transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך ווי דערמאנט פריער איז תורתו 'של בעל' השמועה איז כאילו וי רוב בעל השמועה עומד לפניו, און מ'האט דאך קיין ברירה ניט ווי דערמאנט אויך פריער בנוגע צו בעל הגאולה, וויבאלד אז מ'ווייס ניט תמונתו, דארף מען דאך אננעמען אט דאס וואס ”אנא נפשי כתבית יהבית” ער האט זיך אריינגעשריבן אין זיין תורה,
¶2און זיך משתדל געווען נאך בחיים חיותו בעלמא דין, שלא בערך מערער נאך ווי שאר רבותינו נשיאינו מפרסם זיין תורתו אין אן אופן ביז יפוצו מעיינותיך חוצה ער שרייבט טאקע בהקדמה לכמה מספריו,
¶3אז דאס איז אלץ גענומען פון דעם אלטן רבי'ן, כמבואר בארוכה מיט פארשידענע לשונות וביאורים והסברים, ס'איז דאך אבער כאמור לעיל, אז אע' פי וואס ווער קען זיך אריינשטעלן ”בין הרים גדולים”, איז יש לומר לויט ביאור פון דעם בעל הגאולה עצמו, אז אזוי איז דאך ונהר יוצא מאדם,
¶4וואס ”רחובות הנהר” יוצא מאדם פון בינה ווי קומט ארויס פון חכמה, דערנאך אבער איז זי עולה אין 'מרחב העצמי', וואס דארט האט זי א שורש בפני עצמה, ביז וואנענט כמבואר בכמה דרושים איז דא אין כמה ענינים וואס דאס איז לך ”למעלה משורש החכמה”.
¶5וואס דאס איז אויך פון די טעמים וואס מ'האט געיאגט און מ'האט מצליח געווען בעזר ה', אז מ'זאל איבערדרוקן פון איינע פון זיינע ספרים, שערי תשובה,
¶6וואס אזלו מן השוק, וואס דאס איז דאך דער לשון הרגיל, ס'איז אבער א לשון הרגיל פון ”היינו דאמרי אינשי” וואס בשעת מ'זאגט אפילו אינשי סתם, זוכט אויך אויף דערויף די גמרא א מקור,
¶7'מנא הני מילי דאמרי אינשי' ביז וואנענט אז ס'איז דא א גאנצע סוגיא, און דוקא אין סדר נזיקין וואס הרוצה להחכים איז יעסוק בדיני ממון,
¶8און דוקא אין בא בכמה, אין כמה פון סדר סדר ניזיקים, מסכתא ניזיקים, וואס זי באשטייט דאך פון דריי באבעס, ווי ער זאגט אין זהר, איז א גאנצע סוגיא אויף מסביר זיין, ”מנא הני מילי דאמרי” אינשי".
¶9עאכו"כ וואס דאס איז דאך א לשון וואס ווערט געבראכט אין ספרי קודש, און דער לשון אליין איז דאך אויך פון תרגום הקרוב ללשון הקודש, אזיל מן השוק, איז אין דערויף אויך יש לומר דער אמת, וכמדובר כמה פעמים ע ל פי תורת הבעל שם טוב,
¶10אז פון יעדער ענין דארף מען אפלערנען א הוראה ”אין עבודתו לקונו”, אז דאס איז אזיל מן השוק.
¶11אזוי איז דאך דא דער שוק וואס דארט דארף א איד מאכן ליכטיק, ביז וואנענט אז יכלו קלי תלמוד ריגלי דתרמודי'ן שוק, און דורך דערויף וואס ער צינדט אן א ”נר מצוה ותורה אור”, ובאופן דמוסיף והולך,
¶12ביז באופן דמהדרין מן המהדרין איז אט דעמאלט איז דאס מאיר ”על פתח ביתו מבחוץ”, ביז וואנענט אז דער שוק ווערט אויס שוק, דערנאך אבער ווערט דאך אבער א נייער שוק, כל יומא ויומא עביד עבידתי', און יעדער טאג איז זיך מבאר, אז אין תורה איז דער עיקר ענין פון לאפשו להם,
¶13משא"כ בא תפילה איז עיקר ענין א תפילה איז, אז מ'זאל דוקא איבער'חזר'ן דעם נוסח וואס ס'האט קובע געווען ”אנשי כנסת הגדולה מידי” יום ביומו.
