושנה” איז דא צוויי ענינים אין יו ת' כסלו, איין ענין דער צד השוה, וואס דאס גלייכט זיך אויס מיט די פריערדיקע יארן, וויבאלד אז זיי אלע זיינען פארבונדן מיט דעם זעלבן מאורע מיט דער זעלבער גאולה.

5ולאידך גיסא איז אויך דא אן ענין פון אן עלי"א הוספה און א העכערקייט אפילו אין די זאכן וואס זיינען שוין געווען פון פריער אויך קודש, וואס דאס איז דאך אויך דער דיוק פון לשון חז"ל,

6וואס ס'איז דאך מדוייק בתכלית זאגט מען דאך ניט אז מ'דארף מעלה זיין מחול אל הקודש וכיוצא בזה, און דאס דארף מען דאך ניט זאגן, ווארום ”מאי קא משמע לן”, ס'איז דאך א דבר פשוט אז מ'דארף מעלה זיין פון חול און רשות מאכן ענינים פון מצוה און קדושה.

7דער חידוש וואס מ'דארף האבן א ציווי מיוחד, אז אפילו בא קודש אז די זאך איז שוין קדוש, און ווי גערעדט כמה פעמים אין דעם דיוק אין דעם, אין קדושה גופא איז דא כמה ווי דערמאנט אויך שבת י' ת' כסלו,

8אז ס'איז דא די דרגא פון חולין, דערנאך איז דא אן עלי' וואס קומט-צו קדושה בשעת מ'מאכט פון דעם ”חולין מאסר שני”, דערנאך איז דא נאך א העכערער אופן, אין די קדושה פון תרומה,

9און דערנאך איז דא אין נאך א העכערער אופן די קדושה פון קודש.

10וואס אין קודש איז אויך נכלל דער ענין פון חטת ומעשה פרע וכו אף על פי וואס מיט די רבנן איז דא כמה ענינים וואס אין דערויף איז נאך א הוספה אויף דער ענין פון קודש.

11וואס בכללות איז דאס די ד' דרגות, ס'טיילט זיך די וועלט און אידן.

12כל סדר ההשתלשלות בלשון הקבלה, אזוי ווי אין כללות העולם איז דא דער עשי און העכער דערפון 'עולם היצירה', און העכער דערפון 'עולם הבריאה', און העכער דערפון עולם ההקדושה,

13והעכות יעושה עסיק ”בשמי ולכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו” איז דאך דא דער ענין וואס ער איז נקרא אין דעם ענין פון בראתיו יצרתיו עשיתיו.

14ווי מ'זאגט אין ברכת השחר אין אנהויבס פון טאג, ”נשמה שנתת בי טהורה” היא איז זי טהור, און דערנאך איז דא ווי זי קומט אראפ מלמעלה

15אין עולמות איז דא דער אתה ורתא און דערנאך יצרתא און דערנאך נפחתא וואס דאס איז אין 'עולם העשי' על דרך זה אין 'כללות עניני' העולם איז אויך די ד' דרגות ווי זיי קומען ארויס דערנאך אין ענינים שבארץ ישראל, וואס זי איז דאך מבחר מכל הארצות ענין פון חולין און מאסר שני און תרומה און קודש.

16און אט דא איז דער חידוש, אז אפילו אז ער שטייט שוין אין זיינע ענינים אין די פערטער דרגא פון די אלע דרגות וואס זי איז קודש, איז דאס איז נאך אויך ניט גענוג וויבאלד אז ס'קומט א נייער יאר אדער א נייער טאג אין ענינים שבכל יום ויום,

17אדער א נייער רגע אין ענינים וואס זיי זיינען דא 'בכל רגע' ורגע, איז דעמאלט איז דא דער ציווי פון ”מעלין בקודש”.

18אפילו אז ”תורת אמת” איז מעיד אז ער האט שוין פריער, אז ער האלט איצטער שוין אין דער דרגא פון קודש איז דאך דאס געווען מיט א רגע פריער דארף איצטער זיין ”מעלין בקודש”.