¶14דערנאך קען אויך צוקומען הוספות, פונקט פארקערט ווי בתורה, און מ'איז מבאר בזה בפשטות אז תורה איז מן השמים נגלותה עליהם,
¶15און דאס איז ”דבר הוי', משא"כ” ענינים פון מצוה, און וואס דערמיט איז פארבונדן תפילה, ענינים גשמיים,
¶16וואס מ'דארף זיי מעלה זיין דורך דעם ”סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה” פון ארצה, פון גשמיות הארץ, מאכן פון די דברים גשמיים ”בכל מעשיך לשם שמים”, און נאך מערער ”בכל דרכיך דעהו”,
¶17דארף מען האבן דעם סולם התפילה, איז בכל יום ויום דארף מען מברר זיין ווארום ער האט דאך אויף זיך דעם ציווי פון מאה ברכות, האט ער דעם ציווי אויף זיך פון מברר זיין מאה ענינים פון עניני העולם,
¶18כולל אויך אין עבודת התפילה וכו' ווי מ'רעכנט אויס די מאה ברכות אויך דער אלטער רבי אין שולחן ערוך שלו, איז דאך בכל יום ויום דא נייע ניצוצות, וביחד עם זה איז דאס די זעלבע ניצוצות.
¶19ס'איז דער זעלבער לחם און דער זעלבער מלך מיט אלע רמזים ויגימטרעות שלו.
¶20וואס דערפאר איז אויך דער נוסח התפילה בכמות ובחיצוניות איז דער זעלבער דוקא דער זעלבער מידי יום ביום, וויבאלד אז ער עסט די זעלבע סעודה וואס כל סעודה נקראת לחם און טובה לחמו במלך וכו',
¶21צוזאמען מיט מים וכו' וואס דאס איז די זעלבע בכל יום ויום, איז דער נוסח התפילה דוקא בכל יום ויום די זעלבע, משא"כ בא תורה, וואס מ'דארף אויפטאן אין תורה ”לאפשה לה”, אין תורה שבכתב זאל צוקומען אין פירוש דורך ”תלמיד ותיק עתיד לחדש” ”לאפשה לה”, אין דערויף באשטייט דער עיקר 'לימוד התורה', דער חידוש שבתורה,
¶22די התחלה איז טאקע ”בור סוד שאינו מאבד טיפה”.
¶23די 'תכלית השלימות' איז, אז ”כל חכמי ישראל בכף אחת ואליעזר בן” ערכים מכריע את כולם ווארום ער איז דער מעיין המתגדם.
¶24וואס דאס איז דאך אויך א פירוש, ס'איז דא אזוינע וואס פארענטפערן אויף די זעלבע זאך, איז בנוגע צו ”ר' אליעזר בן הורקנוס”, בנוגע צו ענין הבקיאות, אז ס'וואלט געווען ”כל חכמי ישראל ור' אליעזר בן” ערכי מאהם, איז ”ר' אליעזר בן הורקנוס” מכריע אותם, פונדעסטוועגן וואס זעט מען?
¶25די משנה האט זיך געקענט שטעלן אויף ביידע צדרים, אדער אנהויבן, אז פריער זאגן אז ר' אליעזר בן ערכי מכריע כולם, מנינים פון מעיין המתגבר, דערנאך ברענגען דעם צווייטן אופן, אז ”כל חכמי ישראל, מטריב אליעזר בן” ערכין מאד, און ”ר' אליעזר בן הורקנוס” בקב שני איז מכריע את כולם בבקיאות.
¶26נוסף אויפן ביאור בפשטות, אז דער אופן הלימוד איז דאך, אז ”הכל צריכין למרי חטיא” אז פריער דארף מען האבן די בקיאות, און ערשט דערנאך האט די חריפות אן אנהאלט, ווארום ער האט שוין די בקיאות,
¶27איז אויך אעפ' כן איז דאך סדר אין תורה אויך א הוראה, אז דער עיקר ענין וואס מכריע את כולם איז דאס מעיין המתגבר, וויבאלד אז דאס רעדט זיך אין תורה, און דער עיקר ענין אין תורה איז דער ארוכה מיני ארץ ורחבה מיני ים דער ענין פון מעיין המתגבר.
¶28וואס דאס איז, כאמור, אויך דער אויפטו וואס מ'זעט אין תורה פון דער בעל הגאולה, לגבי שאר הנשיאים, ווי מ'זעט דאס בפשטות.
¶29און בשעת מ'קען דערפון אפלערנען א ענין אין יראת שמים, אין 'עבודת ה'' איז אט דעמאלט האט דאך אן ארט צו מפרש זיין אויף דעם פירוש, וויבאלד אז ס'קומט דערפון ארויס א תוצאה טובה.