19ולכאורה קען מען דאך דערשרעקן, היתכן אז מ'קען מאנען בא יעדער אידן אין יעדער טאג, אפילו אין א וואכעדיקן טאג פון 'ימות החול', און ווען ער געפינט זיך ניט אין 'ארץ הקודש' נאר אין ”חוץ לארץ, אין ארץ העמים”,

20זאגט ער דאך אויף דערויף דעם כלל למדרש, אז ”אינו מבקש אלא לפי” כיכם וויבאלד אז דער אויבערשטער, וואס ער איז דער בורא האדם ומנהיגו, און ער ווייס בשעת הציווי ווי די וועלט און דער איד וועט אויסזען ברגע פלוני, במקום פלוני, און אף על פי כן האט ער אים אנגעזאגט א ציווי תמידי,

21וואס אינו תלוי בזמן ומקום, ווי דער ציווי פון ”מעלין בקודש” איז א זיכערע זאך אז ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו אז ער האט אים פון פריער געגעבן די כוחות ער זאל קענען אויספירן, ניט נאר בלייבן שטיין אין ענינים פון קודש, ניט חס ושלום ירידה, נאר דערמיט דאס איז ניט גענוג, אזוי ווי ער וואקסט אין זמן,

22איז על אחת כמה וכמה אז ער דארף וואקסן אין ענינים פון קודש.

23וואס דאס איז דאך דער חיים דער בריאות פון זמן, ”בשביל התורה שנקראת ראשית”, וואס כדי תורה זאל פועל זיין פעולתה איז דארף מען אויף דערויף האבן דער ישראל שנקראים ראשית.

24וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בי' ת' כסלו דארף מען איבער'חזר'ן אט די ענינים וועגן וועלכע מ'האט גערעדט און אין וועלכע מ'דערגרייכט אין די שנים שעברו, דאס איז אבער ניט מספיק, ס'דארף אויך צוקומען אן עלי' בכל אחד ואחת לפי עניניו,

25ווארום דער ציווי פון ”מעלין בקודש” ובכללות ענין פון עבודת ה איז דאך דאס שוה ביי אנשים ובנשים, על דרך זה אויך דער ציווי פון ”מעלין בקודש” איז געגעבן געווארן דער כח,

26אז דאס וואס מ'דארף אפלערנען און מיטנעמען דערנאך על כל השנה כולה פון דעם ענין הגאולה וואס ער איז געווען בי' טס כסלו זאל זיין א התחזקות אין די אלע הישגים און ענינים וועלכע מ'האט דערגרייכט אין די יו ת' כסלו שעברו,

27דאס דארף אבער זיין ווי א יסוד צו דעם עיקר הענין וואס ווערט אויפגעטאן ביום ת' כסלו בשנה זו, וואס דאס איז אן עלי' לגבי דעם קודש, פון די יו ת' כסלו שהיו בשנים שעברה.

28און ס'איז אויך דא א הוראה מיוחדה וואס איז אויך פארבונדן מיט ימות השבוע, ווארום אזוי איז דאך יו ת' כסלו בחודש, אבער ס'איז דאך א שינוי אין וועלכן טאג אין וואך דאס קומט אויס.

29וויבאלד אז יעדער ענין אין וועלט איז דאך 'בהשגחה פרטית', עאכו"כ אן ענין וואס איז פארבונדן מיט קידוש החודש, וואס דאס איז קובע אין וועלכן טאג אין וואך ס'וועט זיין דער יו טס כסלו, ועל דרך זה ימי חנוכה שלאחרי זה.

30איז דאך זיכער אז דאס איז 'בהשגחה פרטית', און ווי תורת הבעל שם טוב, אז אין דערויף איז דא א הוראה צו א אידן בהנוגע צו דעם תכלית צו וועלכן ער איז באשאפן געווארן,

31וואס דאס איז דער ”אני נבראתי לשמש את קוני אין” איינפאכער ווערטער אין 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות', איז אויך דא א הוראה מיוחדה דערפון וואס י' טז כסלו בשנה זו איז חל ביום השבת.

32וואס דער חילוק, המבדיל בין שבת וששת ימי המעשה, ששת ימי החול איז דאך דא כמה וכמה חילוקים, בהנוגע צו לשמש את קוני בהנוגע צו ענין העבודה והמלאכה איז דאס ”מן הקצה אל הקצה”.

33די ששת ימים ווערן אנגערופן ששת ימי המעשה וואס דעמאלט איז דער ענין פון בכל מלאכתך אשר תעשה און ווי דער לשון פון מכילתא דרשביע אז דאס איז ”יכול יהא יושב בטל וברכך הוי' אלקיך, יכול” יהא יושב ”בטל תלבוד לומר בכל אשר תעשה” אז דאס איז א מצות עשרה, ווי דער פירוש אין דערויף,

34משא' כן שבת איז דער היפך מזה, ווי ער זאגט אין מכילתא, אז בשבת דארף זיין ”כאילו כל מלאכתך” עשוי און דאס איז אויף אזויפיל בפשטות, ווי גערעדט כמה פעמים, אז דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ לפסק דין הלכה אין הלכות שבת, און רש"י ברענגט דאס אראפ בפירושו על התורה,

35וואס דאס איז דאך פאר א ”בן חמש למקרא” איז דאך שוין דער ”מנהג ישראל” אז מ'לערנט מיט אים פירוש רשי, איז פארשטאנדיק אז דאס איז שוין בהשגתו און דאס איז שוין לויט זיין הבנה, אז אפילו בא א בן חמש דארף זיך אפלייגן אין שכל אז שבת איז ”כל מלאכתך עשוי” אף על פי כן,

36איז חס ושלום זאגן אז שבת גייט א איד ארום בטל, היפך פון תכלית הבריאה שלו, וואס ”נבראתי לשמש את קוני” אויב ס'דארף זיין אזוי אין ששת ימים וואס ווערן אנגערופן 'ימות החול',

37איז דאך אדרבא אין א יום וואס ער איז קדוש לה ווי דער לשון הכתוב ”שבת לה” דארף דאך זיכער זיין ”לשמש את קוני” איז דא דער דיוק אז מלאכתך עשוי מלאכתך אבער ניט 'מלאכת שמים' בדוגמא ווי מ'לערנט אפ פון ודבר דבר אז דאס איז דער דבר של האדם,

38אבער ניט בנוגע לדברי שמים.

39און וויבאלד אז שבת ווערט ער באפרייט פון די דאגות פון מלאכתך האט ער מנוחת הנפש, וואס דאס ברענגט אויך מנוחת הגוף, אז ער זאל קענען טאן ”ביתר שאת וביתר עוז” אין ”מלאכת שמים”, כל היו זיינען פארבונדן מיט אידישקייט, מיט תורה ומצוותי'.

40וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו די לימודים וואס מ'לערנט אפ פון י'ט' כסלו, וואס זיי זיינען דאך מיוסד אויף דערויף וואס דער בעל הגאולה שרייבט במכתבו וועגן דער גאולה,

41אז די גאולה איז געקומען דעמאלט ווען ער האט געזאגט דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” וקודם שהתחיל דעם כתוב שלאחריו וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז דער גאנצער פסוק איז פארבונדן מיט דעם ענין הגאולה.

42וואס דער פסוק טייטשט אפ תורה שבעל פה אין מסכתא ברכות, אז ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ורבים היו עמדי” וואס דאס איז קודם שהתחיל כתוב שלאחריו,

43גייט דאס און ווערט אויפגעטאן און דאס ווערט נמשך צו א אידן דורך דערויף וואס ער איז ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” און מתפלל אים הציבור.