¶30איז תורתו 'של בעל' הגאולה, וואס הויבט זיך אויך אן מיט ”פדה בשלום נפשי” וואס דאס איז אויך, כאמור לעיל, אז עזל מן השוק, און דערנאך איז געווארן א נייער שוק, וואס מ'דארף אים פון דאסניי מברר זיין, און מ'קען אים מברר זיין מיט דער זעלבער תורה,
¶31בדוגמא ווי מ'איז מברר דעם לחם ומים כפשוטם דורך דער זעלבער תפילה, איז געווען די השתדלות און האט מצליח געווען, אז צו י' כסלו שנה זו זאל מען דאס נאכאמאל אפדרוקן פון דאסניי, באופן אז נאך ביום הגאולה זאל מען דאס שוין קענען לערנען, און וויבאלד אז דערנאך לערנט מען דאס אויך אלס תורה,
¶32זאל ער דאס לערנען אין אן אופן פון ”לאפשו לה”, זיך מעמיק זיין אין דעם נאכמערער ווי ער האט אין דערויף זיך מעמיק געווען ווען ער האט געלערנט דעם מאמר אין פעם שלפני זה.
¶33וואס דאס איז, כאמור, אויך עכ"פ אויף איבער'חזר'ן א נקודה שבמאמר, וואס ער שטעלט זיך אויף ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי”, און איז אויך מדייק אז אין דערויף איז דא דער ענין פון בשלום דוקא,
¶34ווארום אזוי איז דאך בעל דרך הרגיל ובתחילת העבודה, איז בשעת ס'איז דא די עבודת האבן וואס ”אני נבראתי לשמש את קוני”, הויבט זיך דאס אן אין א דרך מלחמה, נענה, אפום חד בלאכל,
¶35פריער איז בעשר למשנה, ובחמש עשרו לגמרא, און ערשט דערנאך קומט דער לימוד פון 'פנימיות התורה' עו דרך הרגיל, איידער ס'איז געווארן דער חושך הגלות, דערנאך האט מען זיך איינגעפירט מ'זאל אנהויבן לערנען 'פנימיות התורה' א סך פריער,
¶36כמבואר בכמה מקומות און אויך ידוע פון מנהגי רבותינו נשיאינו, וואס נשיא דורנו האט דאס אפגעדרוקט וואס ס'איז געווארן א פרסום לרבים בהנוגע להנהגתו,
¶37אבער ניט די הנהגה וואס ס'איז געווען א שייכות מערניט ווי צו אים, במילא האט מען געהאט קיין ארט אויף דאס צו מפרסם זיין, די הנהגה וואס האט מפרסם געווען איז דאס גופא א הוכחה אז דאס איז א הוראה און א סלילת דרך דורכגעטראטן די וועג, אדער בכולו אדער עכ"פ במקצתו לכל אחד ואחת צו וועמען דאס זיך דערגרייכט.
¶38וואס דאס איז, כאמור, די התחלת העבודה איז ניט ”פדה בשלום”, נאר נעמא, אפום חר בליכל אין אן אופן של מלחמה.
¶39און ווי דער אלטער רבי ברענגט אויך אראפ אין הלכות תלמוד תורה, אז 'לימוד התורה' מיט קטנים איז פארבונדן וואס צריך לקופה אז מ'דארף זיי מייטן, און דאס איז דאך א ענין של מלחמה,
¶40ולפני זה אויך קופה עצמו אויף צו טאן ”רצון אביו שבשמים” אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי', און נאך דערויף וואס ער האט די התחלה גייט ער דערנאך מחיל אל חיל, ביז וואנענט אז פון פדי ה' ידי מלחמה קומט ער דערנאך צו ”פדה בשלום”, אז
¶41דער 'נפש הבהמית' שטייט אין אזא מין מעמד ומצב אז מ'דארף מיט איר ניט מלחמה האבן, מ'דארף אבער צו איר אנקומען, ”בכל לבבך בשני יצריך”, און ווי ער איז דערנאך ממשיך,
¶42אז ס'איז דאך אויך דא ווי אין אין די ”פדה בשלום נפשי” בפעם הראשונה, וואס דא נפשי גייט דאך דאס אויף דוד'ן ווי ער איז געווען בזמנו, וואס דעמאלט איז געווען דער ”פדה בשלום” נפשי זעט מען דאך א דם, רב שפחת,
¶43אז ס'איז געווען מלחמות בפשטות.
¶44פארוואס איז געווען מלחמות בפשטות?
¶45דערפאר וואס אזוי איז געווען דער אופן הבירור ברוחניות, דערנאך איז געווארן לסוף ימיו אן אופן של שלום, ”פדה בשלום”, און דערנאך איז דאס געקומען בגלוי אין זמן שלמה, וואס נקרא שלמה על שם השלום, ווי ער ברענגט אין דעם מאמר,
¶46וואס דעמאלט איז געווען אז מכל עמים האט מען געבראכט באופן של שלום די 'ניצוצי קדושה' פארבונדן מיט די אבנים טובות און כלי יקר וכו', אל ”שלמה אין ירושלים עיר הקודש”, ווי ”וישב שלמה על כסא הוי.'”
¶47וואס דאס איז דאך אויך וואס מ'זאגט אז ”קיימא סיהרא באשלמותא” זאגט מען דאס, אז דאס איז ”במי דוד ושלמה”, אעפ וואס דור חמשה עשר איז דאס שלמה, דוד איז דור ארבעה עשר,
¶48דוד האט אלץ צוגעגרייט, ”הכל מיד הוי' עלי השכיל”, ביז וואנענט אז דער בית המקדש, וואס דאס איז דאך ן ענין של שלום בעולם, איז געבויט געווארן פון די זאכן וואס דוד האט צוגעגרייט, און ער ווערט נקרא על שם דוד.
¶49און אויף דערויף זאגט מען ”פדה בשלום נפשי” וביחד עם זה זאגט מען כברבים היו עמדי וואס לכאורה איז דאך דאס א סתירה,
¶50אז מ'זאגט אויף בשלום נפשי 'לשון יחיד', און דערנאך זאגט מען ברבים היו עמדי ווי ער שטעלט זיך אויף דערויף אין דעם מאמר, און איז מבאר אז מ'דארף אויך האבן דעם סיוע אז ס'זאל זיין ברבים זאלן אויך זיין עמדי בדוגמא ווי דערמאנט פריער ”בכל לבבך בשני יצריך”.
¶51און ס'איז טאקע געווען ”פדה בשלום נפשי” די התחלה בזה, איז שוין געווען 'בימי דוד', אבער אעפ' כן ווער ווערט אנגערופן בשם שלמה על שם השלום?
¶52איז דאס דוקא ”בנו אשר יצא” מחלצה, און דעמאלט איז נאך אויך ניט געווען בתכלית השלימות פון דעם שלום, דאס וועט דאס זיין ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעם מאמר בימי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט זיין את רוח הטובה אויר מן הארץ,
¶53וועט בטל דער גאנצער ענין של מלחמה, און ס'וועט זיין שלום, ביז שלום אין אן אופן של שלימות, און ווי ער איז מבאר דארטן נאך כמה פרטים ודיוקים בדבר.
¶54וואס דאס איז, כאמור, דער ”פדה בשלום” פון דעם בעל הגאולה, פון יו"ד כסלו.
¶55און ויהי רצון, כאמור, אז מ'זאל זוכה זיין לערנען דאס אין אן אופן וואס ”כאילו בעל הגאולה בעל” השמוע עומד לפניו", און אט דעמאלט זאל דאס זיין אן דעם כ' דער בעל השמוע עומד לפניו, וויבאלד אז מ'לערנט תורתו אין וועלכע ער האט זיך אריינגעשריבן.
¶56והקיצו ורננו שוכני עפר", און ווי ער זאגט דאך אין זהר ובכמה מקומות, אז די ערשטע בתחיית המתים וועלן דאס זיין גלייך צדיקי עולם,
¶57און זיי וועלן ניט דארפן ווארטן חס ושלום כמה וכמה שנים, ווי מ'זאגט בנוגע צו כמה וכמה סוגים, און ס'וועט זיין גלייך ”משה ואהרן עמהם”, און משה ”שבכל דור ודור”,
¶58ביז דער בעל הגאולה בדורו, וואס דערנאך ווערט דאס א פעולה נמשכת ”עד סוף כל הדורות” בלשון הנגלה, און מ'גייט די נגלה צוזאמען מיט פנימיות כל הענינים,
¶59ווערט דער נסתר בנגלה, ו”כבר הי' לעולמים” בשעת מתן תורה כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מתן תורה איז געווען לימוד הנסתר בנגלה, און לימוד הנגלה בנסתר, וואס האט מען געזען באופן של לימוד, ביז אין שלימות הלימוד, באופן של ראיית השכל, ביז ראיית העינים?
¶60האט מען געזען מעשה מרכבה.
¶61משא' כן דער ענין הנגלה וואס מ'האט געלערנט די עשרת הדברות האט מען דאס געלערנט מערניט ווי געזאגט און געלערנט מערניט ווי בכללות, און ערשט דערנאך איז געקומען דער פירוש הדבר במשך פון די ”ארבעים יום וארבעים לילה” שלאחרי זה,
¶62וכמבואר בארוכה בין יתוועדות שלפני זה.
¶63און ויהי רצון, אז ס'זאל זיין די הפצת המעיינות חוצה אין אן אופן פון שלימות, וועט דאס גלייך אראפברענגען די גאולה השלימה, וואס זי איז אויך די גאולה האמיתית, און ווי געזאגט וקיצו וררנו שוכני עפר און דער בעל הגאולה בתוכם, בארצנו הקדושה ובירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובבית המקדש,
¶64במהרה בימינו ממש.