44וואס בכללות איז דאך דאס ווי ראשונים טייטשן אפ די ג' עמודים וקויים שעליהם העולם עומג, וואס דאס איז תורה, און גמילות חסדים וואס דאס איז דער ענין המצוות בכללות, און מתפלל אים הציבור וואס ”תפילות במקום קרבנות תקנום”,

45דער ענין העבודה בלשון המשנה, אז אין די דריי זאכן שטייט ער אין אן אופן פון העוסק סיי אין תורה סיי אין גמילות חסדים, ווי גערעדט בארוכה, אז ניט ער איז מקיים תורה ומצוות, דערמיט איז ער יוצא, נאר ער איז זיך עוסק אין דעם,

46ובדוגמא ווי מ'זעט דאך בפועל אין אן עוסק, אז ניט מ'ווארט ביז וואנענט ס'וועט קומען א קונה זאגן אפשר האט ער אט די סחורה, און אפשר וועט ער אים וועלן פארקויפן, און אפשר וכו' וכו נאר ער איז זיך מתעסק אויף געפינען א קונה און פאר דערויף מתעסק אויף געפינען סחורה,

47און צופאסן די סחורה צו דעם מקום וזמן וכו אזוי דארף זיין דער ענין בנוגע צו תורה, און אויך צו מצוות, וואס כללותם איז דער ענין פון גמילות חסדים.

48ועד"ז אויך אין דעם קו העבודה פון מתפלל דארף דאס זיין דוקא אמ הציבור, וואס דאס איז דער ענין וואס ער איז זיך כולל מיט נאך אידן,

49און ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב ער מעג זיין דער גדול שבגדולים און די אנדערע נייעם זיינען דחוסים וקטנים שבקטנים, וויבאלד אז זיי זיינען מחוייב במצוות,

50האבן זיי די זעלבע וויכטיקייט און די זעלבע חשיבות בנוגע צו ענין פון מתפלל אים הציבור א ציבור מוז האבן צען אידן לכל הפחות, און ס'איז קיין אונטערשייד ניט אז ס'וועט זיין נייען גדולים שבישראל איז דאס נאך ניט קיין עדה קדושה,

51משא' כן אז ס'איז דא צען פשוטים שבפשוטים איז ”ונקדשתי בתוך בני ישראל” ווערן זיי אן עדה קדושה.

52און אט דאס איז די התחלה און די זאך וואס נעמט-דורך דעם ענין פון מתפלל, אז ס'דארף זיין דוקא אים הציבור אט דעמאלט ווערט אויפגעטאן, ווי ער איז מסיים אין דעם מאמר חז ז ל,

53כאילו מה לעני ”עליו כילה פדעני לי ולבנים מבין אומות העולם” וויבאלד אז ער טאר ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב זיך אויסגלייכן מיט א פשוט פשוטים שבבני ישראל,

54איז ער אים שוין מצרף צו זיין ציבור, און ער איז מתפלל מיט זיי צוזאמען איז אט דעמאלט איז מדה כנגד מדה נאר במדתו של הקב"ה וואס זי איז כמה פעמים ככה פארגלייכט זיך דער אויבערשטער אני צוזאמען מיט בנעי ווי די בנעי געפינען זיך בין האומות,

55און ”בכל מקום שגלו שכינה עמהם” די זעלבע גאולה וואס האט דער פשוט שבפשוטים, וואס געפינט זיך בין אומות העולם בכל המובנים, האט ער די זעלבע גאולה ווי ס'האט שכינתא וואס זי געפינט זיך בגלותא דער אני וואס געפינט זיך אויך בין אומות העולם, וויבאלד אז אידן זיינען דארטן.

56וואס דאס איז אויך א תוספת ביאור אויף דאס וואס מ'האט פריער דערמאנט, אז דער ציווי פון ”מעלין בקודש” איז ”לפי כוחו של כל אחד ואחד”, בשעת א איד איז מחליט אז ער דארף זיך באפרייען פון זיין אינעווייניקסטן גלות,

57און מקיים זיין ציווי הקב"ה ”להעלות בקודש” איז אט דעמאלט ”מחשבה טובה איז הקב"ה מצרפה למעשה”, בכוחו של הקב"ה,

58”ומיד הן נגאלין” פון דער גלות הפרטי, פון דעם גלות הפנימי, ווערט ער אן ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור, און דאס ווערט די הכנה קרובה און די הקדמה און די כלי צו ”בעתה אחישנה” לגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים